שאלות אין הלכה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך יוני 26, 2019 10:23 pm

אויב איינער האט א פראבלעם מיט וואס איך האב געזאגט קען ער גיין פרעגן זיין רב.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך יוני 26, 2019 11:08 pm

farshlufen האט געשריבן:אויב ס'בלויז אך ורק להנאת גופו? ניין.

אזוי שטייט אין שו"ע.

ס'איז דא עפעס א רס"ג וואס האלט אז ס'איז יא גלייך, אזוי דענק איך

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג יוני 27, 2019 2:52 pm

איינער זאגט מיר אז אויב מ'צאלט אפ די גראסערי ביל און מ'לייגט אריין קרעדיט אין די אקאנט די זעלבע צייט איז עס א שאלה פון ריבית. ווייל ס'איז בשעת פרעון. ווייסט איינער צו יש דברים בגו? און א מקור?
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג יוני 28, 2019 7:38 pm

אינטערעסאנטע דערהער. ויש לעיין בזה ווייל ער גיבט אים נישט מער נאר ער בארגט פאר יענעם
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג יוני 28, 2019 8:15 pm

שאינו יודע האט געשריבן:אינטערעסאנטע דערהער. ויש לעיין בזה ווייל ער גיבט אים נישט מער נאר ער בארגט פאר יענעם

טאקע אינטערעסאנטע אבק ריבות שאלה וואס די עולם כאפט זיך נישט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » זונטאג יוני 30, 2019 8:42 am

פשטות איז הלוני על מנת שאלוך נאר גערכענט געגעבן עפעס צוליב דעם תנאי.
און אזוי ווי אלע זאכן וואס זענען נישט קיין ממון וואס איז מותר לכתחילה ווען עס איז נישט אלס די [פריערדיגע] הלואה.

בעיני עניי זה פשוט

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » זונטאג יוני 30, 2019 8:47 am

אויפן פריערדיגן שמועס, וועגן הנאות עולם הזה, האב איך אמאל געהערט פון הג"ר חיים פלאהר אז לויטן רמב"ן אויף קדושים תהיו, איז די גדר אין דעם אז א מענטש וואס לעבט אינגאנצן אן א חשבון, למשל, ער עסט ווען עס ווילט [גלוסט] זיך, וואס עס ווילט זיך, וויפיהל עס ווילט זיך, איז עובר אויף די מצוה חיובית [איסור עשה] פון קדושים תהיו.
אבער ברגע א מענטש האט גדרים דערין, איז ער שוין נישט עובר, אבער וואס מער ער זיך מגביל איז ער מקיים די מצות עשה, אלס א מצוה קיומית.
ועל דרך זה ביי אנדערע הנאות

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 30, 2019 9:08 am

אין אמת'ן איז דאס דאך דער יסוד פונעם גאנצן וועזן פון א איד, אלע ספרי קדמונים זענען פול פון דעם, מ'קען אין דעם מאריך זיין און א גאנץ ספר מלקט זיין, דאס אליין אז דער טור אין שו"ע ברענגען עס להלכה איז גענוג, והעיקר, ווען מ'געוויינט זיך צו אזוי צו קלערן ווערט מען געוואויר אז ס'איז א גרויסער פלאס אויף יעדע ריר פון א איד אויף דברים וואס זעען אויס גשמיים דורכאויס וואס מיט אביסל ריכטיגע מחשבה ברענגט מען עס אריין לקדושה.

גראדע דער חינוך שטעלט עס גאר אריין אינעם לאו פון ולא תתורו:
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (54.55 KiB) געזעהן 2975 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

פויגל מילך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:20 am

תגובהדורך פויגל מילך » זונטאג יוני 30, 2019 3:33 pm

כאזיך שבת געוואשן נט"י, און אנשטאט אקב"ו ענט"י האבעך בטעות גלייך גמאכט המוציא לחם מן הארץ.

האבעך גלייך בוצע געווען, געהאט צדדים לכאן ולכאן צו מ'קען יעצט משלים זיין ענט"י.

וויל הערן די חוו"ד פון כולי עלמ"א (וועלטל בלע"ז)

פויגל מילך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:20 am

תגובהדורך פויגל מילך » זונטאג יוני 30, 2019 3:39 pm

רב טקסט האט געשריבן:פשטות איז הלוני על מנת שאלוך נאר גערכענט געגעבן עפעס צוליב דעם תנאי.
און אזוי ווי אלע זאכן וואס זענען נישט קיין ממון וואס איז מותר לכתחילה ווען עס איז נישט אלס די [פריערדיגע] הלואה.

בעיני עניי זה פשוט

כיהודא ועוד לקרא, בתנאי איז לכמה פוסקים ר"ק, (מיינעך רעק"א עה"ג), אהן א תנאי איז מותר לכתחילה

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג יוני 30, 2019 5:03 pm

פויגל מילך האט געשריבן:כאזיך שבת געוואשן נט"י, און אנשטאט אקב"ו ענט"י האבעך בטעות גלייך גמאכט המוציא לחם מן הארץ.

האבעך גלייך בוצע געווען, געהאט צדדים לכאן ולכאן צו מ'קען יעצט משלים זיין ענט"י.

וויל הערן די חוו"ד פון כולי עלמ"א (וועלטל בלע"ז)


כמדומה די מגן אברהם איז מחמיר נאכן עסן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

פויגל מילך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:20 am

תגובהדורך פויגל מילך » זונטאג יוני 30, 2019 8:28 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
פויגל מילך האט געשריבן:כאזיך שבת געוואשן נט"י, און אנשטאט אקב"ו ענט"י האבעך בטעות גלייך גמאכט המוציא לחם מן הארץ.

האבעך גלייך בוצע געווען, געהאט צדדים לכאן ולכאן צו מ'קען יעצט משלים זיין ענט"י.

וויל הערן די חוו"ד פון כולי עלמ"א (וועלטל בלע"ז)


כמדומה די מגן אברהם איז מחמיר נאכן עסן

סימן?

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג יוני 30, 2019 9:08 pm

קנ״ח סקט״ז
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

פויגל מילך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:20 am

תגובהדורך פויגל מילך » זונטאג יוני 30, 2019 9:43 pm

שאינו יודע האט געשריבן:קנ״ח סקט״ז

ייש"כ.

שוין גארנישט אזא "שאינו יודע"

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » מאנטאג יולי 01, 2019 12:49 pm

farshlufen האט געשריבן:אויב ס'בלויז אך ורק להנאת גופו? ניין.

אזוי שטייט אין שו"ע.

שרייב דעם לשון

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג יולי 14, 2019 12:29 am

א ספרינג וואטער באטעל איז כשר פאר נטילת ידים?

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג יולי 14, 2019 11:35 am

עיין מאמר דרב פפא בסנהדרין סוף עז "האי מאן דכפתיה לחבריה", וממנו תקיש לכאן.

פויגל מילך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:20 am

תגובהדורך פויגל מילך » דאנארשטאג יולי 18, 2019 9:11 am

תהוובהו האט געשריבן:טייפ

גאנץ א פשוטע עצה צו זען אויב ס'איז א רביעית.
נעם א פאקסי ווען עס איז נאך ליקוואד, איידער מען לייגט דאס אריין אין פריזער, גיס דאס אריין אין א גלעזל, וועסטו זען עס איז קוים עפעס, עס איז נאך ווויניגער ווי א פערטל קאפ.

מאן יימר אז א פארפרוירענע משקה האט מיט רביעית, אולי איימאל ס'איז סאליד ווערט עס א מאכל ושיעורו בכזית

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג יולי 18, 2019 10:09 am

עס איז א מחלוקת הפוסקים, און דאצעך אז מען נעמט אהן אז די שיעור איז א כזית. ענליכס צו דעם, וואס מאכט מען אויף גרעיפ דזשוס אייסעס. אויב האט עס פארלוירן דעם צורה פון וויין איז דאס א שהכל. אויב איז עס וויין נאר פשוט געפרוירן, איז דאס הגפן. דאכצעך ביי דעם איז אויך דער מנהג צו מאכן א שהכל. שטייצעך דאס איז נישט הלכה למעשה.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

3 שאלות בעניני חינוך

תגובהדורך מיין שטעלונג » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:29 am

פריוואט האבן מיר עטליכע געענטפערט איך זאל עס לייגן אין OCD אשכול.... פארט בין איך נייגעריג אויב איינער ווייסט עפעס מער איבער די 3 ענינים.

1. קינדער מעגן שפילן מיט א' ב' מעגנעטס אדער פאזלס וכו' אויף דער ערד? די אותיות האבן דאך א קדושה, די שאלה איז צו עס מעג ליגן אויף דער ערד.
ביי מיר אינדערהיים שפילט מען שוין מיט אזעלכע טויס פאר א לאנגע צייט און הערשט לעצטנס האב איך אנגעהויבן אריינטראכטן אויב מען מעג.


2. ביי אינגלעך שטייט אז מען זאל נישט לערנען קיין א' ב' איידער די דריי יאר, ווען מען פירט אין חדר און מען הייבט אן לערנען א' ב'. וואס איז מיט מיידלעך? ווען מעגן זיי אנהייבן לערנען א' ב'.


3. געווען לעצטנס א מעשה אין "זקיניך ויאמרו לך" אז - דאכציך - הרה"צ רבי משה ארי' פריינד זצ"ל האט געזאגט פאר א איד וואס האט אים געפרעגט צו ער זאל לייגן "וואלפעיפער" אין קינד'ס שטוב פון בערעלעך, האט ער געזאגט "פארוואס זאל א קינד א גאנצן טאג זעהן טמא'נע חיות?".
למעשה, קינדער שפילן מיט כל מיני חיות טמאות א גאנצן טאג, ובפרט מיט בערעלעך. מיין מיידל האט אנגעקניפט א קשר אמיץ מיט עפעס א פינקע בערעלע ממש כתרין רעין דלא מתפרשין.
איז טאקע דא א פראבלעם דערמיט?
אין די סוכה זעה איך, פירן זיך אסאך מענטשן אויפצוהענגן די 4 חיות פון יהודה בן תימא'ס משנה. אויך חיות טמאות (אויסער דער הערש). אלזא מעג מען אדער נישט?

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:09 pm

1. סתם אותיות האבן נישט קיין קדושה, ווילאנג ס'נישט כתבי הקודש.

2. פרעג דער וואס האט עס געשריבן.

3. איך ווייס אז אין חב"ד איז מען מקפיד דערויף, אויסער דעם האב איך נישט געהערט אז ס'זאל זיין א הוראה פאר'ן המון עם, ווער רעדט נאך פאר קליינע קינדער, וואס זענען זיי נעבעך שולדיג...

די אלע שאלות זענען זייער קיוט ווען ס'איז נוגע פאר'ן מענטש אליינס, משוגע מאכן אנדערע מענטשן וועגן אזעלכע זאכן איז זיכער נישט אויסגעהאלטן, ואין ספק מוציא מידי וודאי.

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:33 pm

אינטערסאנט אז אויפ'ן כסא הכבוד איז דא א לייב און א אדלער
אזוי אויך אין משכן\בית המקדש (איך געדענק נישט...)
און וואס האט שלמה המלך געזעהן אויף זיין שטוהל?
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:43 am

פארוואס מיינסטו טאר מען נישט לערנען נ"ך...

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

מצות פריה ורביה - ביז וועלכע עלטער?

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:35 am

איז א מאן וואס איז אין די עלטערע יארן מחוייב חתונה צו האבן מיט יינגערע פרוי כדי צו מקיים זיין פו"ר?
למשל איינער וואס איז 70, און האט געהאט עטליכע טעכטער מיט זיין זיוו"ר. איצט איז ער נתאלמן געווארן ל"ע ול"ע, איז ער מחוייב על פי הלכה אויסצוגעבן געלט און פרובירן צו חתונה האבן מיט א פרוי 30-40 יאר יינגער כדי ער זאל נאך קענען האבן אויך א זון און מקיים זיין מצוות פו"ר?
נהגו כן?
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 4:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 1:26 pm

כ'בין נישט קיין דיין, אבער בפשטות יא
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט