שאלות אין הלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

גייט נאך היינט אהן גילוי )וואסער וואס איז אפן ביינאכט(?
אוהבך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 5:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהבך »

Haklal האט געשריבן:גייט נאך היינט אהן גילוי )וואסער וואס איז אפן ביינאכט(?

אלע ראשונים שרייבן אז גילוי בזמן הזה איז מותר. נאר דער של"ה און דער גר"א זענען מחמיר על פי קבלה.

בענין וואסער ביינאכט. זאגט די גמרא אין עבודה זרה יא: נאך א פראבלעים. אבער אין די פוסקים ווערט עס נישט אראפגעברענגט (לא עיינתי כעת, רק לפני כמה שנים), און אויך למעשה איז מען מיקל. וצ"ע.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אוהבך האט געשריבן:

א תמצית הלכות משקין מגולים מיט מראי מקום
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

עפעס ליגט מיר אין קאפ אז מען האט דא אמאל נאכגעברענגט א מעשה פונעם סטייפלער? אדער אפשר חזון איש? איינער געדענקט? [עמער פראבירן זיכן].
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

למעלה משבעים האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ אז מען האט דא אמאל נאכגעברענגט א מעשה פונעם סטייפלער? אדער אפשר חזון איש? איינער געדענקט? [עמער פראבירן זיכן].

תמצית הלכות משקין מגולים האט געשריבן:ובטעמא דקרא בהנהגות מרן החזון איש (אות כז) מביא שהחזון איש נזהר מאד מגילוי והקפיד גם על טהא ולבן מגולה, ואמר שאם יש על החלב קרום שלם מלמעלה אין לחוש לגילוי שאילו הנחש היה מנקר היה ניכר בקרום. ושם (אות מו) כתב שהחמיר אפילו זמן משהוא, וגם אמר דאף בעודן על האש צריך לכסות עד שיעלה הבל (וע' רמב"ם פי"א הלכות רוצח ה"ח והי"א).
וכן בספר אמרי יושר על סדר מועד (בהנהגות החזון איש שבסוף הספר אות קא) כתב שהחזון איש היה נזהר מגילוי, ופעם אחת מילא מים ליטול והוצרך לצאת ובקש מאחד הנוכחים להשאר עד שיחזור שלא יצטרך לשפוך המים.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יישר כח הרב קיקיון אין הרב למעלה משבעים אין הרב אוהבך
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

קיקיון האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ אז מען האט דא אמאל נאכגעברענגט א מעשה פונעם סטייפלער? אדער אפשר חזון איש? איינער געדענקט? [עמער פראבירן זיכן].

תמצית הלכות משקין מגולים האט געשריבן:ובטעמא דקרא בהנהגות מרן החזון איש (אות כז) מביא שהחזון איש נזהר מאד מגילוי והקפיד גם על טהא ולבן מגולה, ואמר שאם יש על החלב קרום שלם מלמעלה אין לחוש לגילוי שאילו הנחש היה מנקר היה ניכר בקרום. ושם (אות מו) כתב שהחמיר אפילו זמן משהוא, וגם אמר דאף בעודן על האש צריך לכסות עד שיעלה הבל (וע' רמב"ם פי"א הלכות רוצח ה"ח והי"א).
וכן בספר אמרי יושר על סדר מועד (בהנהגות החזון איש שבסוף הספר אות קא) כתב שהחזון איש היה נזהר מגילוי, ופעם אחת מילא מים ליטול והוצרך לצאת ובקש מאחד הנוכחים להשאר עד שיחזור שלא יצטרך לשפוך המים.

די נעגל וואסער ביי חצרות החזו''א האט אויך א כיסוי...
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אוהבך האט געשריבן:בענין וואסער ביינאכט. זאגט די גמרא אין עבודה זרה יא: נאך א פראבלעים. אבער אין די פוסקים ווערט עס נישט אראפגעברענגט (לא עיינתי כעת, רק לפני כמה שנים), און אויך למעשה איז מען מיקל. וצ"ע.

ראה מחלוקת רש:י ותוס במס' ע"ז דף י"ב :
וראה פסחים קי"א הגירסא ת"ר לא ישתה אדם מים לא מן הנהרות ולא מן האגמים
וראה חושן משפט תכ"ז סעיף ט
וראה רמ"א יו"ד קט"ז סעיף ה
וראה קיצור שולחן ערוך ל"ג סעיף ז
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוהבך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 5:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהבך »

קיקיון האט געשריבן:
אוהבך האט געשריבן:בענין וואסער ביינאכט. זאגט די גמרא אין עבודה זרה יא: נאך א פראבלעים. אבער אין די פוסקים ווערט עס נישט אראפגעברענגט (לא עיינתי כעת, רק לפני כמה שנים), און אויך למעשה איז מען מיקל. וצ"ע.

ראה מחלוקת רש:י ותוס במס' ע"ז דף י"ב :
וראה פסחים קי"א הגירסא ת"ר לא ישתה אדם מים לא מן הנהרות ולא מן האגמים
וראה חושן משפט תכ"ז סעיף ט
וראה רמ"א יו"ד קט"ז סעיף ה
וראה קיצור שולחן ערוך ל"ג סעיף ז

שלום ידי"נ הגאון קיקיון, חמוד לבבי.
איך האב דאך דיר שוין פארראכטן אין אישי אז כהאב געשריבן מזכרון, האב איך מיך טועה געוועהן אין א בלאט, און ס'איז דף (יב:). ווי ערווענט האב איך נישט יעצט מעיין געוועהן. אבער ווי אך געדענק פון ימי חורפי אז די אלע מראי מקומות פארענפערט נישט אינגאנצן. עוד חזון למועד בקרוב. (טרוד בפרנסה וכבגיטין סו: וכדעת הרמב"ם באבות שקובל על החילול השם שתלמידי חכמים סומכים על מנדבים, ושלא כהתשב"ץ..).
אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

help please

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל הישר »

[שלום
איך בין אויפן וועג קיין כינע
אגאנצע וועג איז טינקעל אינדרויסן
וואס טיה איך איבער שחרית ?
שכל הישר
השפעות
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השפעות »

שכל הישר האט געשריבן:[שלום
איך בין אויפן וועג קיין כינע
אגאנצע וועג איז טינקעל אינדרויסן
וואס טיה איך איבער שחרית ?
שכל הישר

אויב ס'טאקע נוגע למעשה קענט איר רופן הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

שכל הישר האט געשריבן:[שלום
איך בין אויפן וועג קיין כינע
אגאנצע וועג איז טינקעל אינדרויסן
וואס טיה איך איבער שחרית ?
שכל הישר

אויף myzmanim.com איז דא א אפציע אריינצולייגן די פלייט אינפארמאציע און ס'ווייזט ווען ס'איז טאג/נאכט דורכאויס דעם פלייט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
תחשוב טוב
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תחשוב טוב »

קיקיון האט געשריבן:ווי ?
און אפילו עס איז דא א טאנק ווי באלד די נעמסט דערפין קומט אריין פריש וואסער זיך אנווארעמען

וואס טוט זיך מיט קאלט ? קימט אויך אריין פרישע אין דאכט זיך אז סקימט אריין פרישע צינד זיך אן די מאשין קאלט צימאכן, נאך א שאלה אויב אז סאיז קאלט יא מותר, וואס עט זיין ביים סוף ווען סאיז שוין גארנישט דא אינעם באטל סאיז נאר דא אינעם טאנק דאכט זיך אז מענעמט דעמאלט די לעצטע קאלט גלעזעל ליידיגט זיך אויך אויס די הייסע מעג מען שבת ארויפלייגין א פרישע באטל
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

מעג מען באצאלן א זיץ אין ביהמ"ד מיט מעשר געלט? נדרים ונדבות? קאווע (אושפיזין קאמפיין)?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ווערעצקי האט געשריבן:מעג מען באצאלן א זיץ אין ביהמ"ד מיט מעשר געלט? נדרים ונדבות? קאווע (אושפיזין קאמפיין)?

א זיץ: אויב האסטו אינזין צו האבן א פלאץ ווי מען קען דאווענען בעסער, אדער דו דאווענסט נישט ראויג ווען דו שטייסט א גאנצען דאווענען דאן מעג מען, אויב ווילסטו סתם פאר באקוועמלעכקייט, דאן נישט.
נדרים ונדבות אויב האסטו מנדב געווען צו געבן על דעתא דהכא, דאן אדרבה פאר דעם איז מעשר געמאכט געווארן, אויב אבער האלט מען שוין נאכן מנדב זיין, איז עס שוין א חיוב און א חיוב קען מען נישט געבן פון מעשר.
קאווע פאר דיין קאווע נישט, קאווע פארן עולם יא [חוץ אויב דו האסט שוין צוגעזאגט].
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:א זיץ: אויב האסטו אינזין צו האבן א פלאץ ווי מען קען דאווענען בעסער, אדער דו דאווענסט נישט ראויג ווען דו שטייסט א גאנצען דאווענען דאן מעג מען, אויב ווילסטו סתם פאר באקוועמלעכקייט, דאן נישט.

נישטא קיין ברירה, אויב קויף איך נישט קיין זיץ, דאן קען איך (מיט מיינע בנים'לעך) שטיין א גאנצע דאווענען. - אויסער דעם הענגט דער שמש א לענגערע אויפקלערונג אז יעדער איז מחוייב צו קויפן א "שטאט" כנהוג מקדמת דנא. ווייסעך נישט אין וועלכע גדר דאס גייט אריין?

סאדאם חוסעין האט געשריבן:נדרים ונדבות: אויב האסטו מנדב געווען צו געבן על דעתא דהכא, דאן אדרבה פאר דעם איז מעשר געמאכט געווארן, אויב אבער האלט מען שוין נאכן מנדב זיין, איז עס שוין א חיוב און א חיוב קען מען נישט געבן פון מעשר.

דער גבאי מאכט א מי שבירך, און אומגעפרעגט "סווייפט" ער א "פינעווער" ביי יעדע מי שבירך. וואס איז דאס?

סאדאם חוסעין האט געשריבן:קאווע פאר דיין קאווע נישט, קאווע פארן עולם יא [חוץ אויב דו האסט שוין צוגעזאגט].

וואס הייסט? דער שמש איז מחייב יעדעם זיך צו משתתף זיין אין די אושפיזין קאמפיין, נו, טאר איך יעצט נישט טרינקען קיין קאווע א גאנץ סוכות?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

געפרעגט א דיין וועגן באצאלן די זיץ מיט מעשר זאגט ער מיר אז מען מעג, און ווען איך האב געפרעגט דעם טעם הדבר, איז ער מיר מסביר אז ער האט שוין גערעד צום גבאי פון דעם שול וועגן אט די שאלה און ער האט עהם געפרעגט וואס טוהסטו ווען איינער צאלט נישט, האט דער גבאי עהן גענפערט אז עס איז סך הכל א רעקמענדאציע צו די יערליכע נתינה און עס האט טעכניש גארנישט מיט די זיץ

קומט אויס אז יעדער מקום וועט די הלכה זיך טוישן
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
תחשוב טוב
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תחשוב טוב »

תחשוב טוב האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:ווי ?
און אפילו עס איז דא א טאנק ווי באלד די נעמסט דערפין קומט אריין פריש וואסער זיך אנווארעמען

וואס טוט זיך מיט קאלט ? קימט אויך אריין פרישע אין דאכט זיך אז סקימט אריין פרישע צינד זיך אן די מאשין קאלט צימאכן, נאך א שאלה אויב אז סאיז קאלט יא מותר, וואס עט זיין ביים סוף ווען סאיז שוין גארנישט דא אינעם באטל סאיז נאר דא אינעם טאנק דאכט זיך אז מענעמט דעמאלט די לעצטע קאלט גלעזעל ליידיגט זיך אויך אויס די הייסע מעג מען שבת ארויפלייגין א פרישע באטל

קען איינער ביטע ארויסהעלפען?
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אין סקול זאגט מען פאר די מיידלעך אז עס איז אסור צי האבן האר וואס קומט אהן צי די אקסלען ווי איז דער מקור?
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

דארף נאכקוקן אבער לויט ווי איך געדענק איז עס א מחצית השקל אין סימן ע"ה
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

1) א בלא"ד טעס"ט האט א דין ווי "הקזה" אין גמרא?
2) את"ל אז יא פירט מען זיך מקפיד צו זיין אין די טעג ווען די גמרא זאגט אז מ'מאכט נישט הקזה?
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

3) דארף מען זיך וואשן די הענט נאך דעם?
4) את"ל אז נישט, איז געבן בלוט (וואס מען נעמט ארויס אסאך מער) הקזה?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
נפש.
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש. »

קברנה סובניון האט געשריבן:1) א בלא"ד טעס"ט האט א דין ווי "הקזה" אין גמרא?
2) את"ל אז יא פירט מען זיך מקפיד צו זיין אין די טעג ווען די גמרא זאגט אז מ'מאכט נישט הקזה?

יא
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

נפש. האט געשריבן:
קברנה סובניון האט געשריבן:1) א בלא"ד טעס"ט האט א דין ווי "הקזה" אין גמרא?
2) את"ל אז יא פירט מען זיך מקפיד צו זיין אין די טעג ווען די גמרא זאגט אז מ'מאכט נישט הקזה?

יא

מקור?
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

קברנה סובניון האט געשריבן:1) א בלא"ד טעס"ט האט א דין ווי "הקזה" אין גמרא?
2) את"ל אז יא פירט מען זיך מקפיד צו זיין אין די טעג ווען די גמרא זאגט אז מ'מאכט נישט הקזה?

ווארשיינליך נישט.

מקור א': סברה היא, די בלא"ד טעס"ט אליינס איז נישט קיין רפואה, ולהיפך בהקזה.

מקור ב': בספר נחלת שמעון מהרה"ג ר' שמעון משה וואלדמאן שליט"א דומ"ץ קהל חרדים קר"י, כ'געדענק נישט פונקטליך וואו, ס'ליגט מיר אין זכרון.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”