שאלות אין הלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

scy4851 האט געשריבן:ווען עס איז געבוירען ביי ענק קינדער האבען ענקערע טאטעס געמאכט א שהחינו, אדער הטוב והמטיב אוויא עס וערט געברענגט און שו"ע?
און אויב יא, דענמאלטץ ווען? ווען זייהאבען געקריגען די בשורה, אדער ווען זיי האבען געזעהן דאס אייניקעל צים ערשטען מאל?
און וואס איז וועגען ענקערע זיידעס?

ביי מיינע אייגענע קינדער פיר איך זיך צו מאכן די ברכות, אבער מאנכע זאגן אז דער מנהג איז נישט צו מאכן, אפילו ביי קינדער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לעווי האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:ווען מ'איז עפעס חושד אויף א ניק, און מ'האט אפילו נישט קיין אהנונג ווער ס'באהאלט זיך אונטער דעם ניק, דארף מען אים איבערבעטן?


ווען מען איז חושד איינעם דארף מען אים בכלל איבערבעטן? (פארשטייט זיך ווען מען האט אים נאר חושד געווען און נישט פארשעמט)

אן אפענע גמרא אין ברכות (ל"א ע"ב) ויען עלי ויאמר לכי לשלום, אמר רבי אלעזר מכאן לחושד את חבירו בדבר שאין בו שצריך לפייסו, ולא עוד אלא שצריך לברכו.

מיט דעם איז שוין פארענטפערט וואס ר' שמחה האט געשריבן בלא יודעים אז מען זאל פרעגן קרעמער..
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

קרעמער האט געשריבן:
לעווי האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:ווען מ'איז עפעס חושד אויף א ניק, און מ'האט אפילו נישט קיין אהנונג ווער ס'באהאלט זיך אונטער דעם ניק, דארף מען אים איבערבעטן?


ווען מען איז חושד איינעם דארף מען אים בכלל איבערבעטן? (פארשטייט זיך ווען מען האט אים נאר חושד געווען און נישט פארשעמט)

אן אפענע גמרא אין ברכות (ל"א ע"ב) ויען עלי ויאמר לכי לשלום, אמר רבי אלעזר מכאן לחושד את חבירו בדבר שאין בו שצריך לפייסו, ולא עוד אלא שצריך לברכו.

מיט דעם איז שוין פארענטפערט וואס ר' שמחה האט געשריבן בלא יודעים אז מען זאל פרעגן קרעמער..


אבער אויב ער האט געזאגט זיין חשד צו א צווייטען גייט עס שוין אריין אין די גדר פון לשה"ר און פארשעמען א צווייטע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויב אויף בלויז חושד זיין דארף מען איבערבעטן, כל שכן פארן בארעדן אדער פארשעמען.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

די גאנצע דיון איז אבער, ווען מ'ווייסט נישט פון וועם די רעדע איז, נאר זיין ניק.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

נאך א סניף צי די שאלה

וואס טיט זיך ווען איינער רופט איינעם'ס ניק מיט א כינוי הייסט ער א מכנה שם לחבירו?
.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

לכאורה נישט, ווייל די גאנצע ניק איז א כינוי, סאו דאסישוין א כינוי לכינוי.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

וויא אזוי האט מען ענק געלערענט?
אז מען טוט אויס די תפילין צי גיין און בית הכסא, דערנאך, ווען מען טוט זיי צירוק אהן, מאכט מען נאכאמאל א ברכה אויף זיי?

דער סיבה פארוואס איך פרעג:
ביים היינטגען שיעור ביי ר' יעקב טובי' ווייזער איז אויף געקומען דער שאלה, און ער האט אויסגערעכענט א גאנצע צעטעל אחרונים ווער פסק'נען אז מעדארף יא מאכען א ברכה.
איך און נאך אנדערע דארטען האבען געדענקט אז מען האט מיט אינז געלערענט אז מען מאכט נישט
the SCY is the limit
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ביינונז האט מען געוואוסט, משתין צו זיין, מאכט מעניש איבער קיין ברכה. אויף גדולים, מאכט מען נאר א להניח.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין קיצור שלחן ערוך האבן מיר געלערנט (ביים טעגליכן שיעור אין "בית יאנאש" שע"י בית מדרשינו דקהל היימישע קרעטשמע) אז מען דארף איבערמאכן א ברכה ביים אנטוהן די תפילין נאכן גיין אין בית הכבוד, אבער דער כף החיים (סי' כ"ה סקע"ח) פסק'נט אז אויב דאס בית הכסא איז נאנט צום שוהל, ווי דער שטייגער פון אונזערע בתי כסאות, דארף מען נישט איבערמאכן די ברכה ביים אנטאן די תפילין.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נאכן משתין זיין אין א היינטיגע ביה"כ וואס האט לויט א גרויסער טייל פוסקים נישט קיין דין ביה"כ קבוע, קען מען זיכער נישט איבערמאכן קיין ברכה.

באקאנט אויף איינער פון די ירושלים'ער גדולים אז ער פלעגט אריינטראגן די טו"ת בייטל אין ביה"כ, וויילל א קבוע איז דאך עס נישט און עס ליגט דאך כיס בתוך כיס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

סאכדעס האט געשריבן:ביינונז האט מען געוואוסט, משתין צו זיין, מאכט מעניש איבער קיין ברכה. אויף גדולים, מאכט מען נאר א להניח.

איך פארשטיי נישט דער חילוק.
די סיבה פון דארפען איבערמאכען די ברכה איז אדער ווייל מעדארף אויסטוהן די תפילין פאר מפנה זיין, אדער ווייל מעטאר נישט אריינגיין און ב"ה מיט אהנגעטוהן תפילין, אפיליו ער טוט דארט גארנישט. דאס עצם אריינגיין פארלאנגט אויסטוהן די תפילין.

איז לויט דעם צווייטען טעם איז נישט קיין חילוק פון מפנה זיין אדער משתין זיין, דער ווארט איז אז ער דארף אויסטוהן די תפילין ווייל ער גייט אריין און ב"ה,

לויט וויא פארשלאפען זאגט אבער, קען יא זיין א טעם פארוואס נאר פאר מפנה זיין דארף מען מאכען א ברכה און נישט פאר משתין זייין.

לגבי נאר מאכען א ברכה להניח,
דאס הייסט איבער געמאכט די ברכה.
דער גאנצע על מצוות תפילין איז א ספק צי מעדארף דאס מאכען אדער מעדארף דאס זאגען נאר ווען מען איז מפסיק בין של יד ושל ראש.
איבער דעם זאגט מען גלייך ברוך שם כבוד... און אנדערע פירען זיך אז מעגייט אפילו אוועק א ד' אמות פון וויא מען האט האבען געלייגט די תפילין של יד, עס זאל זיין א שטיקעל הפסק

איך האב חבירים וואס זאגען אינגאנצען נישט דער על מצוות תפילין. זיי זאגען נאר להניח
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קרעמער האט געשריבן:...אבער דער כף החיים (סי' כ"ה סקע"ח) פסק'נט אז אויב דאס בית הכסא איז נאנט צום שוהל, ווי דער שטייגער פון אונזערע בתי כסאות, דארף מען נישט איבערמאכן די ברכה ביים אנטאן די תפילין.

וואס זאל זיין דער חילוק צווישען נאהנט און ווייט?
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז נישט אזא הפסק און מען קען אינזין האבן ביים אנטאן די ערשטע מאל אז עס זאל ארויפגיין אויף נאך די הכנות אויך.

---
לגבי די ברכה "להניח", אין חק די וואך האבן מיר געלערנט אין רמב"ם די חשבון פון מאה ברכות, און ער רעכנט עמטליך נאר אויס "להניח תפילין" און נישט "על מצות".

(פארראכטן א טעות, יישר כח ר' שמחה פארן מעורר זיין).
דאכצעכמיר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2008 6:23 pm

הלכות בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאכצעכמיר »

ווי אין שו"ע איז הלכות בין השמשות?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דאכצעכמיר האט געשריבן:ווי אין שו"ע איז הלכות בין השמשות?


טייערער איד, איך בין אייך דן לכף זכות אז איר האט זיך נישט גענוג גוט אויסגעדרוקט מיט אייער שאלה, ווייל דער טרוקענער שאלה פאר זיך גרעניצט זיך מיט עם-הארצות, בין-השמשות האט נישט קיין הלכות, דאס איז א זמן, ער איז אזוי ווי איר זאלט פרעגן ווי אין שו"ע איז הל' עלות השחר אדער הל' חצות.

וואס דען? אנדערע הלכות האבן זאכען וואס זענען נוגע ביים זמן בית השמשות, למשל זמני ער"ש ומוצ"ש, א ברית פאר א קינד וואס איז געבוירן בין השמשות ערש"ק, און נאך, בנוסף צו די אלגעמיינע שאלה פון 'ווען איז בין השמשות'?
דאכצעכמיר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאכצעכמיר »

מיין שאלה איז ווי ווערט דורכגעטוהן ווען ס'איז בין השמשות?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כבוד ר' ד"ח צימער, נאט אייך א כרכא דכולה בי':
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 65&pgnum=1
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שו"ע או"ח הלכות שבת סימן רס"א. ועיין אריכות גדול שם בביאור הגר"א.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עטליכע מראי מקומות,
גמ' מסכת שבת מחלוקת הכסיף העליון וכו'
שו"ע הל' שבת סי' רס"א והנושאי כלים
ספר 'מנחת כהן' על עניני בין השמשות,
ספרי הגרי"ד הארפענעס ישראל והשמנים
דאכצעכמיר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאכצעכמיר »

יישר כוחכם!! יעצט ווער איך אויס עם הארץ?....
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

scy4851 האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:ביינונז האט מען געוואוסט, משתין צו זיין, מאכט מעניש איבער קיין ברכה. אויף גדולים, מאכט מען נאר א להניח.

איך פארשטיי נישט דער חילוק.
די סיבה פון דארפען איבערמאכען די ברכה איז אדער ווייל מעדארף אויסטוהן די תפילין פאר מפנה זיין, אדער ווייל מעטאר נישט אריינגיין און ב"ה מיט אהנגעטוהן תפילין, אפיליו ער טוט דארט גארנישט. דאס עצם אריינגיין פארלאנגט אויסטוהן די תפילין.

איז לויט דעם צווייטען טעם איז נישט קיין חילוק פון מפנה זיין אדער משתין זיין, דער ווארט איז אז ער דארף אויסטוהן די תפילין ווייל ער גייט אריין און ב"ה,

לויט וויא פארשלאפען זאגט אבער, קען יא זיין א טעם פארוואס נאר פאר מפנה זיין דארף מען מאכען א ברכה און נישט פאר משתין זייין.

פאר'ן מפנה זיין, דארף מען אויסטון די תפילין. פאר'ן משתין זיין, נישט. אין די היינטיגע ביה"כ, דארף מען נישט אויסטון די תפילין, נאר אויב מ'וויל מפנה זיין. וז"פ.

scy4851 האט געשריבן:לגבי נאר מאכען א ברכה להניח,
דאס הייסט איבער געמאכט די ברכה.
דער גאנצע על מצוות תפילין איז א ספק צי מעדארף דאס מאכען אדער מעדארף דאס זאגען נאר ווען מען איז מפסיק בין של יד ושל ראש.

טאקע ווייל די גאנצע על מצות מאכט מען מספק, איז ווען מ'טוט אן די צווייטע מאל, מאכט מען נישט איבער קיין על מצוות.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
פייער

הלבנת פנים ביי "ניקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער »

אלול בא ר"ת אב
לעצט פארראכטן דורך פייער אום מיטוואך אוגוסט 05, 2009 11:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

כבוד הרב א"ש,
עי' בתשובות החברים מפה שדנו מענין לענין ובאותו ענין לגבי הלבנת פני חבר שאינו מכירו, ותמצא נחת.

וצרפנו הכל לתועלת המקום

בכבוד רב,
הגבאי
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' פייער, אויב איז עס אייך נוגע למעשה, זייט וויסן אז אנגרייפן טשעפענען אדער סתם פגע'רן א קאלעגע ניק איז אנטקעגן די תקנות פון דעם פארום און קען גורם זיין אז די הנהלה זאל אננעמען גאר שטרענגע שריט, נעמט עס צו קענטעניס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”