שאלות אין הלכה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

great
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך great » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 11:25 am

farshlufen האט געשריבן:ווער רעדט דא פון א קולא?

ס'איז דאך א חומרא, אולי ער איז ער נאך מחויב בהלל.

כדי להיות ברור בהלכה יש לבררן

1)לומר הלל בברכה וודאי אסור שהוא ספיקא איסור דאורייתא

2)לומר מקצת הלל כמו ראש חודש בלי ברכה וודאי יש להקל שאין כאן חירוף וגידוף

3)לומר כל הלל בלי ברכה יש לעיין הרבה בזה דמ"א בסימן תכ"ב סק"ה אוסר משום חירוף אבל הניח ב"אפשר" ולכן כגון דא להרבה פוסקים הוא בעוד יום וכל האיסור הוא איסור דרבנן וגם אפשר אין כאן איסור בכלל וודאי יש להקל לעניית דעתי

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 11:29 am

farshlufen האט געשריבן:ווער רעדט דא פון א קולא?

ס'איז דאך א חומרא, אולי ער איז ער נאך מחויב בהלל.

לקולא איז עס זיכער נישט אבער לחומרא יתכן אויך נישט. לויט די באקאנטע פסק פונעם אור שמח זצ״ל אז ספיקא דאורייתא לחומרא ביי א מצוות עשה איז נאר מחייב אויב נאכן מקיים זיין מספק האט ער זיכער יוצא געווען, אבער אויב נאכן מקיים זיין איז נאך אלץ א ספק צי ער האט יוצא געווען איז נישטא קיין ענין צי מחמיר זיין (ולכן אין ענין ללך בתכלת שלנו מספק שמא הוא תכלת)

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 11:45 am

farshlufen האט געשריבן:ווער רעדט דא פון א קולא?

ס'איז דאך א חומרא, אולי ער איז ער נאך מחויב בהלל.

חומרא דאתי לידי קולא.
אין לקרות מקרא בלילה
הקורא הלל בכל יום הרי זה מחרף ומגדף

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26019
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 11:57 am

מחרף ומגדף איז נאר סתם א גרינע מיטוואך, מקרא בלילה האט אסאך קולות ומקילים אויף למעשה.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26019
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 11:58 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ווער רעדט דא פון א קולא?

ס'איז דאך א חומרא, אולי ער איז ער נאך מחויב בהלל.

לקולא איז עס זיכער נישט אבער לחומרא יתכן אויך נישט. לויט די באקאנטע פסק פונעם אור שמח זצ״ל אז ספיקא דאורייתא לחומרא ביי א מצוות עשה איז נאר מחייב אויב נאכן מקיים זיין מספק האט ער זיכער יוצא געווען, אבער אויב נאכן מקיים זיין איז נאך אלץ א ספק צי ער האט יוצא געווען איז נישטא קיין ענין צי מחמיר זיין (ולכן אין ענין ללך בתכלת שלנו מספק שמא הוא תכלת)

באקאנט?
איני יודע, מיינע מורי הוראה האבן קיינמאל עס גענוצט למעשה.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 12:02 pm

גיבט מיר זייט מוחל א דוגמא ווי אייערע מורי הוראה האבן גע'פסק'נט צי מחמיר זיין כאטש וואס ס'בלייבט א ספק נאכדעם. אויך אויב מעגליך א נאמען פון א מורי הוראה

great
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך great » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 12:15 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:גיבט מיר זייט מוחל א דוגמא ווי אייערע מורי הוראה האבן גע'פסק'נט צי מחמיר זיין כאטש וואס ס'בלייבט א ספק נאכדעם. אויך אויב מעגליך א נאמען פון א מורי הוראה

איני מבין פסק זה בכלל דבין השמשות מחיוב לעשות מצווה דאורייתא והמנהג באחרונים לעשות מצווה דרבנ ועיין עוד במ"א בסימן קצ"ד דאפילו אינו יכול לומר אלא חד ברכה של ברכת המזון צריך לומר אף שנשאר עומד בספיקתו וכן הרבה מקומות על כרחך לכאורה אין זה להלכה כלל אלא לשמחת התורה

great
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך great » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 12:22 pm

farshlufen האט געשריבן:מחרף ומגדף איז נאר סתם א גרינע מיטוואך, מקרא בלילה האט אסאך קולות ומקילים אויף למעשה.

1) מחרף ומגדף האב איך שוין פריער מברר געווען לקולא וטעמיה
2) לגבי מקרא בלילה וודאי כדי לקיים מצוה וודאי אין חשש כלל ועוד והוא העיקר דכיון שאומר דרך שירה אין זה לימוד כלל עיין מ"א סימן תכ"ב וחכמת שלמה סימן תרפ"ח

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15191
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 12:26 pm

great האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מחרף ומגדף איז נאר סתם א גרינע מיטוואך, מקרא בלילה האט אסאך קולות ומקילים אויף למעשה.

1) מחרף ומגדף האב איך שוין פריער מברר געווען לקולא וטעמיה
2) לגבי מקרא בלילה וודאי כדי לקיים מצוה וודאי אין חשש כלל ועוד והוא העיקר דכיון שאומר דרך שירה אין זה לימוד כלל עיין מ"א סימן תכ"ב וחכמת שלמה סימן תרפ"ח

וברור דבאופן כזו יש לסמוך על הבאטשוטשער.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5684
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג דעצמבער 20, 2020 12:39 am

farshlufen האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ווער רעדט דא פון א קולא?

ס'איז דאך א חומרא, אולי ער איז ער נאך מחויב בהלל.

לקולא איז עס זיכער נישט אבער לחומרא יתכן אויך נישט. לויט די באקאנטע פסק פונעם אור שמח זצ״ל אז ספיקא דאורייתא לחומרא ביי א מצוות עשה איז נאר מחייב אויב נאכן מקיים זיין מספק האט ער זיכער יוצא געווען, אבער אויב נאכן מקיים זיין איז נאך אלץ א ספק צי ער האט יוצא געווען איז נישטא קיין ענין צי מחמיר זיין (ולכן אין ענין ללך בתכלת שלנו מספק שמא הוא תכלת)

באקאנט?
איני יודע, מיינע מורי הוראה האבן קיינמאל עס גענוצט למעשה.



שער פרי מגדים פסק׳ט אזוי - ווייסעך נישט פארוואס מען איז עס מייחס צום אור שמח
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג דעצמבער 20, 2020 7:20 am

ווי איז דער פרי מגדים?
באקאנט מיטן אור שמח איז ווייל ער האט עס געשריבן אין א תשובה צים בעל התכלת אויף זיין אנפראגע פארוואס זאל מען נישט גיין תכלת לחומרא..

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26019
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך farshlufen » זונטאג דעצמבער 20, 2020 8:14 am

אז דו רעדסט פון בעל התכלת, נעכטן געווען זיין יארצייט, געווען א ריז אין תורה, זיינע ספרים שארפט דאס קעפעלע, זי"ע.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

געמבלער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך געמבלער » מיטוואך ינואר 13, 2021 3:56 pm

לחם משנה קען זיין אין א בעג אדער באקס אדער סמוז אנכאפן די חלה?

פנימחדשות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך פנימחדשות » מיטוואך ינואר 13, 2021 4:58 pm

געמבלער האט געשריבן:לחם משנה קען זיין אין א בעג אדער באקס אדער סמוז אנכאפן די חלה?

איינער האט מיר אמאל געזאגט בשם הגרשז"א זצ"ל אז עס טאר נישט זיין אין א בעג, און איך האב געזוכט אין עטליכע ספרים און נישט געפונען קיינער רעדען פון דער שאלה, האב איך געפרעגט א חשובער רב וואס איז געווען נאנט צו הגרשז"א, האט ער מיר געזאגט אז ער ווייסט נישט פון אזא מימרא צו זאגען, אבער ס'איז נישט א דרך כבוד, איז דערפאר זאל מען לכתחילה האלטען ביידע חלות נישט אין א בעג אד"ג.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15191
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך ינואר 13, 2021 5:00 pm

פנימחדשות האט געשריבן:
געמבלער האט געשריבן:לחם משנה קען זיין אין א בעג אדער באקס אדער סמוז אנכאפן די חלה?

איינער האט מיר אמאל געזאגט בשם הגרשז"א זצ"ל אז עס טאר נישט זיין אין א בעג, און איך האב געזוכט אין עטליכע ספרים און נישט געפונען קיינער רעדען פון דער שאלה, האב איך געפרעגט א חשובער רב וואס איז געווען נאנט צו הגרשז"א, האט ער מיר געזאגט אז ער ווייסט נישט פון אזא מימרא צו זאגען, אבער ס'איז נישט א דרך כבוד, איז דערפאר זאל מען לכתחילה האלטען ביידע חלות נישט אין א בעג אד"ג.

א דאנק.
שוין אסאך מאל געווען נוגע.

אוועטאר
אוראייניקל
שר ששת אלפים
תגובות: 6764
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך ינואר 13, 2021 5:09 pm

אין שמירת שבת כהלכתה שרייבט ער אז לכתחילה זאל מען עס אראפנעמען (ח"ב פנ"ה הערה לח) ע"פ המשנה ברורה קס"ז סקכ"ג. (אבער נישט בשם הגרש"ז, ממילא איז טאקע מסתבר אז ער האט עס נישט געזאגט).

ועי' עוד צדדים לכאן ולכאן בשו"ת רבבות אפרים ח"א סימן ר"א.
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26019
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 13, 2021 5:10 pm

געמבלער האט געשריבן:לחם משנה קען זיין אין א בעג אדער באקס אדער סמוז אנכאפן די חלה?

מעג זיין אין א בעג.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15191
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך ינואר 13, 2021 5:15 pm

האלט מען שוין ביי א מח' צווישען פארשלאפן און די שמירת שבת כהלכתו.
דיו טו קאוויד קענען מיר קיין אינטערשריפט נישט ארויפלייגן. מיט פארשטענדעניש.

פנימחדשות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך פנימחדשות » מיטוואך ינואר 13, 2021 5:38 pm

אוראייניקל האט געשריבן:אין שמירת שבת כהלכתה שרייבט ער אז לכתחילה זאל מען עס אראפנעמען (ח"ב פנ"ה הערה לח) ע"פ המשנה ברורה קס"ז סקכ"ג. (אבער נישט בשם הגרש"ז, ממילא איז טאקע מסתבר אז ער האט עס נישט געזאגט).

ועי' עוד צדדים לכאן ולכאן בשו"ת רבבות אפרים ח"א סימן ר"א.

א דאנק.

געמבלער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך געמבלער » מיטוואך ינואר 13, 2021 6:25 pm

וואס זאגט דער עולם צו א געדאנק פאר א מתנה פאר עימיצן , א י"ב מצה (אדער 12 י"ב מצות) אריינגעבויט אין א חלה ברעט פאר לחם משנה? איז דאס נאך אלץ א בדיעבד אדער אויב איז עס א דבר חשוב ומכובד (שריים פון א צדיק) שפיר קאעביד?

אוועטאר
קו הישר
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך קו הישר » מיטוואך ינואר 13, 2021 6:52 pm

געמבלער האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו א געדאנק פאר א מתנה פאר עימיצן , א י"ב מצה (אדער 12 י"ב מצות) אריינגעבויט אין א חלה ברעט פאר לחם משנה? איז דאס נאך אלץ א בדיעבד אדער אויב איז עס א דבר חשוב ומכובד (שריים פון א צדיק) שפיר קאעביד?

זיכער נישט קיין צוגלייך. טאקע מער מכובד, אבער נישט ראוי לאכילה. אפילו ווען עס איז פארפרוירן איז א שאלה, למעשה זאגן פוסקים אז וויבאלד עס ווערט באלד ראוי לאכילה איז עס שוין יעצט גוט צו ניצן פאר לחם משנה. משא"כ ביי דיין מציאות איז עס בכלל נישט ראוי צו קענען עסן דערפון.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

להודות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך להודות » מיטוואך ינואר 13, 2021 8:29 pm

דערמאנט לכאורה פון הוא במקום אחד ועירובו במקום אחר.
אויך די מתנה געדאנק איז נישט קיין סאך ווערט. עווענטואלי ווערט עס מילביג, און איינמאל עס כאפט א קלאפ אדער עס פאלט אראפ בלייבט ער מיט א באנטש ברעקלעך.
אז מען טוט דיר א טובה, זאג ייש"כ! #טוב להודות

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15191
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:37 pm

קו הישר האט געשריבן:
געמבלער האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו א געדאנק פאר א מתנה פאר עימיצן , א י"ב מצה (אדער 12 י"ב מצות) אריינגעבויט אין א חלה ברעט פאר לחם משנה? איז דאס נאך אלץ א בדיעבד אדער אויב איז עס א דבר חשוב ומכובד (שריים פון א צדיק) שפיר קאעביד?

זיכער נישט קיין צוגלייך. טאקע מער מכובד, אבער נישט ראוי לאכילה. אפילו ווען עס איז פארפרוירן איז א שאלה, למעשה זאגן פוסקים אז וויבאלד עס ווערט באלד ראוי לאכילה איז עס שוין יעצט גוט צו ניצן פאר לחם משנה. משא"כ ביי דיין מציאות איז עס בכלל נישט ראוי צו קענען עסן דערפון.

און אויב קען מען עס עפענען?

להודות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך להודות » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:51 pm

געמבלער האט געשריבן:לחם משנה קען זיין אין א בעג אדער באקס אדער סמוז אנכאפן די חלה?

איינער פון די גדולי המורים זצ"ל האט געענטפערט אויף אזא שאלה אז עס קען זיין אין באקס. איך מיין עס איז געווען לגבי נוצן א פסח'דיגע מצה וואס מען וויל נישט ארויסנעמען.

אין פסקי תשובות ברענגט ער גארנישט אויף דעם?
אז מען טוט דיר א טובה, זאג ייש"כ! #טוב להודות

אוועטאר
קו הישר
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re:

תגובהדורך קו הישר » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:12 am

סטיטשינער האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:
געמבלער האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו א געדאנק פאר א מתנה פאר עימיצן , א י"ב מצה (אדער 12 י"ב מצות) אריינגעבויט אין א חלה ברעט פאר לחם משנה? איז דאס נאך אלץ א בדיעבד אדער אויב איז עס א דבר חשוב ומכובד (שריים פון א צדיק) שפיר קאעביד?

זיכער נישט קיין צוגלייך. טאקע מער מכובד, אבער נישט ראוי לאכילה. אפילו ווען עס איז פארפרוירן איז א שאלה, למעשה זאגן פוסקים אז וויבאלד עס ווערט באלד ראוי לאכילה איז עס שוין יעצט גוט צו ניצן פאר לחם משנה. משא"כ ביי דיין מציאות איז עס בכלל נישט ראוי צו קענען עסן דערפון.

און אויב קען מען עס עפענען?

דאן הייסט עס נישט "אריין געבויעט" און עס איז צוריק צום אויבנדערמאנטע בעג שאלה.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט