שאלות אין הלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

מ'האט אמאל געגעבן אייז-קריעם פאר א עובד. נאכן עסן האט ער זיך באדאנקט אז די קיגל איז געווען זייער גוט ס'איז נאר געווען צו קאלט, נעקסטע מאל קען מען עס אנווארימען פארדעם.
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

נישט אלעס וואס שטייט אין שולחן ערוך איז א חיוב ממש, גאר אסאך זאכן זענען מידת חסידות, ופשוט הוא.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

די סוועטערס דשעקעטס פון GAP וכדומה וואס די ווערטער לויפן איבער די זיפער איז דאס א פראבלעם פאר שבת כותב מוחק??
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

Amazing האט געשריבן:די סוועטערס דשעקעטס פון GAP וכדומה וואס די ווערטער לויפן איבער די זיפער איז דאס א פראבלעם פאר שבת כותב מוחק??

יא.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חלב ישראל האט געשריבן:נישט אלעס וואס שטייט אין שולחן ערוך איז א חיוב ממש, גאר אסאך זאכן זענען מידת חסידות, ופשוט הוא.

אזוי?
ווער האט אייך אזוי געלערנט?
און ווער איז מבחין וואס ס'איז וואס?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

חלב ישראל האט געשריבן:נישט אלעס וואס שטייט אין שולחן ערוך איז א חיוב ממש, גאר אסאך זאכן זענען מידת חסידות, ופשוט הוא.

ח"ו אזוי צו זאגן. א חוץ אז ס'שטייט ארויסגעשריבן אז ס'איז נאר ממידות חסידות.
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

למעלה משבעים האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:די סוועטערס דשעקעטס פון GAP וכדומה וואס די ווערטער לויפן איבער די זיפער איז דאס א פראבלעם פאר שבת כותב מוחק??

יא.


זיכער? למעשה איז מען מקיל ביי א פאזל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

שאינו יודע האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:די סוועטערס דשעקעטס פון GAP וכדומה וואס די ווערטער לויפן איבער די זיפער איז דאס א פראבלעם פאר שבת כותב מוחק??

יא.


זיכער? למעשה איז מען מקיל ביי א פאזל

א פאזל איז אנדערש ווייל ס'איז נישט אינמיטן דעם אות, ביי GAP איז עס אימיטן דעם אות.

ממש גאנץ לעצטנעס דאס געהערט פון מיין דיין. א גדול זאל נישט אויפמאכן/צומאכן, און אויב האט מען עס פארגעסן אויסצוטון פארן זמן, קען מען מקיל זיין אז א קטן זאל עס עפענען.
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

למעלה משבעים האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:די סוועטערס דשעקעטס פון GAP וכדומה וואס די ווערטער לויפן איבער די זיפער איז דאס א פראבלעם פאר שבת כותב מוחק??

יא.


זיכער? למעשה איז מען מקיל ביי א פאזל

א פאזל איז אנדערש ווייל ס'איז נישט אינמיטן דעם אות, ביי GAP איז עס אימיטן דעם אות.

ממש גאנץ לעצטנעס דאס געהערט פון מיין דיין. א גדול זאל נישט אויפמאכן/צומאכן, און אויב האט מען עס פארגעסן אויסצוטון פארן זמן, קען מען מקיל זיין אז א קטן זאל עס עפענען.

וזה לשונו בשלחן ערוך הרב:
ואותן ספרים שכתוב עליהם אותיות בראשי חודי הדפים יש אוסרין לפתחן בשבת משום מוחק וכן לנעלן משום כותב ואף שאינו מתכוין לכך פסיק רישיה ולא ימות הוא ויש מתירין לנעלן לפי שכיון שהאותיות הן כתובות כבר אלא שמחוסרין קריבה בעלמא אין בזה משום כותב כיון שאפשר להקריבן בקל בלי עשיית מעשה חדש הרי הן כמקורבים ועומדים ואינו עושה כלום בקריבה זו וכן מותר לפתחן מטעם זה ואינו כמוחקן כיון שכתיבתן קיימת ואפשר להקריבן בקל והרי הן כמקורבין וכן נוהגין: עכ״ל

מאי שנא?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

farshlufen האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:נישט אלעס וואס שטייט אין שולחן ערוך איז א חיוב ממש, גאר אסאך זאכן זענען מידת חסידות, ופשוט הוא.

אזוי?
ווער האט אייך אזוי געלערנט?
און ווער איז מבחין וואס ס'איז וואס?

צו מבחין זיין איז דא צוויי וועגן, אדער קען מען נאכגיין די מקורות, אדער קען מען פרעגן א תלמיד חכם/דיין/פוסק.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אזוי שטייט אין?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

בעלזע רב האט געזאגט אז ווער ס'פרעגט וואו ס'שטייט איז אן אפיקורוס.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

חלב ישראל האט געשריבן:בעלזע רב האט געזאגט אז ווער ס'פרעגט וואו ס'שטייט איז אן אפיקורוס.

זייער גוט. די בעלזע חסידים וואס שרייבן דא אויף אייוועלט זאלן טאקע נישט פרעגן ווי ס'שטייט. אבער די פון אנדערע חסידות מעדן יא פרעגן.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א מאדנע שמועס דאס.

די בעלזא מעגן אויך פרעגן. זיין מימרא איז געווען אויף מנהגים.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

למעלה משבעים האט געשריבן:א מאדנע שמועס דאס.

די בעלזא מעגן אויך פרעגן. זיין מימרא איז געווען אויף מנהגים.

מאדנע איט איז. קוקט נישט אויס די צדדים גייען זיך פארשטיין..
ס'איז נישט ממש א איסור גמור מדינא אזוי צו זאגן, און נישט נאר עפעס א מדת חסידות בעלמא, ס'איז דברים התלוים בלב שעל זה נאמר ויראת, מבוחן כליות ולב. עניני כוונה וואס מ'דארף ארבעטן און נישט זיך פאפן

אז מ'רעדט פון הייליגע בעלזער רב, בעלזער רב האט זיך אמאל אויסגעדרוקט ווער עס לערנט שו"ע מיט יראת שמים דער זעט וכו'. נישט גענוג סתם צו לערנען, צו זען דעם אמת דארף עס זיין געלערנט מיט יראת שמים.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

אויב איינער האט א פראבלעם מיט וואס איך האב געזאגט קען ער גיין פרעגן זיין רב.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

farshlufen האט געשריבן:אויב ס'בלויז אך ורק להנאת גופו? ניין.

אזוי שטייט אין שו"ע.

ס'איז דא עפעס א רס"ג וואס האלט אז ס'איז יא גלייך, אזוי דענק איך
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

איינער זאגט מיר אז אויב מ'צאלט אפ די גראסערי ביל און מ'לייגט אריין קרעדיט אין די אקאנט די זעלבע צייט איז עס א שאלה פון ריבית. ווייל ס'איז בשעת פרעון. ווייסט איינער צו יש דברים בגו? און א מקור?
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אינטערעסאנטע דערהער. ויש לעיין בזה ווייל ער גיבט אים נישט מער נאר ער בארגט פאר יענעם
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

שאינו יודע האט געשריבן:אינטערעסאנטע דערהער. ויש לעיין בזה ווייל ער גיבט אים נישט מער נאר ער בארגט פאר יענעם

טאקע אינטערעסאנטע אבק ריבות שאלה וואס די עולם כאפט זיך נישט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

פשטות איז הלוני על מנת שאלוך נאר גערכענט געגעבן עפעס צוליב דעם תנאי.
און אזוי ווי אלע זאכן וואס זענען נישט קיין ממון וואס איז מותר לכתחילה ווען עס איז נישט אלס די [פריערדיגע] הלואה.

בעיני עניי זה פשוט
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

אויפן פריערדיגן שמועס, וועגן הנאות עולם הזה, האב איך אמאל געהערט פון הג"ר חיים פלאהר אז לויטן רמב"ן אויף קדושים תהיו, איז די גדר אין דעם אז א מענטש וואס לעבט אינגאנצן אן א חשבון, למשל, ער עסט ווען עס ווילט [גלוסט] זיך, וואס עס ווילט זיך, וויפיהל עס ווילט זיך, איז עובר אויף די מצוה חיובית [איסור עשה] פון קדושים תהיו.
אבער ברגע א מענטש האט גדרים דערין, איז ער שוין נישט עובר, אבער וואס מער ער זיך מגביל איז ער מקיים די מצות עשה, אלס א מצוה קיומית.
ועל דרך זה ביי אנדערע הנאות
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין אמת'ן איז דאס דאך דער יסוד פונעם גאנצן וועזן פון א איד, אלע ספרי קדמונים זענען פול פון דעם, מ'קען אין דעם מאריך זיין און א גאנץ ספר מלקט זיין, דאס אליין אז דער טור אין שו"ע ברענגען עס להלכה איז גענוג, והעיקר, ווען מ'געוויינט זיך צו אזוי צו קלערן ווערט מען געוואויר אז ס'איז א גרויסער פלאס אויף יעדע ריר פון א איד אויף דברים וואס זעען אויס גשמיים דורכאויס וואס מיט אביסל ריכטיגע מחשבה ברענגט מען עס אריין לקדושה.

גראדע דער חינוך שטעלט עס גאר אריין אינעם לאו פון ולא תתורו:
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (54.55 KiB) געזען 4305 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויגל מילך »

כאזיך שבת געוואשן נט"י, און אנשטאט אקב"ו ענט"י האבעך בטעות גלייך גמאכט המוציא לחם מן הארץ.

האבעך גלייך בוצע געווען, געהאט צדדים לכאן ולכאן צו מ'קען יעצט משלים זיין ענט"י.

וויל הערן די חוו"ד פון כולי עלמ"א (וועלטל בלע"ז)
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויגל מילך »

רב טקסט האט געשריבן:פשטות איז הלוני על מנת שאלוך נאר גערכענט געגעבן עפעס צוליב דעם תנאי.
און אזוי ווי אלע זאכן וואס זענען נישט קיין ממון וואס איז מותר לכתחילה ווען עס איז נישט אלס די [פריערדיגע] הלואה.

בעיני עניי זה פשוט

כיהודא ועוד לקרא, בתנאי איז לכמה פוסקים ר"ק, (מיינעך רעק"א עה"ג), אהן א תנאי איז מותר לכתחילה
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”