שאלות אין הלכה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג ינואר 15, 2018 1:07 pm

מים שלנו האט געשריבן:אויב איינער פארמאדט איינעם א עקספענס און וויל דאס אראפרעכענען פון מעשר חשבון רעכנט מען וויפיל עס קאסט פארן נותן אדער וויפיל משפארט פונעם מקבל? און וואס טוט זיך אויב עס קאסט גארנישט פארן נותן?

למשל אויב טוע איך א קאר סערוויס פאר א מוסד אומזיסט אן וויל דאס רעכענען פאר מעשר דארף איך רעכענען וויפיל עס האט מיר געקאסט אדער וויפיל ער וואלט געצאלט?

אין אויב בין איך א טעקנישיאן אין פארעכט אים צוויי קאמפיוטערס וואס דאן קאסט עס מיר גארנישט?


קוקט אויס אז ס'איז ביי דיר א דבר פשוט אז מ'קען רעכענען ארבעט פאר מעשר, די שאלה איז נאר וויפול. האסט א מקור פאר דעם?

Haklal
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג ינואר 15, 2018 1:07 pm

חלהדעקל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:א בר מצוה בחור דארף אראפנעמן מעשר פין זיין בר מצוה געלט וואס ער האט באקומען?

יא.

מהיכא תיתי? דער בחור פארדינט דאך נישט כדי חייו.

ער האט אייגענע עקספענסעס וואס קאווערט אים נישט זיין כדי חייו?


וואס מיינט איר אייגענע? איך מיין אז איך באצאל אלעס

Haklal
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג ינואר 15, 2018 1:10 pm

דריידל האט געשריבן:ווענט זיך וואס ער טיט מיט די געלט.

און וואס טוט זיך מיט ספרים וואס ער באקומט, דארף ער געבן מעשר פון די ווערד?


די געלט ליגט אין אן ענוועלאפ.
וואס מיינסטו עס ווענט זיך וואס ער טוט דערמיט

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג ינואר 15, 2018 1:32 pm

און טאמער קויפט ער ספרים אדער ריסעס?

Haklal
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג ינואר 21, 2018 12:46 am

וואס דארף מען לייגן אין שמות אין וואס אוועקווארפן? ביטע ציצייכענען ווי מען האט שוין גערעדט דערפון אויפן אשכול
יישר כח

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2635
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג ינואר 22, 2018 10:31 pm

Haklal האט געשריבן:וואס דארף מען לייגן אין שמות אין וואס אוועקווארפן? ביטע ציצייכענען ווי מען האט שוין גערעדט דערפון אויפן אשכול
יישר כח

עס איז זייער אן אריכות'דיגע נושא
איינער וואס לערנט דורך די נושא וועט פון איין זייט טרעפען חומרות וואס ער נישט געוויסט אבער מאידך גיסא זענען דא אסאך קולות וואס המון עם איז מחמיר.

שמעתי שיש ספר "גנזי הקודש" שמקיף את כל הנושא בברירות.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג ינואר 23, 2018 2:13 am

נחום וואהלינער האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:וואס דארף מען לייגן אין שמות אין וואס אוועקווארפן? ביטע ציצייכענען ווי מען האט שוין גערעדט דערפון אויפן אשכול
יישר כח

עס איז זייער אן אריכות'דיגע נושא
איינער וואס לערנט דורך די נושא וועט פון איין זייט טרעפען חומרות וואס ער נישט געוויסט אבער מאידך גיסא זענען דא אסאך קולות וואס המון עם איז מחמיר.

שמעתי שיש ספר "גנזי הקודש" שמקיף את כל הנושא בברירות.

טאקע דא אזא ספר 'גנזי הקודש' אויף הלכות גניזה. ער ברענגט אסאך שאלות ותשובות וואס ער האט איבערגעשמועסט מיט הגאון ר' חיים קנייבסקי שליט"א.

איך האב געהערט אז ר' חיים האט געזאגט אויף דעם אליין אז ס'איז "טעון גניזה". ער איז נישט געווען צופרידן פון דאס וואס ער ברענגט דארט בשמו.

נפש.
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 5:09 pm

תגובהדורך נפש. » דינסטאג ינואר 23, 2018 10:01 am

Haklal האט געשריבן:וואס דארף מען לייגן אין שמות אין וואס אוועקווארפן? ביטע ציצייכענען ווי מען האט שוין גערעדט דערפון אויפן אשכול
יישר כח

מפתח הכשרות פון התאחדות הרבנים האט א דעטאלירטע ליסטע אויף דעם

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מיטוואך ינואר 24, 2018 7:57 pm

וואס איז די הלכה לגבי פארן מיט א פרעמדע פרוי ביינאכט א לאנגע וועג?

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך ינואר 24, 2018 11:06 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:וואס איז די הלכה לגבי פארן מיט א פרעמדע פרוי ביינאכט א לאנגע וועג?

ציפיל פרטים וואס מאכן אויס, איך וואלט דיר געראטען צו פרעגען א דיין, און נישט זיך פארלזען אויף יושבי עולם הזה.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך ינואר 24, 2018 11:08 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:וואס איז די הלכה לגבי פארן מיט א פרעמדע פרוי ביינאכט א לאנגע וועג?

ווי יאצמעך זאגט, אזא שאלה קומט צו פרעגן פון א דיין.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 8:05 am

איך כאפ נישט וואס די שאלה איז, עס איז דא יחוד איינמאל עס איז ביינאכט, ארויס פון שטאט,
און אויב א צווייטע מאן איז דארט איז קיין פראבלעם,
משא"כ צוויי פרויען איז גארנישט ווערט,

איך מיין דאס איז די אלף פון הלכות יחיד וואס איז די שאלה בכלל?

צו מען מעג עסן מילכיג מיט פליישיג, דארף אויך א דיין?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 8:58 am

אויב עס איז דא דארט דריי בחורים איז אויך נישט קיין פראבלעם

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 9:17 am

וויאזוי פסקנ'ט מען למעשה בענין כזיתים חלה, (מען דארף עסן א כזית להתחייב בברכת המזון, מען דארף עסן צוויי כזיתים כדי להתחייב בברכת על נטילת ידים) ווען די מעל איז אויפגעבלאזן צו מען רעכנט יא די לופט צו נישט, עס איז א באקאנטע גרויסע מחלוקת האחרונים, עס איז עפעס דא אן הכרעה וויאזוי עס איז אנגענומען זיך צו פירן למעשה? איז דא א חילוק לגבי דאורייתא דרבנן?

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:19 am

קדוש ונורא האט געשריבן:אויב עס איז דא דארט דריי בחורים איז אויך נישט קיין פראבלעם

פרעג ביטע א דיין, דאס איז פון די חמורות!
זוכט איר דוי?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 1:53 pm

סאדאם, ניין דאס איז נישט א-ב, האסטו א שטיקל פון הליכות החיים גליון המאה;

כה) אויב ביידע מענער זענען "עסקם עם הנשים" זענען זיי לכתחילה נישט קיין שומרים איינער פאר'ן אנדערן. אויב ביידע מענער זענען פרוצים איז עס אסור. אויב איין מאן איז א כשר און איין מאן איז א פרוץ אדער א גוי, איז עס מותר בדיעבד. אויב ביי איין מאן איז "אשתו משמרתו" (זע אות ו'), איז עס מותר, אפילו אויב ביידע זענען פרוצים. אויב ס'זענען דא אסאך מענטשן, צ.ב.ש. אין א שפיטאל, וכדומה, הייסט עס א רשות הרבים, און ס'איז מותר בכל אופן, אפילו אלע זענען פרוצים אדער גויים.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 9:54 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:סאדאם, ניין דאס איז נישט א-ב, האסטו א שטיקל פון הליכות החיים גליון המאה;

כה) אויב ביידע מענער זענען "עסקם עם הנשים" זענען זיי לכתחילה נישט קיין שומרים איינער פאר'ן אנדערן. אויב ביידע מענער זענען פרוצים איז עס אסור. אויב איין מאן איז א כשר און איין מאן איז א פרוץ אדער א גוי, איז עס מותר בדיעבד. אויב ביי איין מאן איז "אשתו משמרתו" (זע אות ו'), איז עס מותר, אפילו אויב ביידע זענען פרוצים. אויב ס'זענען דא אסאך מענטשן, צ.ב.ש. אין א שפיטאל, וכדומה, הייסט עס א רשות הרבים, און ס'איז מותר בכל אופן, אפילו אלע זענען פרוצים אדער גויים.

אה פארגעסן, מילכיג אין פליישיג איז אויך זייער קאמפלעצירט, אויב איז עס א זאך געקאכט מיט פלייש האט עס א הלכה פינקט ווי פלייש,
אויב איז עס געווען געווייגט אדער געזאלצען מיט פלייש 24 שעה איז עס אסור,אויב איז עס געליגען נעבן אין פרידשעדער און עס האט זיך נישט אנגערירט איז עס מותר, אין פריזער און עס האט זיך יא אנגערירט.


עס איז שווערע הלכות.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 9:59 pm

מיין פריינד, זעט אויס איר האט פארשטאנען אז איינער זאגט אז ס'איז שווערע הלכות, ניין, עס דארף נישט זיין שווער כדי מען זאל דארפן אנקומען צו א דיין. א קליינע דוגמא, וואס איז אויב די דריי בחורים האבן אינטערנעט אן קיין פילטער, שטארק יתכן דדינם כפרוצים.

די סיבה פארוואס מען דארף פרעגן פון א דיין איז קודם ווייל יו"ד טאר מען נישט פסק'נען אן קיין הוראה, און שנית אפי' זאלסט ווען שוין קלאר זיין אין די הלכות האט אבער א דיין אן עקסטערע סייעתא דשמיא צו פרעגן די ריכטיגע שאלות צו זיין קלאר מיטן מציאות צו קענען פסק'נן די הלכה אין דעם פאל.

איך זיץ מיט מיין דיין טעגליך, און איך האב שוין כמה פעמים מיטגעהאלטן ממש די שאלות וועגן פארן פון/צו מאנטריאל, און כמעט יעדע מאל איז די פסק אנדערש, בין להקל ובין להחמיר.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:10 pm

מיין ציל דא ארויס צוברענגען איז, אז עס איז דא אלף בית פון אבן העזר וואס געוויסע ווייסן נישט, א דוגמה טאקע ווי תרי ופריצי,
איך וויל נישט זאגן וועלכע שאלות עס קומט אלץ אריין אין בית הוראה,.... די דיינים ווערן צופלאצט אסאך מאל פון טפשות און תמימות, פון מענטשען, [מען דארף פרעגן אייביג ווען עס קען זיין א שאלה, אבער א בושה אז מען קען נישט די אלף בית פון אבן העזר, און מען ווייסט נישט די הלכה פון פארן מיט א פרעמדע פרוי.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:28 pm

ניין כ'פארשטיי נישט דיין ציל, גיב א קוק דאס איז א ריכטיגע דוגמא, ווייל איר אליין האט נישט ריכטיג געענטפערט, אויפן וועג דארף זיין חוץ אים נאך צוויי מענער. דהיינו אינאיינעם זאל זיין 3 מענער.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5762
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג ינואר 28, 2018 5:46 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:וויאזוי פסקנ'ט מען למעשה בענין כזיתים חלה, (מען דארף עסן א כזית להתחייב בברכת המזון, מען דארף עסן צוויי כזיתים כדי להתחייב בברכת על נטילת ידים) ווען די מעל איז אויפגעבלאזן צו מען רעכנט יא די לופט צו נישט, עס איז א באקאנטע גרויסע מחלוקת האחרונים, עס איז עפעס דא אן הכרעה וויאזוי עס איז אנגענומען זיך צו פירן למעשה? איז דא א חילוק לגבי דאורייתא דרבנן?

איך מיין אז די מחלוקת איז נאר ביי א בלילה רכה, ביי טייג רעכנט מען זיכער די לופט אויך.
איידער דו שיקסט א תגובה, טראכט צו ס'איז דא ווייניגסטנס א 50% שאנס אז כאטש איינער וועט הנאה האבן דערפון.

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דינסטאג ינואר 30, 2018 6:22 am

מה הדין באחד שנשאר חייב ממון לחבירו למשך חמשים שנה, אלף דולר בשנה ההוא היה שוה כמו היום עשרת אלפים או יותר. איך משלם?

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג ינואר 30, 2018 10:36 am

בראשית ברא האט געשריבן:מה הדין באחד שנשאר חייב ממון לחבירו למשך חמשים שנה, אלף דולר בשנה ההוא היה שוה כמו היום עשרת אלפים או יותר. איך משלם?

אויב באצאלט ער א דאללער מער ווי טויזענט איז עס ריבית, פארשטייטצעך אויב מ׳רעדט פון געלט און נישט פון א חפץ וואס איז דאן ווערד געווען $1,000.

ביטע זיך נישט פארלאזן אויף למעשה נאר פרעגען א דיין.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

עזריאל
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 12:22 pm

תגובהדורך עזריאל » דינסטאג ינואר 30, 2018 11:48 am

יאצמעך האט געשריבן:פארשטייטצעך אויב מ׳רעדט פון געלט און נישט פון א חפץ וואס איז דאן ווערד געווען $1,000.

אם זה חפץ הו''ל סאה בסאה ואסור.

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דינסטאג ינואר 30, 2018 5:46 pm

עזריאל האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:פארשטייטצעך אויב מ׳רעדט פון געלט און נישט פון א חפץ וואס בסאה ואסור.

תפרש דבריך

מה ההלכה בסחורה שנשאר חייב אלף דולר וכבר עבר הרבה שנים. ואלף דולר אז כמו עשרת אלפים היום.
ומה הדין, בסחורה שכהיום אינו שוה כלום, שכהיום יש הרבה יותר טוב, ושוה כהיום פחות ממה שהיה שוה אז.
ומה הדין, בסחורה שהיה שוה אז אלף דולר, ושילם שש מאות דולר, ונשאר חוב של ארבע מאות דולר, ועבר חמשים שנה, ורוצה לשלם , צריך לשלם החוב ופטור, או יש מציאות לערוך הסחורה בערך של היום, או דילמא הוי רבית?

כמובן הכל לפלפולא


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט