המלך מגילה-שיטת הגר"א והמסתעף

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

המלך מגילה-שיטת הגר"א והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

כוויל דא גרינדן אן אשכול מזאל קענען אזוי ארום שמועסן די נושאים פון מגילות
פון א סופריש'ן שטאנדפונקט

1) קודם וויל איך פרעגן צו ווייסט עמעצער די מקור פון המלך מגילות?
האט דאס טאקע א מקור מוסמך אדער סתם א בעל בתישע'ר מושג?

2) אויך אביסל ארום שמועסן איבער די טענה פונעם גר"א אז סינישטא קיין מסורה צו מאכן די אותיות פון די עשרת בני המן גרעסער ווי אלע אנדערע ווערטער פון די מגילה

3) ווי באקאנט האט טאקע דער גר"א און דער חת"ס און מן הסתם אזוי אויך נאך אסאך אנדערע גדולי ישראל געהאט די עשרת בני המן אריין געשריבן אינמיטן אן עמוד

4) אין ירושלים איז געשאפן געווארן א פשרהדיג'ער מושג פון שרייבן אן עלף שורהדיגע'ר מגילה מיילע אזוי האט מען יוצא געווען ביידע שיטות ווייל אזוי איז די עשרת בני המן אויף אן עקסטערן עמוד און אויך איז עס נישט מיט קיין גרעסערן אות אזוי ווי דער גר"א טענהט

אויף דעם אבער טענה'ט הרה"ג ר' משה שטרנבוך אז מאן יימר דאס איז א פשרה אפשר לויט די שיטה פון שרייבן די י' בני המן עקסטער אפשר דארף מען אויך שרייבן מיט א גרעסערן אות? און מאן יימר די האסט יוצא געווען ביידע שיטות?

און אפשר איז טאקע מער אויסגעהאלטן צו נוצן א גרעסערע מגילה מיט ל"ו אדער מ"ב שורות כאמתה של תורה?

5) ווייסט איינער וואספארא מגילה די רבי'ס לבית סיגוט האבן גענוצט?
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

איינער שיקט מיר דא אריין אז רביה"ק מסאטמאר זצ"ל האט געהאט אן עלף שורות מגילה
סימער נישט מסתבר אבער קענעס איינער קאנפירמען?
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דער קדושת יום טוב און אזוי אויך בניו הקדושים אחריו האבן געהאט 11 שורות, גרויסע אותיות, שמעתי המלך אויך, אבער איך בין נישט זיכער, איני יודע צו ער האט דאס באשטעלט צו מען האט אים דאס געקויפט, ודו"ק
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

טאקע אינטערעסאנט אן עלף שורותדיגער מיט המלך האסט עפעס מקורות צו דעם??
אגב: גרויסע אותיות מיינט נישט גארנישט אויב די גאנצע מגילה האט די זעלבע סייז אות!
איך האב אויך געהערט אז דער ייטב לב האט געהאט א לאנגע מגילה

דאס הייסט מיט וויניג שורות אבער כווייס נישט צו דאס מיינט אן עלף שורותדיגע'ר מגילה

וואס איז טאקע פשט פון א ברייטע לאנגע מגילה צו ווייל אזוי ענדלט עס מער צו אן אגרת??
כהאב ארומגעזוכט אין שו"ת אבני צדק אבער דערווייל גארנישט געפינען
קען דא איינער עפעס צוברענגען קראנטע זאכן??
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

איך מיין אז אן עלף שורה'דיגע מגילה קען נישט זיין "המלך".
איך פארמאג אויך אן עלף-שורה'דיגע, און ווען איך האב עס געקויפט האט מיר דער סופר געזאגט אז עס גייט נישט באנאזאם.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אין גליון דמתה לתמר וואס פלעגט ארויסקומען אין בני ברק איז געווען אמאל באשריבן די מגילה פונעם קדושת יו"ט, איך וועל דאס בלי"נ נאכברענגען לכבוד ימי הפורים הממשמשים ובאים.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

נאטרוליסט האט געשריבן:איך מיין אז אן עלף שורה'דיגע מגילה קען נישט זיין "המלך".
איך פארמאג אויך אן עלף-שורה'דיגע, און ווען איך האב עס געקויפט האט מיר דער סופר געזאגט אז עס גייט נישט באנאזאם.

לפי זכרוני האט מיין פאטער יא אזאנס איך וועל עס היינט אי"ה דאבעל טשעקן
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

מאקאווער האט געשריבן:3) ווי באקאנט האט טאקע דער גר"א און דער חת"ס און מן הסתם אזוי אויך נאך אסאך אנדערע גדולי ישראל געהאט די עשרת בני המן אריין געשריבן אינמיטן אן עמוד

און אפשר איז טאקע מער אויסגעהאלטן צו נוצן א גרעסערע מגילה מיט ל"ו אדער מ"ב שורות כאמתה של תורה?

דאס אז די חת"ס האט געהאט אזא מגילה האב איך געזעהן שטיין. אבער אז דער גר"א האט געהאט, דאס שטומט נישט אינגאנצן ווייל זיי ברענגן צו אז די נשמת אדם (חיי אדם) שרייבט אז די גר"א האט צוריק געצויגן פון דעם אז ס'קען שטיין אין מיטן און האלט אז "עשרת" ברויך יא צו שטיין בסוף דפא, נאר דאס אז "איש" זאל זיך אנהייבן בראש דפא דאס האלט ער ווייטער איז א שיבוש צוליב ווייל עס איז נישט במסורה פון די אותיות גדולות. קומט אויס אז עס קען זיך טאקע אנהייבן אין מיטן דף אבער ענדיגן דארף זיך עס יא - לשיטת הגר"א - בסוף דף.

בנוגע מ"ב שורות האב איך טאקע געזעהן צוברענגן אז די הייליגע חת"ס האט טאקע מקפיד געוועהן דערויף כדי עס זאל האבן די כשרות אזוי ווי א ספר תורה. קומט אויס אז ס'איז אוממעגליך צו יוצא זיין אלע שיטות, ווייל ממ"נ, האט מען מב שורות מוז עס זיין אדער גרויס אדער אין מיטן אדער עכ"פ אנהייבן פון דערמיט (דרך אגב, טאמער איז דא קפידא אויף מ"ב שורות מוז דאך לכאורה די עמוד פון עשרת בני המן אויך ענטהאלטן די סכום שורות, וועט מען עס ווייטער נישט קענען מאכן גרויס. אויסער אז מ'העט זאגן אז וויבאלד ס'איז דא א מסורה ביי חז"ל אויף "לאפוקי" [דאס איז פארשטייט זיך לויט די וואס לערנען אפ די גמ' אז "איש" איז אנהייב עמוד אין "עשרת" סוף עמוד] איז דאך דאס די הלכה דא) ווייטער אויב מען האט 11 שורות איז דאך דאס נישט קיין מ"ב.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

אויפריכטיג האט געשריבן:אין גליון דמתה לתמר וואס פלעגט ארויסקומען אין בני ברק איז געווען אמאל באשריבן די מגילה פונעם קדושת יו"ט, איך וועל דאס בלי"נ נאכברענגען לכבוד ימי הפורים הממשמשים ובאים.

וכבר באו
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

וואס איז דער מקור פון א המלך מגילה?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

איך האב נאכנישט געטראפן קיין מקור דערויף, נאר אז ס'איז א שיינקייט אין די מגילה.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

מה ידידות האט געשריבן:וואס איז דער מקור פון א המלך מגילה?

א המלך מגילה איז בלויז א קלוגע טריק צו כאפן קאסטומערס (וועלכע זענען נישט קיין גרויסע מבינים)
בכלל נישט קיין מנהג
בכלל נישט קיין הידור.
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

מגילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

וויפיל דארף א מגילה צו קאסטן?

ווי קען מען טרעפן גוטע דיעלס?

וואס דארף מען וויסן פארן קויפן?
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: מגילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

פיאנא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 5:11 pm
וויפיל דארף א מגילה צו קאסטן?

ווי קען מען טרעפן גוטע דיעלס?

וואס דארף מען וויסן פארן קויפן?
א שיינע מגילה קען קאסטן ביז 2000 דאללער.

גוטע דיעלס קענסטו האבן זימער צייט... יעצט איז די סעזאן.

וואס דו דארפסט וויסען איז וועלעכע סארט מגילה איר זיכט, א מלך מגילה, 11 שורות, וועלעכע סייז, וכו'.

דערנאך די כתב פונעם סופר צו עס רעדט צו אייך.

דאס איז מער ווייניגער מיין איך די זאך.
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
Moshe monsey
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:09 am

Re: מגילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Moshe monsey »

פאר א מהודרדיגע שיינע מגילה גייט מען צו אשורית אין ווליאמסבורג 111 Lee ave
אין מאנסי 17 Main St
8454256777
7183882111
Moshe monsey
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:09 am

Re: מגילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Moshe monsey »

די מעלה פון אשורית איז אז זיי קענען די סופרים פרעזענליך
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: מגילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

רפפורט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 5:17 pm
פיאנא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 5:11 pm
וויפיל דארף א מגילה צו קאסטן?

ווי קען מען טרעפן גוטע דיעלס?

וואס דארף מען וויסן פארן קויפן?
א שיינע מגילה קען קאסטן ביז 2000 דאללער.

גוטע דיעלס קענסטו האבן זימער צייט... יעצט איז די סעזאן.

וואס דו דארפסט וויסען איז וועלעכע סארט מגילה איר זיכט, א מלך מגילה, 11 שורות, וועלעכע סייז, וכו'.

דערנאך די כתב פונעם סופר צו עס רעדט צו אייך.

דאס איז מער ווייניגער מיין איך די זאך.
וואס זענען די מקורות פאר א מלך אדער עלף שורה מגילה? עפ״י קבלה? מנהג? הלכה?
כ׳פרעג ווייל כ׳ווייס נישט…
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: מגילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

פיאנא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 5:32 pm
רפפורט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 5:17 pm
פיאנא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 5:11 pm
וויפיל דארף א מגילה צו קאסטן?

ווי קען מען טרעפן גוטע דיעלס?

וואס דארף מען וויסן פארן קויפן?
א שיינע מגילה קען קאסטן ביז 2000 דאללער.

גוטע דיעלס קענסטו האבן זימער צייט... יעצט איז די סעזאן.

וואס דו דארפסט וויסען איז וועלעכע סארט מגילה איר זיכט, א מלך מגילה, 11 שורות, וועלעכע סייז, וכו'.

דערנאך די כתב פונעם סופר צו עס רעדט צו אייך.

דאס איז מער ווייניגער מיין איך די זאך.
וואס זענען די מקורות פאר א מלך אדער עלף שורה מגילה? עפ״י קבלה? מנהג? הלכה?
כ׳פרעג ווייל כ׳ווייס נישט…
מגילת המלך איז א שיינע המצאה.
11 שיטות איז גאנץ א לעצטיגע ליטווישע המצאה יוצא זיין שיטת הגר"א די' בני המן זאלן נישט אויסקומען באותיות רבתי אין סזאל זיין איש בראש דפא לויט די דעות אז סמיינט אנהייב עמוד.
אבער דאכציך אז דער הייליגער בני יששכר האט שוין געהאט א 11 שורותדיגער מגילה
אוועטאר
artificial
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 10:03 am

Re: מגילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך artificial »

ווען האט איר געקויפט פאר אונטער 2000
אפילו פון סופרי א"י
ביי אשורית איז די ביליגסטע 2,100 און שיינע בכלליות 2600-2800 ולמעלה בק'
אנדערע האבן די ביליגסטע גאר שוואכע אנגעהויבן ביי 1,900 אבער אומבאקוועם צו ליינען דערין
— פישל דער מעלער
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מגילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

רפפורט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 5:17 pm
דערנאך די כתב פונעם סופר צו עס רעדט צו אייך.
דאס איז גוט אויב ער פלאנט שוין יעצט צו בלייבן מיט אזא בליק די נעקסטע הונדערט יאר.
אויב ער וועט זיך אמאל אויסלערנען עפעס וועגן צורת האותיות קען אים דעמאלטס ווערן אומאיינגענעם צו זעהן אז די דרויסענדיגע שיינקייט טוט לאו דווקא רעפלעקטירן אויף די הלכה'דיג חלק.

(אויך) דערפאר איז גוט צו פרעגן חוות דעת פון איינער וואס פארשטייט דערצו.
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: מגילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

קונטרס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 6:18 pm
פיאנא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 5:32 pm
רפפורט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 5:17 pm
פיאנא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 5:11 pm
וויפיל דארף א מגילה צו קאסטן?

ווי קען מען טרעפן גוטע דיעלס?

וואס דארף מען וויסן פארן קויפן?
א שיינע מגילה קען קאסטן ביז 2000 דאללער.

גוטע דיעלס קענסטו האבן זימער צייט... יעצט איז די סעזאן.

וואס דו דארפסט וויסען איז וועלעכע סארט מגילה איר זיכט, א מלך מגילה, 11 שורות, וועלעכע סייז, וכו'.

דערנאך די כתב פונעם סופר צו עס רעדט צו אייך.

דאס איז מער ווייניגער מיין איך די זאך.
וואס זענען די מקורות פאר א מלך אדער עלף שורה מגילה? עפ״י קבלה? מנהג? הלכה?
כ׳פרעג ווייל כ׳ווייס נישט…
מגילת המלך איז א שיינע המצאה.
11 שיטות איז גאנץ א לעצטיגע ליטווישע המצאה יוצא זיין שיטת הגר"א די' בני המן זאלן נישט אויסקומען באותיות רבתי אין סזאל זיין איש בראש דפא לויט די דעות אז סמיינט אנהייב עמוד.
אבער דאכציך אז דער הייליגער בני יששכר האט שוין געהאט א 11 שורותדיגער מגילה
דער מנחת אלעזר האט געהאט א 11 שורות מגילה, הערליכע גרויסע אותיות. די מגילה פון ביי יששכר (כמדומה שהיא מכתב יד קדשו) איז דאכט זיך מער.
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: מגילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

נזר הנבונים האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:56 pm

כקען מיך נישט דינגען על מה שלא ראיתי בעיני.
אבער בזכרוני אז אזוי שרייבן אלע וואס רעדן ארום די סוגיה די חידוש פין די מגילה להבני יששכר אז סאיז י"א שיטות מיט גליונות כס"ת למעלה ולמטה. סליגט ביי נכדו כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, יבואו הרואים ויעידו.

וועגן די מגילה פין מנח"א נישט געהערט בלתי היום, אדרבא אינטרעסאנט צי וויסן פונקט שיטות מיט גליונות ושיעוריהם
אוועטאר
artificial
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 10:03 am

Re: המלך מגילה-שיטת הגר"א והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך artificial »

איז פארהאן מערערע סופרים מיט די דינע כתב?
האט דאס א ספעצילע מקור?
אדער פשוט דער סופר האט אזוי געשריבן?
m.jpeg
m.jpeg (106.9 KiB) געזען 209 מאל
— פישל דער מעלער
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: המלך מגילה-שיטת הגר"א והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

artificial האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:16 pm
איז פארהאן מערערע סופרים מיט די דינע כתב?
האט דאס א ספעצילע מקור?
אדער פשוט דער סופר האט אזוי געשריבן?

m.jpeg
סהאט צו קולמוס.
די כתב וואס האסט ארויף גלייגט איז א מתלמד סדא וואס מעיר צו זיין ואין כאן המקום.
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: המלך מגילה-שיטת הגר"א והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

artificial האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:16 pm
איז פארהאן מערערע סופרים מיט די דינע כתב?
האט דאס א ספעצילע מקור?
אדער פשוט דער סופר האט אזוי געשריבן?

m.jpeg
א פעדער דארף מען אויך קענען אנשטעלען, און ווי ס'קוקט אויס איז דאס איינע פון די זאכן אויף וואס דער סופר טויג נישט.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”