מנהגים שונים בקריאת שמות

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

וואץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

שמות אנשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואץ »

לעצטע שבת ביי קריאת התורה איז מיר איינגעפאלן נאכ-צו-קוקן וועלכע נעמען פון תנ"ך קענען מיר נאך היינטיגע צייטן מענטשן וואס האבן די נעמען, בפרט נאך די פטירה פון הגאון רבי שריה דעבליצקי איז ביי מיר נתחזק געווארן דעם געדאנק. און פארשטייט זיך נישט די נעמען ווי מרדכי, אליהו, וכדו'

איך ווייס נישט צו דאס באלאנגט אין דעם אשכול, אבער פארט איז דאס א תורה'דיגע שמועס
וזה החלי:
ווי דערמאנט רבי שריה דעבליצקי (נאר ביי מפורסמים זאל מען שרייבן א לעצטע נאמען) - די טאטע פון עזרא הסופר האט אזוי געהייסן
להבחל"ח רבי דן סגל (אפשר גייט דאס אריין אין דעם כלל פון מרדכי הנ"ל) - פון די י"ב שבטי קה
איך קען א יונגערמאן מיט'ן נאמען כלב. - כלב בן יפונה פון די מרגלים וואס זענען יא אריין קיין ארץ ישראל
הרה"ח ר' גד'ל אייזנער. מחשובי חסידי גור - פון די י"ב שבטי קה
הג"ר חיים זבולון חרל"פ. געווען א רב אין ארץ ישראל - פון די י"ב שבטי קה
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

מַחְלָה, נֹעָה, חָגְלָה, מִלְכָּה ותִרְצָה
מחלה איז א נאמען וואס מען נוצט
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

שמות אנשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

איך קען א איד וואס הייסט אחיהוד אויך פון די קריאה פון לעצטע וואך למטה אשר נשיא אחיהוד בן שלומי
אויך קען איך איינעם (א ספרדישער) וואס הייסט אביי

ס'איז טאקע אינטרעסאנט צו פארשטיין ווען האבן זיך געטוישט די מנהגים פון געבן יענע סארט נעמען צו די היינטיגע נעמען
וואץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואץ »

וואשינגטאן האט געשריבן:מַחְלָה, נֹעָה, חָגְלָה, מִלְכָּה ותִרְצָה
מחלה איז א נאמען וואס מען נוצט


יא איהר זענט גערעכט, האסט מיך דערמאנט. איך האב א קרובה משפחה וואס הייסט תרצה גיטל (מ'רופט איהר נישט מיט'ן נאמען תרצה אבער דאס איז איינע פון איהרע נעמען
וואץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואץ »

פיניע חזן האט געשריבן:אויך קען איך איינעם (א ספרדישער) וואס הייסט אביי


דאס איז מענין לענין אבער באותו ענין. ווייל דאס איז נישט קיין נעמען פון תנ"ך אבער טאקע דאס מיין איך די סארט נעמען, און אזוי איהר האט דאס ארויס געשריבן ווען האט זיך געטוישט די מנהגים פון געבן נעמען
אויך דאכט זיך מיר אז ביי שמות נשים איז די סוגיא אינגאנצן אנדערש אויך ביי היימישע, ווי למשל די נאמען סלאווא, וואס דאס איז א טרענסלעישאן פון די נאמען ברכה אויף רוסיש

אזוי שרייבנדיג דערמאן איך זיך, אז דער זוהן פון ר' נחמן שטראקס (דער זיידע פון "יאסעלע")האט געהייסן עובדיה. אין הכי נמי ביי די ספרדים זענען די סארט נעמען מעהר מצוי נאר ער איז דאך געווען א רוסישער-ברסלבער-ליובאוויטשער. ס'איז געווען איינע פון די גדולי הספרדים וואס מ'האט איהן גערופן עבדאלללה וואס דאס איז טרענסלעישאן פון עובדיה אויף אראביש
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

כ'האב לעצטנס געטראפן א איד מיטן נאמען ר' אִתַּי. ער האט גוט געוואוסט פון אתי הגתי און אתי בן ריבי.
אבער איך האב אים מחדש געווען אז ס'אויך געווען אן אמורא, אדער גאר צוויי, וואס האט געהייסן ר' אִיתַּי.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
וואץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואץ »

געטראפן היינט אויף דבר יום ביומו
אֲדֹנִיָּה (אֲדֹנִיָּהוּ) דער פערטער זוהן פון דוד המלך
אטעטשמענטס
Adoiniyu.JPG
Adoiniyu.JPG (59.17 KiB) געזען 1945 מאל
וואץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

רבי פריידא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואץ »

פון די גמרא
געטראפן אין דערנעבנדיגע פארום וואנדערליכע אויפשריפטן אויף מצבות
אטעטשמענטס
Freida.JPG
Freida.JPG (539.56 KiB) געזען 1925 מאל
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

וואץ האט געשריבן:
וואשינגטאן האט געשריבן:מַחְלָה, נֹעָה, חָגְלָה, מִלְכָּה ותִרְצָה
מחלה איז א נאמען וואס מען נוצט


יא איהר זענט גערעכט, האסט מיך דערמאנט. איך האב א קרובה משפחה וואס הייסט תרצה גיטל (מ'רופט איהר נישט מיט'ן נאמען תרצה אבער דאס איז איינע פון איהרע נעמען


איך ווייס פון די נאמען מִלְכָּה אויך (נישט מלכה מיט א פתח).

עס איז טאקע אינטערסאנט צו וויסן פארוואס טייל פון די נעמען פון די שבטים זענען יא באקאנט און טייל נישט.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא »

[quote=
אויך קען איך איינעם (א ספרדישער) וואס הייסט אביי


אביי איז נישט קיין נאמען, ער האט געהייסן נחמני. רבה בר נחמני האט איהם אויפגעצויגן אין ער האט איהם גערופן אביי ווייל זיין טאטע האט געהייסן נחמני. אויך איז דא וואס זאגן אז דאס איז אלס די ר״ת אשר בך ירוחם יתום
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

אביי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

דו ביזט גערעכט אז אביי האט נישט אזוי געהייסן, אבער די פאקט איז אז דאס איז דער נאמען וואס דער קינד האט באקומען.
איך קען נישט קיין הלכה, אבער אז איינער וועט היינט מחליט זיין אז ער גיבט א נאמען פאר זיין קינד צ.ב.ש. נקדישך, מיינט דאס אז דער מענטש האט נישט קיין נאמען? פונקט ווי יענער האט מחליט געווען צו געבן דעם נאמען קדיש
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מחלה, א נאמען וואס איך ווייס עטליכע דערמיט. נעה, א שטארק גאנגבארע נאמען אין ישראל. מלכה מיטן חירוק, ווייס מיר פון עטליכע. תרצה, א באקאנטער מיינער וואס זיין פלונית'טע הייסט אזוי.
נאר וואס דען, יעדע קרייז האט זייערע נעמען צו וואס מען האלט זיך. ביז עפעס א באבע מיט א מאדנע נאמען פעקלט זיך אפ, און דאן שפפראצען ארויס צענדליגער מיט עפעס א אומבאוואוסטע נאמען, וואס מיט יעדע יאהר וואס גייט פערביי ווערט עס מער קענטליך, נאך וואס צענדליגער אייניקלעך און איר אייניקלעך האבען שוין דעם נאמען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

חמרא האט געשריבן:[quote=
אויך קען איך איינעם (א ספרדישער) וואס הייסט אביי


אביי איז נישט קיין נאמען, ער האט געהייסן נחמני. רבה בר נחמני האט איהם אויפגעצויגן אין ער האט איהם גערופן אביי ווייל זיין טאטע האט געהייסן נחמני. אויך איז דא וואס זאגן אז דאס איז אלס די ר״ת אשר בך ירוחם יתום

מלוקת רש"י ותוס' אם אביי הוא שמו או נחמינו.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14506
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

וואץ האט געשריבן:געטראפן היינט אויף דבר יום ביומו
אֲדֹנִיָּה (אֲדֹנִיָּהוּ) דער פערטער זוהן פון דוד המלך


אין די מעלות לויפט אן עד פון אדוני קרויס
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14506
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

וואץ האט געשריבן:
וואשינגטאן האט געשריבן:מַחְלָה, נֹעָה, חָגְלָה, מִלְכָּה ותִרְצָה
מחלה איז א נאמען וואס מען נוצט


יא איהר זענט גערעכט, האסט מיך דערמאנט. איך האב א קרובה משפחה וואס הייסט תרצה גיטל (מ'רופט איהר נישט מיט'ן נאמען תרצה אבער דאס איז איינע פון איהרע נעמען


די מאמע פון ר יענקעלע האט אזוי געהייסען
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: מנהגים שונים בקריאת שמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

וואס איז די מקור אז מען געט א נאמען נאך א זיידע ?
וכן למר
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 3:27 pm

Re: מנהגים שונים בקריאת שמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וכן למר »

האט איינער געהערט אמאל וועגן א קפידה, נישט צו געבן א נאמען נאך איינעם, וואס האט נאך געלעבט בשעת די קינד איז געבוירן,אין אוועק פארן געבן דאס נאמען?
אוועטאר
מ'לערנט
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 12:22 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מ'לערנט »

נודע למשגב האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 26, 2010 1:52 pm
פארוואס גיבט מען נישט ביי די משפחת התמרים די נאמען אלעזר ניסן ?
האב איך געהערט אז מען האט געפרעגט כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט''א דיע שאלה.
האט ער געענטפערט אז עס האט נישט געטויגט.
אוועטאר
מ'לערנט
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 12:22 am

Re: מנהגים שונים בקריאת שמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מ'לערנט »

וכן למר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 5:26 pm
האט איינער געהערט אמאל וועגן א קפידה, נישט צו געבן א נאמען נאך איינעם, וואס האט נאך געלעבט בשעת די קינד איז געבוירן,אין אוועק פארן געבן דאס נאמען?
ניין.
ר' יואל לעבאוויטש בן אדמו''ר מניקלשבורג מאנסי איז געבוירן פאר די הייליגע רבי זי''ע איז אוועק און ער הייסט נאך אים.
מנחם אבראמאוויטש
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2017 5:48 pm

Re: מנהגים שונים בקריאת שמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם אבראמאוויטש »

גדל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:12 pm
וואס איז די מקור אז מען געט א נאמען נאך א זיידע ?
מנהג איז שטערקער פון אלעס, אבער מדרש רבה פ' נח:
ולעבר יולד שני בנים שם האחד פלג כי בימיו נפלגה הארץ ר' יוסי אומר, הראשונים על ידי שהיו מכירים יחסיהם היו מוציאים לשם המאורע, אבל אנו שאין אנו יודעין את יחסינו אנו מוציאין לשם אבותינו, רבן שמעון בן גמליאל אומר הראשונים על ידי שהיו משתמשין ברוח הקודש היו מוציאין לשם המאורע אבל אנו שאין אנו משתמשין ברוח הקודש אנו מוציאין לשם אבותינו
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14506
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: מנהגים שונים בקריאת שמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

די נעמען פון יעקב אבינו קינדער איז שטארק אויפגעכאפט (אויסער דן און גד וואס מען זעהט שוואך) אבער פון זיינע אייניקלעך איז נישט דא קיין איין נאמען,
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17018
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מנהגים שונים בקריאת שמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

נישט ממש קיין איינס.

חנוך (איז שוין טאקע דא פון פריער אויך). שאול (איז דא פון שפעטער). גרשון. קהת. מנשה ואפרים (ויש לדחות דכראובן ושמעון יהיו..). און מלכיאל (שוין אן אוראייניקל.)
חוח בין השושנים האט געשריבן:
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14506
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: מנהגים שונים בקריאת שמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:05 pm
נישט ממש קיין איינס.

חנוך (איז שוין טאקע דא פון פריער אויך). שאול (איז דא פון שפעטער). גרשון. קהת. מנשה ואפרים (ויש לדחות דכראובן ושמעון יהיו..). און מלכיאל (שוין אן אוראייניקל.)
פון די אלע אייניקלעך וואס זענען אויסגערעכענט בראשית פרק מ"ו איז דא 4 נעמען, און גראדע זענען זיי נישט אזוי באקאנט ווי די קינדער פון יעקב
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

מ'לערנט האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 1:19 pm
נודע למשגב האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 26, 2010 1:52 pm
פארוואס גיבט מען נישט ביי די משפחת התמרים די נאמען אלעזר ניסן ?
האב איך געהערט אז מען האט געפרעגט כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט''א דיע שאלה.
האט ער געענטפערט אז עס האט נישט געטויגט.
אויך אזוי געהערט אז ווען מ'האט געגעבן האט נישט געטויגט און מ'האט עס אנגעהאנגען אז ער איז געווען א הויכע נסתר'דיגע נשמה למעלה מהשגותינו, ואין לנו עסק בנסתרות.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”