טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 10:45 am

עיין אגרות משה יו"ד ח"ג סימן כ"ג
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 10:49 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אויב מען פלאנט עס נישט צי ניצן מער ווי איינמאל טובל'ט מען נישט, און אויב יא יא.

וואס איז דער טעם פון אט דער באקאנטער הלכה?
"און אויב יא יא" מיינט אז מען דארף תיכף טובל זיין אדער נאר הערשט ביים צווייטן מאל?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 10:50 am

שוועמל האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אויב מען פלאנט עס נישט צי ניצן מער ווי איינמאל טובל'ט מען נישט, און אויב יא יא.

וואס איז דער טעם פון אט דער באקאנטער הלכה?

איך האב דא אנגעצייכנט דעם אגרות משה,
און ער רעדט פון א "ספק" אויף דעם יא יא אויך,
און לכאורה אויב יא, מיינט עס ביים ערשטען מאל.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 11:18 am

אזוי ווי מהאט שוין דא דערמאנט דעם ר' געציל ליגט מיר אין קאפ אן הוראה פון אים, אז אפילו מען ניצט עס מער ווי איינמאל אויב איז דאס דעתו ארויסציווארפען נאך עטליכע מאל דאן ברויך עס אויך נישט קיין טבילה, כ'וועל עס מיזן קאנפורמען.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 11:40 am

אלד;
וואס איז דער "טעם" דערפון?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 2:10 pm

וויבאלד א זאך וואס איז געמאכט אוועק צי ווארפן איז נישט מקבל טומאה,
און ממילא איינער וואס וועט דאס ניצן נאר איינמאל איז פשוט אז ס'איז געמאכט אוועקציווארפן, אבער איינער וואס וויל עס איבערניצן האט עס דאך אויך א גבול, ממילא איז נישט קלאר צי דאס הייסט נאך אין דעם גדר, צו נישט.

ווידער איז דא מענטשען וואס ניצן אלע כלים איין מאל פארן טובל'ן און כנראה איז עס א גרויסע טעות און קימט פון דא

איך האב גע'גוגל'ט האב איך געטראפן אז ר' עובדי' האלט אז זיי ברויכן יא טבילה בלי ברכה, און זיין טענה איז ווייל מען ניצט דאך דיספאזעבל קאפס פאר קידוש, און קידוש ברויך זיין א כלי חשוב, אלא מאי האלט ער אז דאס הייסט יא א חשובע כלי און ברויך טבילה, ביי אונז זענען אבער אסאך אידן מקפיד נישט צי מאכן קידוש נאר אין א בעכער גלאז וכדומה.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 6:21 pm

בנוגע בעקעלע"ך זאגט הגרש"ז בערנבלוט ז"ל אויפן אויבנדערמאנטן שיעור אזוי (איך האב עס מעתיק געווען אויף לשון קודש מפני קיצור הלשון):

דיספאוזעב"ל כלים, שבאמת יכולין להשתמש בהם יותר מפעם אחת, אלא שאין דרכן להשתמש בהם יותר מפעם אחת, יש לדמותן למש"כ בגידולי טהרה בהיתר היורות הגדולות שעשויין לבשל בהם יי"ש, שכיון שאין מחזיקין בהן היי"ש לזמן ארוך משום שמתקלקל, וא"כ הוי תשמיש עראי ולכן פטורין מטבילה, ולפי"ז נמצא דכלים שמשתמשין בהן רק באופן עראי אי"צ טבילה, ובמנחת יצחק כתב דמה"ט "בעקעלעך" שמתקלקלים ע"י שמשתמשים בהם מיקרי תשמיש עראי ופטורין מטבילה.

(ובשרגא המאיר מביא בשם רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע דאין לעשות קידוש על כלים הללו, שאין להם דין כלי כיון שאין משתמשים בו אלא פעם אחת).

ולמעשה כיון שהרבה בני אדם משתמשים באותם הבעקעלע"ך מערב פסח לערב פסח אע"ג שמתקלקלין בתשמושן, יש מקום להחמיר ולהטבילן, ובפרט אם קונה אותם אדעתא דהכי להשתמש בהם לזמן ארוך.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 6:43 pm

מערקווירדיג, פונקט היינט האט זיך מיין פורקולעטא"ר צעבראכן בין איך געגאנגען ווידער אין הארדווער געשעפט קויפן א נייעם לכבוד שבת, אזוי טראגנדיג צום מקוה ווייזט מיר דער בחור דער סטיקער אויפן באקס וואס לויטעט עס ברויך נישט קיין טבילה ווי איינער שוין דא ערווענט.

כ'אב מיר געשפירט ווי א גאנצער תלמיד חכם קוקנדיג אויפן סטיקער "דאס איז דאך מיין אשכול"..

באלד וועל'יך שטעלן א בילד דא אין בעררי יצ"ו קען מען נישט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 9:15 pm

דא האט איר דעם פארשפראכענעם בילד.
צוגעלייגטע
IMG00074-20091224-1856.jpg
IMG00074-20091224-1856.jpg (17.85 KiB) געזעהן 3560 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23377
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 10:06 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:איך האב גע'גוגל'ט האב איך געטראפן אז ר' עובדי' האלט אז זיי ברויכן יא טבילה בלי ברכה, און זיין טענה איז ווייל מען ניצט דאך דיספאזעבל קאפס פאר קידוש, און קידוש ברויך זיין א כלי חשוב, אלא מאי האלט ער אז דאס הייסט יא א חשובע כלי און ברויך טבילה, ביי אונז זענען אבער אסאך אידן מקפיד נישט צי מאכן קידוש נאר אין א בעכער גלאז וכדומה.

די ספרדים בא"י טובל'ען פלעסטיק קאפס, און פאון טעלערס?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 10:18 am

שקויעך שוועמל פאר'ן מיר "דערמאנען" פון וועמען דער הכשר איז געווען. טאקע פון ר' בנימין גרובער, און דער נוסח איז טאקע דאס: "נעשה בבעלות" יהודי וא"צ טבילה. די אנדערע היימיש-געמאכטע זאך האבן זיי ארויפגעלייגט די ווערטער: "נגמר ע"י יהודי" וא"צ טבילה.

עס וואלט טאקע אינטערסאנט געווען צו פרעגן ר' בנימין'נען וואס דאס מיינט "בבעלות" יהודי? ווי עמיצער האט שוין דא פריער אנגעוויזן אז אין כינע איז אלעס די רעגירונג אייגענטום, טא איז עס לכאורה נישט די פעקטארי בבעלות יהודי, נאר אפשר די מאטריאל האט ער אפגעקויפט נאך איידער'ן מאניופעקטשערן?

אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » זונטאג דעצמבער 27, 2009 12:14 pm

אין קעמפ האבן מיר געקויפט א טאוסטער בשותפות מיט די גאנצע באָנק,
האט מען עס געגעבן פאר'ן גוי, כדי עס נישט צו דארפן טובל'ן.
מיט דערצייט האט זיך געמאכט א ריזן סכסוך צווישן די עלטערע כתה פונעם באָנק און די אינגערע, איבער די רעכטן ווער פריער ווער שפעטער, איז א תמימותדיג'ן בחור געגאנגען צום גוי - היות ער האט דאך די ריכטיגע בעלות איבר'ן טאוסטער - אז ער זאל זיך אריינמישן און הייסן פאר די עלטערע כתה, צו געבן די זעלבע רעכטן פאר די אינגערע.
וכן הוה, די גוי איז טאקע געקומען און פרובירט שלום צו מאכן.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 9:55 am

יעצט פאר פסח האב איך זיך אנגעשטויסן מיט צוויי עדווערטייזמענטס איין פון 'לע-שעף' מיט א הכשר פון רבי בנימין גרובער, ווי ער שרייב אז עס איז געמאכט ברשות יד בעלים ישראל "מרישא ועד גמירא" ואינה צריכה טבילה כלל אפילו למהדרין.
וואס מיינט ברשות יד בעלים ישראל?

א צווייטע עד האב איך געזעהן פון 'פערקא', מיט א הכשר פון רבי אברהם חיים שטיינווארצל, ער שרייבט אז די פירמע געהער אויסשליסליך צו א איד, און די כלי קומט אן צום איד פאר עס ווערט פארטיג. דעריבער דארף עס נישט קיין טבילה.
אין יענעם עד שטייט אויך אז זיי זענען די איינציגסטע וואס ברענגען אריין קיין אמעריקע אומפארטיגע כלים און ווערט גע'ענדיקט ביי א פאבריק וואס געהערט אויסשליסליך צו א איד, אנדערש ווי די אנדערע וואס ענדיגן די גאנצע כלי אין טשיינע און פארלאזן זיך אויף אנדערע התרים, דער עדווערטייזמענט פירט אבער אויס והמחמיר תבוא עליו ברכה.
צוגעלייגטע
Lechef.jpg
Percko.jpg
''ח שטיינווארצל.jpg
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

צדיק מושל
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 1:34 am

תגובהדורך צדיק מושל » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 8:53 pm

די נייע בעקעלעך כשר לפסח געמאכט אין כינע דארף טבילה ?

וויבאלד עס שטייט גארנישט ארויס געשריבן דערויף לגבי טבילה אזויווי די וואס זענען געמאכט אין ארץ ישראל [וועלכע זענען פון א שוואכערען קוואליטעט] , האבן מיר אריין געקלערט מה דינם, לכאורה יש בה תרתי לטיבותא להיותם פטורים מן הטבילה,
א) כפי הנראה איז עס בבעלות יהודי, אויף וויפיל סשייך אין כינע, [וואס אט דאס דארף א בירור פאר זיך, צו סהעלפט].
ב) אחרי ככלות הכל איז עס עומד להיזרק.


בכלל איז א וואונדער, התאחדות פלעגט אלס פסקנען אז די בעקעלעך פעלט נישט אויס מער ווי א ליבון קל אין אויבן פארן נוצן, מה אירע עכשיו.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » פרייטאג מארטש 19, 2010 9:33 am

דאס וואס התאחדות שרייבט אז עס פעלט אויס ליבון קל איז לכאורה אלץ חשש אז אפשר איז אנגעשמירט דערויף חמץ אדער קטניות.

לגבי טובל'ן די בעקעלעך פון טשיינע וועט זיך אויבנאויף ווענדן אין די מחלוקה פון הרב גרובער און האב שטיינווארצל. לויט הרב גרובער וויבאלד עס איז געמאכט ברשות יד בעלים ישראל וועט נישט אויספעלן קיין טבילה, אבער לויט הרב שטיינווארצל וויבאלד דארף זיין אז עס זאל זיין געמאכט (גע'ענדיגט עכ"פ) ווען עס געהער אינגאנצן ביי א איד.
אבער דאס מוז נישט זיין זיכער סקען זיין אז ביי די פערקעלעיטעקס האט מען געטוהן עפעס מער פעולות אז עס זאל זיין ברשות יד בעלים ישראל. וואס מהאט דא נישט געטוהן.

לגבי וואס די שרייבסט אז עס איז עומד להיזרק, איז אזוי. ווענדט זיך וויפיל מאל די ניצט עס. אויב נאר איינמאל איז א מחלוקה רוב פוסקים האלטן אז עס איז פטור, אבער דער באר משה איז מחייב. מער ווי איינמאל איז ווייטער א מחלוקה דער מנחת יצחק האלט אז 2-3 מאל איז אויך פטור דער שבט הלוי האלט אז אויב אויב איך וויל עס ניצן מער ווי איין מאל איז עס מחויב בטבילה (אפילו ביים ערשטן מאל ניצן), עס זענען דא פוסקים וואס האלטן אז אויב איז סאיז נישט דער דרך זיך משתשמש צו זיין דערמיט מער ווי איין מאל דארף מען עס נישט טובל'ן אפילו אויב מניצט עס מער ווי איין מאל. כהאב געזעהן אין ספר שיעורי הלכה ברורה (להר"ר יעקב אלעזר מענדלאוויטש) אז זאכן וואס זענען פון מתחת - וואס איז מחויב התורה (כגון בעקעלעך) זאל מען מחמיר זיין צום שבט הלוי, אבער אנדערע זאכן ווי פלעסטיק קאפס, קאנטעינערס קען מען אננעמען לקולא ווי דער מנח"י.
(פון דיינע ווערטער וואס די שרייבסט אז די ווילסט נישט די ארץ ישראל'דיגע ווייל עס איז א שוואכערע קוואליטעט, זעט אויס אז די ווילסט עס ניצן מער מאל).

סייווי, ביי א פערקעלעיטער וואס קען חרוב ווערן פון טובל'ן וואלט איך נישט מחמיר געווען, אבער ביי א בעקעלי וואס שטערט מיר מחמיר צו זיין.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג מארטש 19, 2010 10:26 am

בנוגע אלומינום ראיתי פעם בקובץ קול תורה בשם אחד מהגדולים של קודם המלחמה או ר' מאיר אריק או הרב מטשעבין, שאמר שאין צריכים לטבול אלמונים מה"ת, שאין הוא מהמינים הנמנים בפסוק, אך את הזהב וכו',
והגם שקשה לסמוך על זה להלכה, אבל כדאי לידע לסניף בעלמא
וועל איך פראבירען נאכצוזיכען
למה זה תשאל לשמי...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג מארטש 19, 2010 2:28 pm

באנקיר האט געשריבן:אין קעמפ האבן מיר געקויפט א טאוסטער בשותפות מיט די גאנצע באָנק,
האט מען עס געגעבן פאר'ן גוי, כדי עס נישט צו דארפן טובל'ן.
מיט דערצייט האט זיך געמאכט א ריזן סכסוך צווישן די עלטערע כתה פונעם באָנק און די אינגערע, איבער די רעכטן ווער פריער ווער שפעטער, איז א תמימותדיג'ן בחור געגאנגען צום גוי - היות ער האט דאך די ריכטיגע בעלות איבר'ן טאוסטער - אז ער זאל זיך אריינמישן און הייסן פאר די עלטערע כתה, צו געבן די זעלבע רעכטן פאר די אינגערע.
וכן הוה, די גוי איז טאקע געקומען און פרובירט שלום צו מאכן.

האם עושים עצה זו לכתחלה, לקביעות, כמדומה שבהל' שבת מבואר דלא.
למה זה תשאל לשמי...

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » דאנארשטאג אפריל 08, 2010 3:48 pm

היה לי שאלה השנה בבעקעלע שהיה מונח שם הפאלשע פיש, והוציאו משם במשך כל היו"ט, אם זה נחשב להשתמשות פ"א או כ"פ.

סברתי היתה כי זה נחשב להשתמשות כ"פ, אך למעשה סמכתי להקל בצירוף הפוסקים כי א"צ טבילה כלל, וגם שב' ג' פעמים לא נחשב להשתמשות, אך לא עיינתי כ"צ בשורש ההלכה.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

טבילת כלים

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך נובעמבער 16, 2011 3:22 pm

ווי דער מקור גענוי, אז אויב מען האט געטובלט א כלי פארן באצאלן אז מען דארף עס איבער טובלען

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך נובעמבער 16, 2011 3:52 pm

יהיה כן האט געשריבן:ווי דער מקור גענוי, אז אויב מען האט געטובלט א כלי פארן באצאלן אז מען דארף עס איבער טובלען

דיין פראגע באלאנגט לכאורה אין "וואו איז דער מקור" אשכול.

דא האסטו פון א שיעור כללי ע"י הגרש"ז בערנבלוט זצ"ל:



וראיתי מי שכתב דאין לטבול כלי עד שמשלמין מעותיו, ואפי' משיכה לא סגי בזה, דבדיני אורייתא צריכין לקנות בכסף (כמבואר בדברי הפוסקים לענין ד' מינים), וכלי מתכות חייבים בטבילה מדאורייתא ע"ש, ולדעתי אין צריכין להמתין מלהטביל הכלי עד שמשלמין מעותיו, וכיון שנתרצה המוכר להקנותו לו, וקנאו במשיכה סגי ויכול להטבילו, ואין צריכין לזה דיני קנין.

וכל שכן אם דבוק בו סטיקע"ר וכדומה, שמסירין אותו קודם הטבילה, ואין המוכר לוקחו בחזרה אחר שמסירין הנייר ההוא, דאז ודאי הוי קנין סימטא (ר"ל קנין שהסוחרים מקנין בו), ויכולין להטבילו אף טרם התשלומין.

וגם יש מקומות שמתנין עם הקונים שאין לוקחים בחזרה כלים שנטבלו כבר, דאז הוי הטבילה עצמה כעין קנין, ובטבילה הראשונה נקנה הכלי להלוקח, וכשטובל שנית ושלישית עלתה לו טבילה.

שוטה
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך נובעמבער 16, 2011 4:57 pm

ואף בטבילה הראשונה עלתה לו הקנין והטהרה בבת אחת, ובפרט לדברי הגר"ח הידועים דהטהרה חלה בעת צאתו מהמים.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך נובעמבער 16, 2011 5:01 pm

עטס האטס נישט דעהערט מיין פראגע
איך פרעג נישט צו מען קען עס טובלען פארן באצאלן
איך פרעג ווי שטייט אז בדיעבד דארף מען איבער טובלען
זייט מוחל קוקט נאך
לעצט פאראכטן דורך יהיה כן אום דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 12:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך נובעמבער 16, 2011 9:23 pm

טו"ז יו"ד סימן ק"כ ס"ק י' עיין היטב שם מה שמביא מהבית יוסף ומהאו"ה.
the SCY is the limit

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23377
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 9:33 am

scy4851 האט געשריבן:טו"ז יו"ד סימן ק"כ ס"ק י' עיין היטב שם מה שמביא מהבית יוסף ומהאו"ה.

כבוד הרב ר' שמחה, לא ירדתי לסוף דעתכם, שם נראה כי אם נאמר שהקונה הEnd user עדיין לא קנאו ואז נטבל ברשות החנוני אינו יכול לברך, וואס איז די ראי' לעניננו?
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=41
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:05 pm

זיין שאלה, אוויא איך פארשטיי, איז געווען בענין אויב מעהאט געטובלט א כלי פארען צאהלן אויב מעדארף איבער טובל'ן בדיעבד נאכען צאהלען.
איך האב אהנגעצייכענט דער טו"ז וויא ער ברענגט צוויי דעות לגבי א כלי וואס מעהאט געקויפט פאר סחורה און נישט פאר ניצען אליינס.
לויטען ב"י איז לכאורה אזא כלי פטור פון טבילה און מעוועט לכאורה דארפען איבער טובלן
לויטען איסור והיתר הארוך דארף מען נישט איבער טובלן ווייל ער האלט אז די כלי צריך טבילה אפילו ביים סוחר
the SCY is the limit


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט