טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

קריאת שמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קריאת שמע »

לפי ידיעתי זענען נישט די אייזענעס וואס רירן אן די ברויט די וואס טאוסטן עס ממילא קען עס לכאורה נישט ווערן אנגערופן מתקן דעם אוכל

וואס רוב פוסקים האלטן ווייס איך נישט איך שרייב סברתי הפשוט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

קריאת שמע האט געשריבן:לפי ידיעתי זענען נישט די אייזענעס וואס רירן אן די ברויט די וואס טאוסטן עס ממילא קען עס לכאורה נישט ווערן אנגערופן מתקן דעם אוכל

וואס רוב פוסקים האלטן ווייס איך נישט איך שרייב סברתי הפשוט

לויט דיר ווען איינער קויפט א בלענדער, זאל ער נישט דארפן טובל'ן נאר די מעסערלעך, ווייל נאר דאס איז מתקן דעם אוכל, אבער די גאנצע שיסל האלט נאר אן די עסן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

איך האב לעצטנס געקויפט א פערקולעיטער, און איך האב באמערקט אין געשעפט צוויי ערליי סטיקערס אויף די באקסעס. אויף איינס איז געשטאנען: "נעשה בבעלות יהודי וא"צ טבילה", און אויף אן אנדערס איז געשטאנען "נגמר ע"י יהודי" וא"צ טבילה.

איך האב געפרעגט דארט דעם אינגערמאן וואס האט מיר ארויסגעהאלפן, וואס דער חילוק פון די צוויי? און אויף איינס איז געשטאנען עפעס א הכשר אויכעט.

האט ער מיר מגלה געווען א סוד, איינס קומט אזוי שוין פונעם דיסטריביוטער מיט'ן הכשר. דער הכשר איז אויפן קנין וואס דער אידישער בעה"ב האט געמאכט מיט די פעקטארי אין כינע, דהיינו אז עס איז שוין בבעלות יהודי בשעת'ן מאכן די כלי און אזוי דארף עס נישט קיין טבילה.

און די צווייטע סארט סטיקער איז א היימיש געמאכטע זאך פון דעם געשעפט. ווי ער זאגט איז דאס א בעסערער סארט פערקולעיטער וואס מען "קען נישט" טובל'ן ווייל עס צוברעכט זיך אויב מ'טינקט עס איין אין וואסער. [הגם כ'האב אמאל געהערט אז אין אזא פאל אויב ס'צוברעכט זיך ווען מ'טובלט עס, איז מעגליך אז ס'דארף נישט קיין טבילה?] טא, האבן זיי עפ"י הוראת ת"ח 'צעבראכן' דעם פערקולעיטער דורכ'ן אויפמאכן עפעס א רערל אינעווייניג, וואס דורכדעם האט עס פארלוירן דעם שם כלי ווייל עס רינט ארויס ס'וואסער, און דערנאך האט עס א איד צוריק געשטעלט דעם רערל אין פלאץ, און אזוי איז געווארן דער "נגמר ע"י יהודי"!

ער האט מיר נישט געוואלט זאגן ווער ס'האט אים אזוי געפסק'נט. ער זאגט אז יענער וויל נישט אפיציעל געבן הכשירים וכדומה. אבער יענער האט אים אנגעזאגט אז ער זאל יעדן זאגן אז מ'זאל אליינס פרעגן א מורה הוראה אויב א פערקולעיטער וואס איז אזוי 'געענדיגט' געווארן דורך א איד, איז שוין פטור פון טובל'ן. און אויף מיין שאלה: וועמען זאל איך פרעגן?.... האט ער מיר געזאגט אז ער אליינס האט שוין געפרעגט פון עטליכע מורי הוראה און קיינער האט אים נאכנישט געזאגט פארקערט, און אויב איך טראסט אים נישט זאל איך אליינס פרעגן. ווען כ'האב'ן געזאגט אז ער זאל מיר זאגן איין נאמען וועמען ער האט שוין געפרעגט און אויב איך פארלאז איך אויף יענעם דיין, קויף איך עס, האט ער מיר געזאגט "קארלסבורגער בית דין" פון בארא פארק.

למעשה האב איך געפרעגט מיין פריוואטן מורה הוראה און ער האט מיר געזאגט אז אויב דער איד זאגט מיר קלאר אז ער האט עס צובראכן און פארראכטן אויף דעם אופן, און איך גלויב אים, דארף מען עס לכאורה נישט טובל'ן. איך האב דאס אנגענומען ווי א 'יא'... און געקויפט דעם פערקולעיטער!

[צי עס איז טאקע 'בעסער' ווי די אנדערע? עלעך וויסן אין דריי חדשים ארום... ווייל אזוי לאנג האט געהאלטן מיין פריערדיגע...]
קריאת שמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קריאת שמע »

הצדק אתך אלף בית גערעכט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

סאיז זייער שווער צו זאגן אז מהאט געמאכט א קנין מיטן פארבריק אין כינע, ווייל כינע איז א קאמוניסטישע לאנד ווי אלע פארבריקן דארפן געהערן צו די רעגורונג
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אלף בית האט געשריבן:
קריאת שמע האט געשריבן:לפי ידיעתי זענען נישט די אייזענעס וואס רירן אן די ברויט די וואס טאוסטן עס ממילא קען עס לכאורה נישט ווערן אנגערופן מתקן דעם אוכל
וואס רוב פוסקים האלטן ווייס איך נישט איך שרייב סברתי הפשוט

לויט דיר ווען איינער קויפט א בלענדער, זאל ער נישט דארפן טובל'ן נאר די מעסערלעך, ווייל נאר דאס איז מתקן דעם אוכל, אבער די גאנצע שיסל האלט נאר אן די עסן.

דאס איז א הלכה מפורשת צריך להטביל ידות הכלי, יו"ד סי' ק"כ.
בפשטות רעדט מען פון ידות פון מתכות, מען קען אבער דן זיין אויף ידות פון פלעסטיק ווענדט זיך אינעם טעם.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

נישט לאנג צוריק האב איך געקויפט א פערקיולעטער ביי א היימישע לאקאל דא אין וומס, ווען ס'איז געקומען צו טובל'ן פרעג איך ביים קעשיר ווער און צו מ'טובל'ט דאס, צייגט ער מיר צו א אינגערמאן און ער זאגט מיר אז ער גייט עס טובל'ן פאר מיר, פאר צוויי טאלער,

איך גיב אום די כלי, און נישט מער נאר ווייניגער ער צוהט ארויס א שרויפן ציער, ער דרייט אראפ די סענסער ווייער, ער לייגט דאס צוריק און פארטיג,

קוקענדיג מיט אזאנע שטוינענדע בליקן זאגט ער מיר אז ר'געציל האט אום ג'פסקנט אז דאס איז גענוג.
קריאת שמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קריאת שמע »

גנב צוויי דאלער בעט ער
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

געלעגער האט געשריבן:נישט לאנג צוריק האב איך געקויפט א פערקיולעטער ביי א היימישע לאקאל דא אין וומס, ווען ס'איז געקומען צו טובל'ן פרעג איך ביים קעשיר ווער און צו מ'טובל'ט דאס, צייגט ער מיר צו א אינגערמאן און ער זאגט מיר אז ער גייט עס טובל'ן פאר מיר, פאר צוויי טאלער,

איך גיב אום די כלי, און נישט מער נאר ווייניגער ער צוהט ארויס א שרויפן ציער, ער דרייט אראפ די סענסער ווייער, ער לייגט דאס צוריק און פארטיג,

קוקענדיג מיט אזאנע שטוינענדע בליקן זאגט ער מיר אז ר'געציל האט אום ג'פסקנט אז דאס איז גענוג.


ר' געציל פון וומ"ס, מי הוא זה?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

קריאת שמע האט געשריבן:גנב צוויי דאלער בעט ער

ווען מ'טובל'ט א פערקעלעיטער ווערט עס שאדן מער ווי 2 דאללער
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מיינסט צו זאגן אז ער קען ווען גנב'נן סאך מער..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

פארוואס א טאסטער זאל נישט גענוג זיין ארויסנעמען די שעלפ'ס אין דאס טבל'ען?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יאסעלע, מ'רעדט פון אן עלעקטרישער פעניצער, נישט פון א פעניץ אויוון.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

farshlufen האט געשריבן:יאסעלע, מ'רעדט פון אן עלעקטרישער פעניצער, נישט פון א פעניץ אויוון.

וואס מיינסטי כרעד דאך אויך פון א עלעקטערישער טאסטער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יאסל, דיין פעניצער פארמאגט שעלפס? מיינס נישט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרכ פארשלאפען, עס קוקט מיר אויס אוויא עטץ צוויי רעדען פון צוויי אנדערע כלים.

יאסל רעדט פון א 'טאסטער אויווען' וואס האט טאקע שעלפס.

און די רעדסט פון א 'טאסטער' וואס מען לייגט אריין די ברייטלעך און ווען זיי זענען פארטיק שפרינגען זיי ארויף. דער מין 'טאסטער' האט טאקע נישט קיין שעלפס.
לעצט פארראכטן דורך scy4851 אום מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 1:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
the SCY is the limit
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שמחה, גענוי ווי איר זאגט, ווייס איך אבער נישט פארוואס ר' יאסעלע וויל נישט כאפן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

farshlufen האט געשריבן:ר' שמחה, גענוי ווי איר זאגט, ווייס איך אבער נישט פארוואס ר' יאסעלע וויל נישט כאפן.

איז יעצט נאכן כאפן, בין איך נישט גערעכט אז דער טאוסטער אויווען איז געניג צי טבל'ען די שעהלפס
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דו, ביסט אייביג גערעכט.. אויך ווען איך בין נישט מסכים..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

אלף בית האט געשריבן:סאיז זייער שווער צו זאגן אז מהאט געמאכט א קנין מיטן פארבריק אין כינע, ווייל כינע איז א קאמוניסטישע לאנד ווי אלע פארבריקן דארפן געהערן צו די רעגורונג


דער קנין מיינט נישט אז ער קויפט דעם פאבריק. עס קען מיינען אז די סחורה איז זיינס בעפאר ס'איז אפילו צוזאמגעשטעלט, וכדומה.

בכל אופן געדענק איך זיכער אז ס'האט געהאט א 'הכשר' דערויף פון א פראמינענטן רב [איך געדענק נישט יעצט דעם נאמען. אבער ס'איז געווען א נאמען וואס איז באקאנט]
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מיללער איך ווייס נישט, ער האט מיר נישט געזאגט קיין לעצטע נאמען.
אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2009 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי_ווייס »

געלעגער האט געשריבן:מיללער איך ווייס נישט, ער האט מיר נישט געזאגט קיין לעצטע נאמען.

מן הסתם ר' געציל בערקאוויטש פין ק"י
אים ריפט מען ר'געציל
_________________________x
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

וויאזוי פירט זיך דער ציבור בנוגע בעקעלעך ברויך מען דאס טבל'ען אדער נישט??
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אויב מען פלאנט עס נישט צי ניצן מער ווי איינמאל טובל'ט מען נישט, און אויב יא יא.
.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בנוגע בעקעלעך, פירט מען זיך ביינונז אין סקרענטאן אלס אריינצושטעלן א פאפיר און אזוי ארום פארמיידט מען די טבילה שאלה, איז דאס רעכט?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”