התחזקות פון פורים און פאר א גאנץ יאר

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

התחזקות פון פורים און פאר א גאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

איך ווייס ס'אביסל שפעט, אבער למעשה האבן די נקודות מיך געשיינט אין פורים און נאר יעצט קען איך עס שרייבן, וועל איך עס יעצט שרייבן וויבאלד עס איז שייך באמת פאר א גאנץ יאר.

יעדע מענטש זוכט חיות, ער זוכט וואס בין איך, וואס טו איך, פארוואס גיי איך אן, פארוואס שטיי איך אויף פארוואס גיי איך שלאפן, פארוואס דאוון איך פארוואס לערן איך.

אויב האט א מענטש פארוואס אנצוגיין קען ער טון אלעס אין די וועלט, אויב ווייסט ער אז ער וועט ווערן די גרויסע צדיק קען ער גיין אין קאלטע מקוואות און תעניתים און סיגופים, אויב האט זעט ער נישט ער וועט דאס ווערן קען ער ניטאמאל צומאל ארויסזאגן א משנה אדער א פסוק אין חומש, יעדע ריר אין אידישקייט קומט אים אן ווי האקן האלץ.

דאס איז די עיקר פון דער דור, מען שפירט נישט ווי מען קומט אן, מען שפירט נישט ווי מען טוט אויף, די ריבניצער וועל איך שוין נישט זיין, די חזון איש וועל איך שוין נישט אויסוואקסן, איז פארוואס זאל איך אנגיין בכלל.

איז די עיקר אז מען זאל אנגיין וועגן די פינטעלע איד, וועגן די נקודת האמת, א נקודה וואס דאס איז די איינציגסטע זאך וואס קען אונז געבן א שטופ איז נאר די עצם נקודה אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט און ער איז מיט מיך, איך בין א איד און נישט קיין גוי, איך טו נאך עפעס מצוות, איך מאך נאך ערגעץ וואו א נחת רוח פארן אייבערשטן.

נאכדערצו אז מען טראכט אביסל אריין ווי די זוהר הק' און אר''י הק' איז מגלה אז עס איז טוען זיך אפ תיקונים נפלאים יעדע רגע אין אלע עולמות, עס איז דא דא א ריזיגע תיקון וואס דארף ווערן, א ענין פון העלאת ניצוצות און העלאת השכינה, און דאס ווערט דורך יעדע מצוה פון יעדע איד, דאס איז די עיקר נחת רוח פונעם אייבערשטן אז מען מאכט דאס.
איז ווען א איד טראכט אז ער איז א חלק פון דעם, ערגעץ וואו האט ער נאך א שייכות מיט דעם, ער לייגט נאך תפלין יעדע טאג וואס דאס אליין מאכט דאך אזעלכע ריזיגע תיקונים, כמעט די גרעסטע פון די גאנצע טאג, און ער מאכט ברכות, ער דאווענט און לערנט אביסל, דאס קען אזוי אויפהייבן די מענטש, דאס איז די עיקר וואס קען אונז געבן א חיות און שמחה.

און צומאל פילט די מענטש אז וואס גייט שוין זיין מיט אים, ער וועט שוין ברענען ח''ו וכו', אבער איז דא א ענין אז דיקא דעמאלטס קען די מענטש פילן כאשר אבדתי אבדתי, טאקע איך בין שוין אינגאנצן פארלוירן, אבער טאקע וועגן דעם 'ובכן אבא אל המלך אשר לא כדת', איך וועל שוין קומען צום אייבערשטן שלא כדת, פלעין פשוט ווייל דאס איז די אמת, דאס איז מיין איינציגסטע זאך אויף דער וועלט אז איך קען נאך עפעס האבן א שייכות מיטן אייבערשטן און די תורה.

און עס איז נישטא עפעס אנדערש, קיינער האט נישט קיין עולם הזה, מען פארלירט גארנישט מיטן זיך אנהאלטן אינעם אייבערשטן און נישט אריינפאלן אין עולם הזה, ווייל עס איז נישטא קיין עולם הזה, קיינער האט נישט הנאה פון דער וועלט, דער אייבערשטער האט געמאכט אז מען קען נישט איינקויפן דער וועלט, 'אל תניחו את העולם הזה להטעות אתכם' – לאזט נישט די וועלט זאל ענק נארן! עס איז נישטא קיין עולם הזה.

נאר וואס דעו? די מענטש שפירט אז יענע וועלט האט ער אויך נישט, איז טאקע דעמאלטס זאל ער אויפגעבן און פלעין טון מצוות מיט א תמימות, אבער טאקע אויך אנהאלטן די רצון צו די העכסטע, ווילן און שטרעבן טאקע יא אנצוקומען צום שלימות אין קיום התורה, און טאקע זיין כפשוטו א מצפה לישועה אז די אייבערשטער וועט העלפן ער וועט דארט אנקומען.

און דערווייל זיך אנהאלטן אין יעדע קלייניגקייט וואס ער קען נאר, די עצם אמונה, אביסל שמירת עינים ומחשבה, יעדע ביסל מאכט אזעלכע תיקונים, יעדע ביסל ווערט אוועקגעלייגט פאר אים לנצח נצחים, און נאר מיט דאס קען מען זיך מחיה זיין.

און אויב נישט, אויב א מענטש איז נישט מסכים צו זיך מחיה זיין מיט דעם, אדער אלעס אדער גארנישט, דאן וועט ער זוכן צו זיך מחיה זיין מיט שטותים, די קינדער, תאוות, אדער אפילו אין רוחניות וועט ער זוכן חיות אין גרויסע זאכן, אין דעס און יענס, און רוב מאל קען מען ניטאמאל זיך מחיה זיין מיט סיי וואס און די מענטש דרייט זיך ארום אראפגעשלעפט און גייט אן אן קיין שום חיות און שמחה, ווי געצווינגען און ווי א רחמנות...

בלייבט נאר איבער צו זיך מחיה זיין טאקע מיט דער פינטל וואס קוקט אויס אזוי פארשעמט און אראפגעקוקט, מיט דעם 'איש יהודי היה בשושן הבירה', איך בין א איד, ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה נישט ווייל ער איז די גרויסע מרדכי הצדיק, נישט ווייל ער האט השגות און מדריגות נאר 'על אשר הגיד להם אשר הוא יהודי'! ער שלאגט זיך נאך מיט זיין יצר הרע פשוט ווייל ער איז א איד און נישט קיין גוי, ער האט נאך שייכות מיטן אייבערשטן ערגעץ וואו און וועגן דעם גייט ער אן.

און דאס האט געבאדערט פאר המן, ווייל המן איז נאר געווען פריילעך מיט 'כבוד עשרו ורוב בניו' און אז ער האט אלעס, און דא זעט ער אז מרדכי איז פריילעך מיט גארנישט, אבער טאקע דער גארנישט וואס דארט ליגט אלע גוטס באהאלטן, דער אוצר של יראת שמים. און דאס האט המן נישט געקענט צוקוקן אז ער דארף אלעס האבן צו זיין פרייליך און דא קומט א אידעלע און איז פריילעך מיט גארנישט.

און טאקע דאס איז די תיקון, עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, אז איך בין פריילעך נישט קיין חילוק וואס מיין מצב איז, פשוט ווייל איך בין א איד, אפילו מיין דעת איז פארלוירן וואס דאס קען זיך מאכן יעדן טאג אין יאר, אבער מיין שמחה בלייבט, אפילו א פינטעלע אבער כאטש עפעס, איך גיי אן מיט תקוה, איך טו כאטש וואס איך קען, איך בענק אויף העכער'ס, פלעין ווייל איך בין א איד, איך טו נאך עפעס מצוות.

דאס איז ויהי אומן את הדסה, מרדכי די צדיק האט אריינגעשיינט פאר אסתר וואס ווייזט אויף כלל ישראל די סוד פון אמונה, כי אין לה אב ואם, דאס ווייזט אויף חכמה און בינה כידוע, די מוחין, אז יעצט בעיקבתא דמשיחא פארלירן מען גאר אפט אלע מוחין, בלייבט נאר איבער די פינטעלע אמונה, די פינטעלע ריח דקדושה, הדסה, בשמים ראש מר דרור – די ריח, א שמעק פון קדושה וואס דארט רירט נישט אן קיין שום פגם און קליפה, און מיט דעם קען מען זיך מחיה זיין און משמח זיין א גאנץ יאר!

און דאס איז אונזער חשיבות און שטאלץ, טאקע דער פארשעמטע זאך איז מיין גאנצע תקוה און חשיבות, מיין פינטעלע איד, מיינע ביסעלע מצוות, און דאס געט מיך כח צו גיין ווייטער, און טאקע דאס ברענגט די גאולה, ווייל דורך דעם איז ושמעו הולך בכל המדינות, דער נקודה קען טאקע אריינשיינען אין יעדע פלאץ און יעדע מצב וואס אין דעם איז תלוי די גאנצע גאולה אז מען זאל מגלה זיין אין יעדע פלאץ און אין יעדע מאוד און אין יעדע דורכגאנג אז דער אייבערשטער איז דא אויך ביז עס וועט ווערן וימלא כבודו את כל הארץ ומלאה הארץ דעה את ה', און טאקע דורך אונזערע פינטעלעך פון התחזקות און שמחה און מצוות ווי אונז זענען.

זאל עס שוין זיין בקרוב ממש בזכות ובכח הצדיקים בבחי' מרדכי ומשה, משה איז בגימ' איש יהודי מיטן כולל, משה איז עומד בין שמ''ד לרצו''ן - איש יהוד''י, אמן.
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: התחזקות פון פורים און פאר א גאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

יישר כח. זייער שיין.
חחח...
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: התחזקות פון פורים און פאר א גאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שטארק!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: התחזקות פון פורים און פאר א גאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שלום עליכם !!!!

יעצט גיימער ליינען
א תושב
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 10:11 pm

Re: התחזקות פון פורים און פאר א גאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א תושב »

מען דארף געדענקן אז די פנימיות פון יעדע איד וואס קומט ארויס פורים ווי שטארק מען איז אין מען וויל זיין נאנט צו די אייבישטער, איז עפעס וואס מיט ארבעטן אויף די בושה אין פארשטיין אז איך האב גארנישט פון געפעלן אנדערע מענטשן קען מען לעבן בעסער די גאנצע יאר ביז די קומענדיגע פורים לכה"פ. די עולם איז מסכים?
א תושב
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 10:11 pm

Re: התחזקות פון פורים און פאר א גאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א תושב »

אמת עס איז שווער אבער געדענקן כאטש וואס מען וויל באמת!
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: התחזקות פון פורים און פאר א גאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

וואס עפעס? האט געשריבן:שטארק!
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”