שאלות אין הלכות שבת

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טראכט א מינוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

תגובהדורך טראכט א מינוט » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 8:36 pm

דריידל האט געשריבן:
טראכט א מינוט האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:וואס איז די היתר צו מאכן א באטי פאר א קינד, ווען די באטי האט אנגעצייכנט די מעזשערמענטס?

דיש להם דין חולה שאין בה סכנה

און וואס טיט זיך מיט א פיר יעריגס וואס וויל נישט איינשלאפן אן א באטי עפל זשוס, טאר מען טאקע נישט קוקן אויף די מעזשערמענט?

מנחת יצחק שרייבט אז ביז 8-9 האט מען א דין חולה שאין בה סכנה

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » זונטאג אוגוסט 25, 2019 5:10 pm

מעג מען לאדענען אויף שבת א יוד וואס מען איז חושש אז ער איז מחלל שבת וועגן מיר, למשל ער קומט מיט א קאר?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 25, 2019 6:32 pm

פרעג א מורה הוראה מובהק, ס'איז נישט בלויז א הלכות שבת שאלה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג אוגוסט 25, 2019 7:10 pm

ווען מפילט אויס א טיים שיעט. פאר האום קעיר אדער רעספיט. מעג מען אריין לייגען שעות פון שבת?
צו הייסט עס שכר שבת.. אדער אפשר איז דא א היתר בהבלעה אדער אנדערע היתר? (אפשר איז גלייכער מען זאל אויסשטעלן דאפעלט שעות זונטאג און נישט אויסשטעלן אויף שבת.

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג אוגוסט 25, 2019 7:11 pm

נתן בן ופסי האט געשריבן:מעג מען לאדענען אויף שבת א יוד וואס מען איז חושש אז ער איז מחלל שבת וועגן מיר, למשל ער קומט מיט א קאר?

עי' דברים חמורים מאוד לאיסור בשו"ת אגרות משה או"ח ח"א סי' צ"ח-צ"ט, וכן הורה לאיסור בשו"ת שבט הלוי ח"ח או"ח סי' קס"ה ויו"ד סי' רנ"ו, וכ"כ לאיסור בחשוקי חמד פסחים כב. בשם הגרי"ש אלישיב.

האלבע שיך
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 25, 2019 6:59 pm

תגובהדורך האלבע שיך » זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:22 pm

מעג מען פלעכטן שבת מיט פלעכטערס??

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11490
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:50 pm

ניין
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:54 pm

לכאורה האט געשריבן:ניין


קושר ?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11490
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוגוסט 25, 2019 11:24 pm

כ'מיין אזוי
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

האלבע שיך
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 25, 2019 6:59 pm

תגובהדורך האלבע שיך » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:13 am

לכאורה האט געשריבן:כ'מיין אזוי


לכאורה איז לכאורה גערעכט,
אזוי האב איך גענטפרט פאר מיין אינגיל, נאר געוואלט באשטעטיגן,

יישר כח.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 1:08 am

איז דא א חילוק אויב דער קינד פלאנט עס צירוק ציעפענען?

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 7:22 am

שאינו יודע האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ניין


קושר ?

shimon7323 האט געשריבן:איז דא א חילוק אויב דער קינד פלאנט עס צירוק ציעפענען?

עי' משנה ברורה סי' ש"ג סקפ"ב וז"ל 'אבל הקולע נימין בתלוש חייב משום אורג כמ"ש הרמב"ם והכא בשער לא חשיב אריגה משום דהוא מחובר בראשו, ועוד דאין סופה להתקיים שעומדת לסתירה [מ"א וש"א בשם התוספות]. והנה כ"ז במחובר והקולעת שער פאה נכרית [שקורין פארוק] אף דאין בזה משום בונה אסור עכ"פ משום אורג דאף אם נימא דאין סופה להתקיים עכ"פ מדרבנן מיהו אסור ומ"מ נראה דאין כדאי למחות במקום שלא ישמעו לנו:

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 10:36 am

כתב הרמבם הפותל חבלים מכל מין שיהי׳ חייב משום קושר הובא בבאר היטיב סימן שי״ז
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:41 pm

שאינו יודע האט געשריבן:כתב הרמבם הפותל חבלים מכל מין שיהי׳ חייב משום קושר הובא בבאר היטיב סימן שי״ז

לאמיר לערנען יידיש טייטש. קולע איז טייטש פלעכטן, פותל איז טייטש צוזאמענדרייען ודו"ק.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:58 pm

און וואס מען רופט ביי אונז פלעכטן איז לכאורה נישט דומה צו קולע
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
לפנות בוקר
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

אנליין דעליווערי - שבת קודש

תגובהדורך לפנות בוקר » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 12:53 pm

איך האב אפאר שאלות אין דעם נושא...
א) אמעזאן האט א פראגרעם אז מקען אנשטעלן א געוויסע טאג זאלן אלע דיינע ארדערס דעליווערד ווערן
וויל איך וויסן אויב ממעג אנשטעלן אז די ארדערס זאלן אנקומען שבת ווייל דעמאלס בין איך אינדערהיים?
ב) איך מעג הייסן די דעליווערי מאן סיינען אנשטאט מיר אדער סאיז אמירה לעכו"ם?
ג) איך מעג ניצן זאכן וואס קומען אן שבת גלייך (נישט מוקצה זאכן)?
האט איר פאָד סטעמפס אדער מעדיקעיד קענט איר האָבן אמעזאן פריים, פרי שיפינג - מוזיק - לייענען - עסן - דיעל'ס - און נאך! פאר בלויז $5.99 א חודש!
https://amzn.to/347BDWp

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 1:02 pm

מיין ווייב וועט נישט זיין אינדערהיים אויף שבת און איך וועל צינדן לעכט. איז גענוג צו צינדן צוויי אדער זאל איך צינדן אזויפיל ווי יעדע וואך.

מקור ביטע

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 1:05 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:איך האב אפאר שאלות אין דעם נושא...
א) אמעזאן האט א פראגרעם אז מקען אנשטעלן א געוויסע טאג זאלן אלע דיינע ארדערס דעליווערד ווערן
וויל איך וויסן אויב ממעג אנשטעלן אז די ארדערס זאלן אנקומען שבת ווייל דעמאלס בין איך אינדערהיים?
ב) איך מעג הייסן די דעליווערי מאן סיינען אנשטאט מיר אדער סאיז אמירה לעכו"ם?
ג) איך מעג ניצן זאכן וואס קומען אן שבת גלייך (נישט מוקצה זאכן)?

1) ניין
2) ניין
3) ניין

פאר מער פרעג דיין דיין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
Belz123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

תגובהדורך Belz123 » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 1:09 pm

farshlufen האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:איך האב אפאר שאלות אין דעם נושא...
א) אמעזאן האט א פראגרעם אז מקען אנשטעלן א געוויסע טאג זאלן אלע דיינע ארדערס דעליווערד ווערן
וויל איך וויסן אויב ממעג אנשטעלן אז די ארדערס זאלן אנקומען שבת ווייל דעמאלס בין איך אינדערהיים?
ב) איך מעג הייסן די דעליווערי מאן סיינען אנשטאט מיר אדער סאיז אמירה לעכו"ם?
ג) איך מעג ניצן זאכן וואס קומען אן שבת גלייך (נישט מוקצה זאכן)?

1) ניין
2) ניין
3) ניין

פאר מער פרעג דיין דיין.


2( there is a way how you can tell him

3) most of the time you are allowed

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 1:12 pm

ניין, נישט ווען מ'באשטעלט לכתחילה פאר שבת.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 6:38 pm

דריידל האט געשריבן:מיין ווייב וועט נישט זיין אינדערהיים אויף שבת און איך וועל צינדן לעכט. איז גענוג צו צינדן צוויי אדער זאל איך צינדן אזויפיל ווי יעדע וואך.

מקור ביטע

2 מקור: כך העולם נוהג,כמדומה לי עס ווערט אראפ געברענגט אין איינע פון די מפרשים אין די זייט,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 6:42 pm

Belz123 האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:איך האב אפאר שאלות אין דעם נושא...
א) אמעזאן האט א פראגרעם אז מקען אנשטעלן א געוויסע טאג זאלן אלע דיינע ארדערס דעליווערד ווערן
וויל איך וויסן אויב ממעג אנשטעלן אז די ארדערס זאלן אנקומען שבת ווייל דעמאלס בין איך אינדערהיים?
ב) איך מעג הייסן די דעליווערי מאן סיינען אנשטאט מיר אדער סאיז אמירה לעכו"ם?
ג) איך מעג ניצן זאכן וואס קומען אן שבת גלייך (נישט מוקצה זאכן)?

1) ניין
2) ניין
3) ניין

פאר מער פרעג דיין דיין.


2( there is a way how you can tell him

3) most of the time you are allowed

אז איך באשטעל טישאס פין עמעזאן אין פערצאפל קימט אן אין שבת . מעג איך עפענען די באקס אין עס ניצן?

קדושת לוי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:14 pm

תגובהדורך קדושת לוי » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:13 am

פראהביטש האט געשריבן:
Belz123 האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:איך האב אפאר שאלות אין דעם נושא...
א) אמעזאן האט א פראגרעם אז מקען אנשטעלן א געוויסע טאג זאלן אלע דיינע ארדערס דעליווערד ווערן
וויל איך וויסן אויב ממעג אנשטעלן אז די ארדערס זאלן אנקומען שבת ווייל דעמאלס בין איך אינדערהיים?
ב) איך מעג הייסן די דעליווערי מאן סיינען אנשטאט מיר אדער סאיז אמירה לעכו"ם?
ג) איך מעג ניצן זאכן וואס קומען אן שבת גלייך (נישט מוקצה זאכן)?

1) ניין
2) ניין
3) ניין

פאר מער פרעג דיין דיין.


2( there is a way how you can tell him

3) most of the time you are allowed

אז איך באשטעל טישאס פין עמעזאן אין פערצאפל קימט אן אין שבת . מעג איך עפענען די באקס אין עס ניצן?

א) אסור משום קובע מלאכתו בשבת כמבואר בסימן רמ"ד
ב) מותר לרמוז שלא בדרך ציווי (כיון שאין ישראל נהנה וגם עושה כן לצורך המשלח)
ג) תלוי בהמציאות

דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

תגובהדורך דורש ומבקש » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 6:27 pm

שאלה א קען זיין מותר.
קודם כל איז עס א קובע מלאכתו אן א אמירה.
און עס איז א אמירה דאמירה דהיינו אז איך האב נישט גערעדט צום טראק דרייווער דיירעקט, נאר דורך א צווייטן גוי. און די גאנצע איסור על פי רוב איז נאר הוצאה בכרמלית.
סך הכל ס'איז דא אסאך ציריפים להתיר און פרעג דיין דיין וואס ער האלט להלכה

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 10:52 pm

דורש ומבקש האט געשריבן:שאלה א קען זיין מותר.
קודם כל איז עס א קובע מלאכתו אן א אמירה.
און עס איז א אמירה דאמירה דהיינו אז איך האב נישט גערעדט צום טראק דרייווער דיירעקט, נאר דורך א צווייטן גוי. און די גאנצע איסור על פי רוב איז נאר הוצאה בכרמלית.
סך הכל ס'איז דא אסאך ציריפים להתיר און פרעג דיין דיין וואס ער האלט להלכה

זינט ווען איז קובע מלאכתו בשבת דווקא דורך ארויסזאגן מיטן מויל? סיינען א קאנטראקט איז פונקט אזוי אסור, די סיבה פארוואס ס'איז אסור איז די זעלבע סיי מיטן זאגן און סיי בכתב.
אמירה דאמירה אפילו בדרבנן אפילו פון ער"ש איז מען למעשה בכלל נישט מתיר סתם אזוי ווייל די ווילסט עס האבן פריער.
איר קענט אזוי גוט זיין און זאגן וואס נאך צירופים איר האט געטראפן?


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט