מקוה געלט!

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג מארטש 19, 2017 6:49 pm

מ'דארף פרעגן די מקוה איד טאמער די מעמבערשיפ איז טרענפערעבל אדער נישט. וואס איז שייך זיך ארומצו'טענה'נען דא?

אוועטאר
קוועטש
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
לאקאציע: אין בית המדרש

תגובהדורך קוועטש » זונטאג מארטש 19, 2017 9:02 pm

...נותנים בהקופה כפי שעולה על רוחם ורצונם...
צוגעלייגטע
Mikva Peshevorsk Antwerp.JPG
...נותנים בהקופה כפי שעולה על רוחם ורצונם...
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר

אוועטאר
קוועטש
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
לאקאציע: אין בית המדרש

תגובהדורך קוועטש » זונטאג מארטש 19, 2017 9:21 pm

מקוה געלט אפהאנדלונג אין גליון לדון ולהורות
צוגעלייגטע
לדון ולהורות - Copy.pdf
(55.37 KiB) דאונלאודעד 33 מאל
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר

אוועטאר
קוועטש
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
לאקאציע: אין בית המדרש

תגובהדורך קוועטש » זונטאג מארטש 19, 2017 10:17 pm

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=16
ומה שכתבתם משום שכר שבת אין זה ענין לעסק הטלת חמין רק אם בעל המרחץ רשאי לקבל שכר או לא. וגם בזה נראה לפענ׳׳ד שאין למחות בידו מליטול שכרו מתרי טעמי. חדא דטבילת הנשים דבר מצוה הוא ודומה לשכר החזנים בסימן ש״ו סעיף ה' שיש מי שמתיר. ועוד שהרי שכר העצים ודאי מותר דאטו מי שלוקח דבר מחבירו בשבת לא יפרע לו בחול וא״כ רשאי ליטול שכרו בהבלעה עם שכר העצים וכל מקום שהלכה רופפת בידך וכו׳. והרי המנהג פשוט שנשים הטובלות בשבת שנותנות לבעל המקוה שכרו ותו לא מידי כעת. ועושה שלום במרומיו יעשה שלום ביניכם. דברי הדורש שלומכם:
שו"ת נודע ביהודה אורח חיים, תנינא סימן כ"ו

איך מיין אז היינט איז נישטא די שאלה צוליב וואס דער מקוה איד באקומט נישט באצאלט קיין וועידזש, עס בלייבט נאר די שכר עצים
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר

אוועטאר
קוועטש
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
לאקאציע: אין בית המדרש

תגובהדורך קוועטש » זונטאג מארטש 19, 2017 10:31 pm

באצאלן מקוה געלט מיט מעשר
צוגעלייגטע
מקוה מעשר געלט2.jpg
מקוה מעשר געלט.jpg
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10036
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג מארטש 19, 2017 11:23 pm

hi class האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:גם אני בחלומי... איך נוץ צומאל שבת און יום טוב א נאנטערע מקוה ווי דאס וואס איך נוץ א גאנצע וואך, און איך פלעג האבן א 'דעזיגנעיטעד מקוה-גייער', א צווייטער אינגערמאן וואס גייט א גאנצע וואך אין מיין שבת'דיגע מקוה און שבת גייט ער אין מיין וואכנדיגע, און מיר גלייכן זיך אויס שוה בשוה...


איך מיין אז עס איז זייער א גרויסע טעות די מהלך המחשבה, ווייל יעדע מקוה אין שטאט האט א איינמאליגע פרייז פון 2 צו 3 דאלאר פער מקוה, און א חודש'ליכער פרייז וואס איז באלד 70% ביליגער, לפי שיטתך וואלט א איינמאליגער מקוה געדארפט אויסקומען די פרייז פון חודש'ליך צוטיילט אין 30 טעג לערך, וואלט אויסגעקומען מיט ראלאווער אז מען דארף כמעט נישט באצאלן פאר די מקוה.

אלא מאי ארבעט דאס אז די פרייז פער מקוה איז 2-3 $ און פאר די וואס באצאלן חודש'ליך געניסן פון א הנחה כמו מעמבערשיפ - אנלימיטיד וואס אמאל פארדינסטו און אמאל די מקוה, וזה נראה ברור

און לגבי דו נדבה וואס דו גיבסט, עס איז קלאר אז אויב דו ווייסט פון וועם דו האסט געגאנבעט, העלפט נישט יעשה בהן צרכי רבים, און מען קען נישט פטר'ן קיין חיוב מיט א נדבה.

איך הייב נישט אן צו פארשטיין דיין טענה. לאמיר געבן נעמען פאר די שוהלן (בלויז פאר אינפארמאציאנאלע צוועקן): קהל יטב לב פון מירטל און בית המדרש ברך משה פון סקילמאן. לאמיר זאגען אינדערוואכן נוץ איך די מירטל מקוה, און שבת קומט מיר אויס באקוועמער צו נוצן די סקילמאן מקוה. האב איך אמאל אפגעשמועסט מיט א אינגערמאן וואס וואוינט נאנטער צו די מירטל מקוה אבער צאלט אין די סקילמאן מקוה, אז היות ער גייט יעדן שבת אינדערפרי אין די מירטל מקוה און איך אין די סקילמאן מקוה, גיי איך שבת אויף זיין חשבון דא און ער גייט שבת אויף מיין חשבון דארט.

איז עפעס קרום דערמיט? גייט אן פאר די מקוה איד אדער פאר די קהילה וועמענס זעקל פלייש און ביינער באנוצן זיך מיט די וואסער און האנטוך שבת אינדערפרי, יאנקל פאדראטשיק אדער אני הקטן?

---

שפעטער האט מיר יענער אינגערמאן געזאגט אז ער האט אויפגעהערט נוצן די מירטל מקוה, ער האט אנגעהויבן גיין אין יאוואזשנע וואס איז נאך נאנטער צו אים. קען איך אים פערזענליך נישט נוצן אלס 'דעזיגנעיטעד מקוה גייער' (הגם איך זעה גאר אסאך ברך משה מיטגלידער אין די מירטל מקוה יעדן שבת, אבער מען קען נישט זאגען אז עס גראדט זיך אויס, עס מוז גיין מיט א חשבון איינער קעגן איינער), האב איך דאס אנגעהויבן אינזין צו האבן ביים געבן מיין פופציגער (בלויז פאר אינפארמאציאנאלע צוועקן) ביי די מלוה מלכה פון ברך משה שוהל.

יעצט ערקלער מיר וואס איז שלעכט מיט דעם? לאמיר זאגען איך גיי דארט אלע שבתים וימים טובים (איך גיי גראדע גאנץ זעלטן, אבער 'לאמיר זאגען'), קומט דאס אויס א חשבון פון ארום 60 טעג א יאר, צאל איך 50 דאלער פאר 2 חדשים, גאנץ טייערע מקוה געלט (נעם אין חשבון אז איך נוץ בלויז דאס וואסער מיט איין האנטוך יעדע מאל, קיין טוש, קיין זייף, קיין שאמפו).
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
פירש"י: קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג מארטש 20, 2017 6:45 am

און אפשר גאר איז זייער טשארדזש געבעיסט אז מען נוצט עס נישט ממש יעדן טאג און דארט מאכט מען (נישט) די געלט וואס עס פעלט אויס אויפצוהאלטן די מקוה. פונקט אוואו א מעמבערשיפ ביי סעמס קלאב אדער בי דזשעי, וואס די מעמבערשיפ אויף וואס מען זאלט פול פרייס געהער פאר דעם מענטש אויף ווען ער ברויך דאס און איז נישט א נחלת הכל, און אויב ברויך מען איינס פאר א חבר דאן קריגט מען א עדישאנעל קארטל אויף די זעלבע אקקאונט פאר א ביליגערע פרייז, אבער דאך ברויך מען באצאלען עפעס א סכום
ביזט גרעסער ווייל דו ביזט טאקע גרויס, אדער ביזטו דאס געווארען דורך אראפקוקן אויפן אנדערן?

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג מארטש 20, 2017 8:33 am

פשוט אזוי אז זיי זענען נישט מסכים אויף אזא זאך
און עס געהערט פון א פאר מנהלי בתי מדרשים

אבער לגבי שבת, א בית מדרש וואס שרייבט נישט ארויס לכאורה דארף מען נישט באצאלען
If you think it’s expensive to hire a professional, wait until you hire an amateur
הק' 9863 (נאך א נאומבער דא)

דניאל אויערבאך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג מארטש 20, 2017 11:45 am

אינטרסאנט איך האב עס אויך אייביג אנגעקוקט אוף דעם אויפן , אז איך צאל פאר א חודש באקום איך כמו רשות צו נוצן די מקוה 30 טעג נכלל ער"ש וי"ט, און אויב איך פאר אמאל אוועק מעג איך אריינלאזן א חבר יענעם טאג ווייל סאיז "מיין זכות", און איך האב די רעכט עס צו שענקן פאר וועם איך באגער, וכן אויב מאכט זיך אמאל און איך קען נישט גיין אין מקוה מעג איך איבערגעבען דאס קארטל פאר מיין שכן יענעם טאג,

הער איך יעצט צום ערשטן מאל אז דאס קען זיין א שאלה,


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט