אייער עקספיריענס מיט אפיס 2010

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

אייער עקספיריענס מיט אפיס 2010

תגובהדורך האניג » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 11:28 am

היות ווי געשריבן, האב איך דאונלאודעד דעם נייעם אפיס 2010 בעטא ווערסיא, און ווי דער נאמען זאגט עדות, איז עס א בלויזן טעסט, און ס'איז מעגליך פיל מיט באגס (נישט פארענדיגטע אדער צובראכענע פראגראמינג קאודס, וואס מאכט דער פראגראם צומישט, און פיעטשערס ארבעטן אנדערש ווי געראכטן, אדער בכלל נישט), בין איך שוין אנטקעגן געקומען עטליכע באגס וואס מאכן מיר צוריקגיין יעדע שטיק צייט צו 2007 צו אויספירן א קאממענד וואס כ'קען נישט טון אין 2010, און, ווי פארשטענדליך, קריכט עס אויפ'ן נערווען.

יעדער באג וואס כ'בין אקעגן געקומען, האב איך עס, ווי זיי בעטן טאקע, געשיקט צו מייקראסאפט, דורך זייער פראגראם Send-a-Smile און Send-a-Frown, (כ'האב גראדע אויך געשיקט אלטע באגס פון פריערדיגע ווערסיעס).

יעצט, לטובת הכלל (פרעג מיר נישט פונקליך פארוואס ס'איז א טובת הכלל, אבער, מ'קען נישט וויסן...), וועל איך דא איבערגעבן פאר די קארפן קעפ פונ'ם היימישע קרעטשמע מיינע פראבלעמען, און איך ערווארט פון אייך, איר זאלט אויך שרייבן אייער 2010 פראבלעמען דא. ס'אינטרעסאנט צו זען און צו הערן וואס אנדערע מאכן נעבעך מיט, מיט דעם נייעם פראגראם.

א דאנק!

נ.ב. אגב, אויב נוצט איר 2010, ביטע לאזט וויסן, אפילו בדרך כלליות וואס איר האלט דערפון, און אייער כלליות'דיגע עקספיריענס מיט דעם.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 11:41 am

והעיקר שכחתי. די באגס:

אויב האט איר Adobe Acrobat אינסטאלד אין אייער קאמפיוטער, דאן קומט צו ביים סוף א פרישע טעב וואס הייסט Acrobat, וואס דאס לאזט אייך דרוקן גאר גרינג און שנעל א PDF פונ'ם דאקיומענט. און 2010 איז עס דא, אבער ווען איר דרוקט אויף Create PDF, פאסירט גארנישט, און, נאך ערגערס, ווען איר דרוקט אויף Preferences, קראכט ווארד אונטער!

א קלייניגקייט: ווען איר לייגט א פרישע Word Art אין היברו, איז עס אין 2007 געשריבן געווארן אינ'ם דייעלאג פון רעכטס צו לינקס. און 2010 בלייבט עס דער זעלבע ביי ביידע שפראכן און ס'שרייבט פון לינקס צו רעכטס (למעשה, קיין נפק"מ אינ'ם עצם סדר האותיות איז נישטא, נאר'ן אויסזען בשעת'ן טייפן איז דער פראבלאם).

אן אלטע פראבלעם: די טעב סטאפס (ווען מ'קוועטשט "טעב" ווען מ'איז אין א דייעלאג, שפרינגט דער קורסער אריבער צום נעקסטן קעסטל) אינ'ם Font דייעלאג ווען ס'דא צוויי שפראכן, זענען אינגאנצען צומישט.

דער Select Text with Similar Formatting אפציע, וואס איז מיר גאנץ קריטיש וויכטיג אויף א רעגיולער באנוץ, איז מיר אינגאנצען אויסגעלאפען, ס'איז גרעיד אוט, נישט צום נוצן. שרעק.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט