דריקן אויף סטעישענערי וכדו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

דריקן אויף סטעישענערי וכדו'

תגובהדורך האניג » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 11:35 am

רופט מיר אן א חבר א שטיק צייט צוריק, ער זאגט מיר אז ער מאכט אזעלכע טעגליכע\וועכענטליכע צעטליך פאר א ביהמ"ד וואס ער דרוקט אויפ'ן ביהמ"ד'ס סטעישענערי פאפיר. דער פראבלעם איז אז אין ווארד קען ער נישט האבן דעם לעטטערהעד פונ'ם ביהמ"ד, היות ס'דאך שוין אויף פאפיר, אבער ס'שווער אויסצושטעלן א צעטל אויב מ'זעט נישט וויאזוי ס'גייט למעשה אויסזען אויף פאפיער. פרעגט ער מיר צי ס'דא אזא מין וועג אין ווארד וואס מ'קען מאכן אז מ'זאל עס זען, אבער ס'זאל זיך נישט דריקן (אזוי ווי ס'מעגליך אין איליסטרעיטאר וכדו').

זאג איך אים הלוואי כ'קען דיר העלפן, אבער, ניין, ס'ליידער נישטא אזא אפציע. אבער נאך איידער ער קען אראפלייגען א צובראכענע, כאפ איך מיר פון עפעס אן אינטרעסאנטע פארדרייטע מהלך וואס מ'קען אפשר טון, ער האט עס פרובירט, און ס'געגאנגען הערליך א מחי'! אין ווארד זעט מען עס, אבער אויף פאפיר קומט עס נישט אויס! אלץ א דאנק א באג אין ווארד וואס כ'האב מיר געהאט געמוטשעט דערויף שעות ארוכות...

וכך הוא דרכה בקיצור:

גיי אריין צום העדער (דארט וואו דעם לעטערהעד געפינט זיך, פארשטייט זיך) מאל א באקס איבער דעם גאנצע גרויסקייט פונ'ם דף (אדער אזוי גרויס ווי דעם לעטטערהעד איז), גיי צום Format קעסטל פונ'ם באקס, ביי Color קוועטש Fill Effects, און סעלעקט עני גרעידיענט (Gradient). יעצט, אביסל העכער ביים טרענספערענסי סעקטשין, מאך ביידע נומבערס צו 100%. קאנפירם אלע קעסטלעך (דריקט OK). איר זעט דעם לעטטערהעד, יעצט פרובירט עס צו דריקן. געוואלדיג!

נ.ב. זייט זיי האבן צוגעלייגט דעם טרענספערענסי פיעטשער אין ווארד 2003, האב איך מיר אייביג געמוטשט פארוואס אויפ'ן סקרין זעט מען עס אזויווי מ'האט עס אנגעשטעלט, אבער לעמשה דריקט זיך עס אייביג ארויס אלץ אפעיק, כאילו כ'האב אים קיינמאל געהייסן ווערן טרענספערענט. אין 2007 איז עס גארנישט בעסער געווארן. דאן ווען יענער האט מיר געבעטן, האב איך געטראכט אז מ'קען אויסניצן דעם שטן אויף מצוות, און ב"ה ס'געלונגען... כ'וואלט אבער געוואלט הערן פון די וואס האבן שוין 2010 צי ס'שוין פאראכטען געווארן צי נישט. שכוח!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 11:41 am

יישר כח!

אויך געווארט אויף א לייזונג!

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 4:37 am

אוי ביזטו זיס ווי האניג! ההמממ וואס? :lol: - דיין קאפ ארבעט גוט, מען זעהט אז די ביזט אויסגעקאכט אין ווארד! כה לחי

גלייבט מיר אז מייקראסאפט שיקט נישט ארויס זייערע סטעישאנערי אויף אזא וועג, נאר וויאזוי דען?

גיי צו מייקראסאפט באלי אויבן לינקס דריקט אינטן רעכטס Word options און נעם אוועק די טשעק פון Print drawings created in Word.

זעה פרינט סקרין עטעטשעד!

הצלחה
צוגעלייגטע
stationary.jpg
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 10:56 am

זייער פיין און וואויל, ר' איד, ביז...

א. מ'ווערט משוגע פארוואס די ווארדארט און טעקסטבאקסעס וכדו' ווילן זיך עפעס נישט ארויסדרוקן...

ב. מ'מאכט נייע דאקיומענטס און מ'דארף האלטן אינאיין טוישן דער סעטטינג הין און צוריק...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 11:56 am

נכון!

reb yid האט געשריבן: דיין קאפ ארבעט גוט, מען זעהט אז די ביזט אויסגעקאכט אין ווארד! כה לחי
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט