דרוקן פיר פון די זעלבע אויף איין בלאט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

דרוקן פיר פון די זעלבע אויף איין בלאט

תגובהדורך האניג » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 6:02 pm

לאמיר עס דא מאכן שנעל:

וואס טוט איר ווען איר ווילט דרוקן פיר פון די זעלבע דף אויף איין בלאט? דהיינו איר האט געמאכט א שיינע אפיעל צעטל ארומצואווארפן אין ביהמ"ד, וואס דאס ווילט איר דאך דרוקן פיר אויף א בלאט.

אן אלטע פראבלעם וואס מאנכע האבן דערויף א שטיקל א לאנגע און קרומע לייזונג. וואס פלעג איך אייביג טון? פשוט: כא'סעלעקטעד אלעס און עס גע'פעיסט פיר מאל כדי ס'זאל זיין אויף פיר באזונדערע בלעטער, און דערנאך געהייסן ווארד דרוקן פיר אויף א בלאט! פשוט? פארשטייט זיך אז נישט! אבער רובא דרובא אירע וואס כא'געפרעגט האבן מיר דאס געזאגט.

א שיין שטיק צייט צוריק זאגט מיר איינער דער ריכטיגע, שנעלער און טאקע פשוט'ע מהלך, וואס האט מיר ארויסגענומען פון גלייזן:
פשוט (יעצט פאר עכט): ווען ווארד פרעגט אייך וועלכע דפים איר ווילט דרוקן, לייגט פשוט אריין דארט: 1,1,1,1

ברויך איך עפעס צולייגן? וודאי נישט! נאר היות מ'האט מיר געבעטן צו רעדן וועל איך נאר זאגן א קליין תורה'לע וואס כא'געהערט פון מיין זיידן ע"ה וואס ער האט עס געהערט פונ'ם בר מצוה בחור'ל, וואס האט עס יעצט געזאגט ביים פשט'ל...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 6:28 pm

שיין ;l;p-
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 6:43 pm

פיין פייין, נישט געוואוסט פון דעם

bobke
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

תגובהדורך bobke » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 6:46 pm

שכוח

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 6:58 pm

;l;p- יישר, נישט געוויסט דערפון, די נעמסט מיר ארויס פון די גלייזן.....

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:29 pm

יישר כח האניג פארן עס מפרסם זיין.
אני הקטן האב געוואוסט דערפון, אבער היות כד הוינא תליא האב איך דאס שוין געוואוסט, איז מיר נישט איינגעפאלן אז עס איז א חידוש, און איך האב עס נישט פארציילט, פונקט אזוי ווי איך פארצייל נישט אז מען קען טוישן די סייז פון די פאנט מיט ctrl+] גרעסער צו מאכן מיט איין סייז, און מיט ctrl+[ קלענער צו מאכן מיט איין סייז., דאס איז דאך דברים פשוטים הידועים לכל בר בי רב.

נאכאמאל יישר כח פאר די פירסום
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 12:15 am

פששי אה, גארנישט געוואוסט דערפון,

האניג, הגם איך בין נישט טועם קיין האניג גאנץ חודש אלול (אלץ ט"ו ט"ו) אזוי ווי מ'עסט נישט מצה חודש ניסן, אבער אויף דעם האב איך געמוזט צוברעכן מיין מנהג טוב, פארפאלן איך וועל דאס מוזן מפרט זיין ערב ר"ה ביים מתיר נדר זיין

עני וועי, אויב איך וועל נישט האבן קיין צייט צו טועם זיין פון דיר ביז ראש השנה וויל איך דיך ווינטשען זאלסט האבן א זיס און לעכטיגע יאר
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 10:38 am

סאדע באטל: מיינסט עס ערענסט?? מ'קען קוועטשן ctrl+] גרעסער צו מאכן א פאנט???! פששי! דשזאסט קידדינג.... אבער אפשר טאקע הייבסטו אן שרייבן וועגן די זאכן וואס זענען בכלל נישט קיין חידוש פאר דיר, כ'מיין אז די עולם וועט שטארק הנאה האבן דערפון...

פארצייטישע: עפל עסטו אויך נישט חודש אלול? וואס איז וועגן חלה?... (כא'פשוט קיינמאל נישט געהערט פון אזא מנהג, ס'איז טאקע אמת?) אה, און שכוח פאר דיין הארציגע ברכה. וכן למר!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 12:03 pm

איך האב פארגעסן איין פרט אריינצולייגן

הגם איך בין נישט טועם קיין האניג גאנץ חודש אלול (אלץ ט"ו ט"ו) [און אזוי אויך נישט א גאנץ יאר] אזוי ווי מ'עסט נישט מצה חודש ניסן...
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 12:06 pm

אגב האניג, איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון דיין נייע חתימה, און זיכער נישט ווען מ'ווינטשט זיך שוין אן מיט א כתיבה וחתימה טובה

סארי פאר זיך אריינמושן אין דיינע פריוואטע ענינים, אבער ס'איז סך הכל ווי מ'זאגט "קאנסטראקטיוו קריטעסים" (אויב דו פארשטייסט נישט גוגל Constructive criticism)
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 12:11 pm

וואס איז שלעכט מיט עפל?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 1:30 pm

כאב פרובירט און ס'יז אויסגעקומען אויף פיר באזונדערע צעטלעך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 1:40 pm

איר האט אנגעשטעלט אז ער זאל פרינטן 4 פעיפער'ס פער פאפיר?

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 1:49 pm

שוועמל האט געשריבן:כאב פרובירט און ס'יז אויסגעקומען אויף פיר באזונדערע צעטלעך.
ביי מיר אויך
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 1:58 pm

איז געווען ביי ענק אנגעשטעלט אזוי?
צוגעלייגטע
4 pages.JPG
4 pages.JPG (24.44 KiB) געזעהן 2074 מאל

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 1:59 pm

אה איך זעה שוין קוק
פיר פון די זעלבע אויף איין בלאט.doc
(132 KiB) דאונלאודעד 119 מאל
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 2:00 pm

למעלה;

גערעכט!
כ'אב גענוצט 1,1,1,1
+ כ'אב אנגעשטעלט 4 פעיזשעס פער שיעט און ס'ארבעט פיין

דאנקע האניג
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:15 am

האניג האט געשריבן:סאדע באטל: מיינסט עס ערענסט?? מ'קען קוועטשן ctrl+] גרעסער צו מאכן א פאנט???! פששי! דשזאסט קידדינג.... אבער אפשר טאקע הייבסטו אן שרייבן וועגן די זאכן וואס זענען בכלל נישט קיין חידוש פאר דיר, כ'מיין אז די עולם וועט שטארק הנאה האבן דערפון...


האניג טייערע, עמיר דיר פארציילן נאך א זאך וואס מען קען טון אין ווארד, וואס דאס קען זיין איז יא א חידוש פאר א חלק ציבור דא.

ווי באקאנט האט ביל געיטס בהתייעצות גרויזאמער, געמאכט א נייע ווארד 07, און עס זעט אויס אינגאנצן אנדערש ווי ווארד 03, נישט נאר עס זעט אויס אנדערש, נאר אפילו די פייל עקסטענשאן איז אויך אנדערש, ביי ווארד 03 איז עס DOC און ביי ווארד 07 איז עס DOCX.
פיין און וואויל, אבער אויב איינער שיקט דיר א פייל וואס איז געמאכט אין ווארד 07, און יענער האט עס נישט געסעיווט אלס קאמפעטיבל צו ווארד 03, קאן מען עס נישט עפענען.

גיימיר דא פארציילן א אופן וויאזוי מען קען עס עפענען, קען זיין אז עס איז פשוט עד למאוד, אבער האניג וויל הערן פשוטע זאכן.
עס עפנט נאר די טעקסט, די סעטינגס פון די טעקסט ווערט פארלוירן.
ביי open קליקט אונטן אויף די טעב פיילס אוו טייפ, און קלויבט אויס ריקאווער טעקסט פראם עני פייל, און עפנט אויף די פייל.

האניג, פשוט?
צוגעלייגטע
untitled1.JPG
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:20 am

WOW, "דאס" איז מיר א חידוש!, אוי, ווען איך ווייס ווען דאס פאר צוויי יאר צוריק, וואלט איך מיר אסאך עגמ"נ איינגעשפארט...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

טשיקאווער
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2009 6:01 pm

תגובהדורך טשיקאווער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:29 am

יעצט פראבירט [דער ריקאווער טעקסט פארם עני פייל], ס'ארבייט נישט דערוויילע.

סאדע באטל, איר זענט גארנישט אזוי פשוט.

DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 9:32 pm

תגובהדורך DONE » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 12:46 pm

וואס איז שלעכט מיט דעיס

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 1:09 pm

נו, וואס טאקע? פארטיג, האסט מיר אויסגעכאפט
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 1:12 pm

א נייע ווארט דעיס?

עס קרענק מיך יעדעס מאל וואס איך הער ווי איינער זאגט "דעיס" דאס ווארט איז "דאס" מיט א קמץ, הגם די עולם האט זיך שוין איינגעוואוינט דער טעות, אבער שרייבן האב איך נאכקיינמאל נישט געזעהן,

וואס זאל איך טוהן איך בין א פארצייטישע
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 2:41 pm

איך האב דען געזאגט אז עס איז אנדערש???
איך זאג דא נישט קיין חידושים, נאר גאר פשוטע זאכן...

דרך אגב, עטליכע האבן זיך שוין באדאנקט פאר די ידיעה, על אף היותו דבר פשוט.
אין די חילוק איז צוויי, קודם כל, ווען מען האט נישט קיין אינטערנעט, והשנית, אויב מחמת סיבות וויל מען נישט אדער קען מען נישט אראפלאדענען די פראגרעם, קען מען אן גארנישט עפענען די פייל.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 2:46 pm

יא! כ'הער וואס דו זאגסט! כ'טאקע נישט געוואוסט דערפון און ס'מיר א גרויסע חידוש, אבער איך לעצמי נוץ דעם עדד-אן וואס מייקראספאט שטעלט צו.

א גרויסן יישר כח! ס'קען און ס'גייט מיר צוניצקומען (ווען, למשל, כ'בין ביי א קאמפיוטער וואס האט נישט קיין אינטערנעט, כנ"ל)!!!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט