אידישע פאנטס כאפן נישט אין PDF פרינטער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ברוך_שמו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:22 am

אידישע פאנטס כאפן נישט אין PDF פרינטער

תגובהדורך ברוך_שמו » מיטוואך יוני 17, 2009 9:10 am

איך נויטיג זיך אצינד אין א שטארקע הילף פון אחינו לדעה תושבי הקרעטשמע:
איך נוץ "אדאובי אקראבעט 8" צו פרינטען PDF פיילס פון מיין "ווארד".
איז דא זייער אסאך אידישע פאנטס וואס כאפן נישט, און בכלל וויל ער זיך נישט פרינטען ווייל ער טענה'ט אז געוויסע פאנטס זענען נישט אקצעפטירבאר, דעריבער קומט ארויף א נאטיץ אז דער PDF איז געקענסעלט.

פלאג איך זיך ארום דא, איינער האט מיר שוין געשיקט א צווייטע פראגראם "דזשאוס קיעטער" אבער ער וויל זיך נישט אינסטאלן אין מיין וויסטע קומפיוטער.

דעריבער בעט איך הילף ווער עס קען ביטע געבן א עצה וויאזוי ארויסצוגעבן דעם פייל אין א פי.די.עף פארמאט.
ברוך הוא וברוך שמו.... איך בין דעם אייבירשטנ'ס א קינד!

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » מיטוואך יוני 17, 2009 9:17 am

מאך א זוך אויף גוגל פאר cute pdf writer ער ברויך צו זיין זייער גוט איך נוץ עס שוין איבער צוויי יאר און קיינמאל נישט געהאט פראבלעמען....
א חתימה ברויך מען האבן ?

ברוך_שמו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:22 am

תגובהדורך ברוך_שמו » מיטוואך יוני 17, 2009 10:27 am

נאכנישט געטראפן דערווייל.

אבער זאג נאר שמייערל, דאס קאסט געלט צו באקומען? (ווייל כ'האב נישט קיין באנק אקאונט און זיכער נישט קיין קרעדיט קארד)
ברוך הוא וברוך שמו.... איך בין דעם אייבירשטנ'ס א קינד!

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מיטוואך יוני 17, 2009 11:21 am

ברוך'ל עס ווענדט זיך וויאזוי דו מאכסט עס פאר א פי די עף, עס מוז נישט זיין אז דו דארפסט בכלל א נייע פראגרעם.
דו קענסט עס פרינטן דורך אדאובי.
אויב דו פארשטייסט נישט פרעג מיר איבער אין טאלק.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » מיטוואך יוני 17, 2009 12:39 pm

ברוכ'ל! שיק מיר אריין דיין אי-מעיל.
איך שיק דיר עס אריין.
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך יוני 17, 2009 12:42 pm

זיסע פידיעף איז זייער גרינג צו טרעפן זייער אדרעס איז http://www.cutepdf.com

ברוך_שמו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:22 am

תגובהדורך ברוך_שמו » מיטוואך יוני 17, 2009 1:56 pm

ברוכ'ל באדאנקט זיך שיין פאר אלע גוטע אידן וואס קומען אזוי ערליך צו הילף,
אבער ועדיין לא נושעתי!

זיסע פידיעף טרעף איך נישט, שוין נאך לאז-געמאכטס לינק. ואני בצרתי אשב עד שתבוא ישועה משמים.

איך ערווארט נאך הילף פון ווער עס קען א טובה טוהן דעם אייבירשטנס א קינד.
ברוך הוא וברוך שמו.... איך בין דעם אייבירשטנ'ס א קינד!

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך יוני 17, 2009 2:04 pm

וואס הייסט די טרעפסט עס נישט? זיי מוחל קליק אויף די לינק הנ"ל וועסטו עס גראד זעהן.

ליתר שאת האסטו דא א דירעקטע דאנלאד לינק http://www.cutepdf.com/download/CuteWriter.exe

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך יוני 17, 2009 4:42 pm

נאכן דאולאודען די cutepdf דרף מען אויך דאונלאודען א קאנווערטער. דא האסטו די לינק http://www.cutepdf.com/download/converter.exe

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך יוני 17, 2009 6:25 pm

זיי האבן שוין היינט פארבעסערט די סעיטאפ אז ס'גייט אטאמטיש (זיי פרעגן רשות פארדעם באט אזוי גייט עס אליינס) פארדעם האב איך עס ניט דערמאנט.

אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

אויף ווארד יא, און אויף PDF נישט?!

תגובהדורך רייזענדער » מאנטאג ינואר 18, 2016 10:34 pm

קען עימיצער מיך מסביר זיין פארוואס עס זענען פארהאן געוויסע פאנטס ביי מיר אין קאמפיוטער, וואס אין ווארד (2010) זעה איך זיי אינעם "פאנט אויסוואל", וואס דאס באדייט אז זיי זענען געהעריג אינסטאלירט אויפן קאמפיוטער, אבער ווען עס קומט צו פידיעף עקזעסטירן זיי נישט אויף די מעניו, וואס ווי פארשטענדליך באדייט דאס אז דער פידיעף ריעדער קאן זיי נישט, וואס די פועל יוצא איז ווי פארשטענדליך אז ווען איך קאנווערט דעם ווארד דאקיומענט צו פידיעף, (פראבירט אויף עטליכע אופנים) ווערן די שורות וואס זענען געשריבן מיט דיזע פאנטס נעלם פונעם האריזאנט, וכדי בזיון וקצף.

איז מיין שאלה, צי דארף מען דיזע פאנטס עקסטער אינסטאלירן ביי דעם PDF ריעדער, און אויב יא, וויאזוי?

דערוויילע האמיר נישט געפונען עימיצער וואס זאל רעדן גענוי פון אטאדעם פראבלעם (און אויב יא ביטע צואווייזן, יישר כח למפרע)


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט