מראי מקומות - וויאזוי ?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

מראי מקומות - וויאזוי ?

תגובהדורך סאדע_באטל » מיטוואך יוני 03, 2009 11:07 pm

איך ווייס אז מען קען דאס טוהן אין ווארד, איך האב עס שוין אמאל געטוהן, איך קען מיר נישט דערמאנען וויאזוי מען טוט דאס.

וואס?

איך האב א דאקומענט פון כמעט הונדערט זייטן, און איך צייכן צו למשל אויף דף ל"א אינמיטן א פאראגראף עיין בדף ע"ח,
מיין שאלה איז, וויאזוי קען מען מאכן, אז עס זאל זיך אפדעיטן אויטאמאטיש, אז אויב איך טויש עפעס אין וואס איז אמאל געווען אויף דף ע"ח איז יעצט אויף דף ע"ט, זאל דער מראה מקום אויף דף ל"א זיך מיט טוישן און צייגן אז מען דארף מעיין זיין בדף ע"ט.
אויב איך געדענק האט עס צו טוהן מיט די קראס-רעפערענסעס, אבער עס גייט מיר עפעס נישט, עפעס א ידיעה פעלט מיר, אויב איינער דא ווייסט ווי אזוי מען טוט דאס, זאל ער לתועלת הרבים, ביטע אויסלערנען ווי אזוי מען טוט דאס.

א גרויסן יישר כח
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יוני 04, 2009 11:25 am

סאדע פלעשל, אנטשולדיגט פאר'ן נישט האבן צייט צו ענטפערן. כ'האב דיר געשיקט דעם ענטפער אויף גוגעל טאלק, טשעק עס אויס. ביטע מאך עס א טראפ נארמאל און לייג עס ארויף דא, כדי אנדערע זאלן אויך קענען הנאה האבן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג יוני 04, 2009 1:01 pm

א גרויסן יישר כח מאשקע,
איך גיי יעצט דא שרייבן בשליחות מאשקע, די יישר כח קומט זיך אך ורק פארן געוועזענעם (צוקונפטיגער...???) ראש הקהל.

די וועג ווי אזוי מען מאכט מראי מקומות אין א דאקומענט איז אזוי,
מען דארף קודם מאכן א בוקמארק, אויף די ארט וואס מען וויל אז די מראה מקום זאל אנצייכענען אהין, למשל, אויב מען וויל האבן א מראה מקום זאל ווייזן צו עפעס וואס איז יעצט אויף עמוד ל"ח, גייט מען צו עמוד ל"ח און ביי די ווארט וואס מען וויל עס זאל זיין די מראה מקום, גייט מען צו INSERT דערנאך BOOKMARKS, מען לייגט אריין א נאמען פאר די בוקמארק.
דערנאך גייט מען די פלאץ וואס דארט וויל מען עס צוצייכענען, און מען גייט צו INSERT דערנאך CROSS REFERENCE, און ביי רעפערענס טייפ, סעלעקט מען בוקמארק, און דערנאך סעלעקט מען די בוקמארק וואס מען האט געמאכט בעפאר, און ביי INSERT REFERNCE TO סעלעקט מען פעידזש נאמבער.
שוין, איר האט שוין די מראה מקום אויטאמאטיש, אז ווען די עמוד גייט זיך טוישן, גייט זיך די מראה מקום מיט טוישן.

נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר מאשקע, וואס טראץ דעם וואס ער איז געענגט אין צייט, האט ער אראפגעציפט צייט פאר מיר, תהא משכורתך שלמה.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט