פאנט שפרינגט צוריק צו טיימס ניו ראמען...

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

פאנט שפרינגט צוריק צו טיימס ניו ראמען...

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג מאי 25, 2009 7:09 pm

אן אינטערסאנטע טבע האט ווארד, ואין פותר אותו.
אפשר דא וועט איינער קענען זאגן פשט ווען ווארד טוט אזוי און ווען ער טוט פארקערט.

איך רעד וועגן דאס, אז מען עפענט ווארד, און מען פאנגט אן טייפן, איז עס ביי דיפאולט געווענליך אנגעשטעלט אז עס אז אויף טיימס ניו ראמען, אבער מען קען סעלעקטען די ספעיס און טוישן די פאנט.
אויב מען עפענט אן עקזעסטירנדע פייל, וואס איז אנגעשטעלט למשל אויף נרקיסים, און מען פאנגט אן טייפן, דא פאנגט זיך אן די חידוש, אמאל טייפט זיך ווייטער אין נרקיסים, און אמאל שפרינגט עס צוריק צו טיימס ניו ראמען, מען קען זעצן און בראקן, וואס מען טייפט גייט זיך קודם טייפן אויף טיימס ניו ראמען.

איך האב שוין געפרעגט ביי מומחים, און קיינער האט נישט געהאט קיין געהעריגע תשובה,
און וואס ווענד זיך דאס? וואס קען מען טוהן אז עס זאל געדענקן די פאנט און טייפן ווייטער אויף יענע פאנט ? וואס איז דא צו טוהן צו פארמיידן דעם פראבלעם ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג מאי 25, 2009 7:19 pm

איך גיי ווידערהאלן מיין שאלה, אפילו ווען מען מאכט אלעס נרקיסים, טאנצט עס אמאל יא, און אמאל נישט, צוריק צו טיימס ניו ראמען.
לאמיר פרעגן אין איין ווארט די שאלה, ווען פארשטייט ווארד אז ער דארף ווייטער טייפן לויט די זעלבע אות פון בעפאר, און ווען טוט ער ככל אשר עולה בלבו ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

בן יועזר
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

תגובהדורך בן יועזר » מאנטאג מאי 25, 2009 8:19 pm

גם אני מצטרף לבקשת הרב מסאדע

הכו"ח למטה

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מאי 25, 2009 10:55 pm

גם אני בחלותי. דער פראבלעם באגט מיך שוין יארן, כ'האב נישט קיין מנוחה דערפון. כ'ווייס נישט ווען יא און ווען נישט.

אז איינער ווייסט, זאל ער זיך לאזן מעלדן, ווייל ס'איז שוין קלו קול הקיצלען.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מאנטאג מאי 25, 2009 11:49 pm

לויט וואס איך האב נאכגעהערט (גראדע נישט פון די מומחים) איז אז עס האט צוטוהן מיט די פאנט, אסאך אלטע פאנטס געשעהט עס כסדר, קוק אין די פאנט אשכול וועסטו קענען באקומען דארט די נייע נרקיסים (איך מיין אז עס ליגט דאר)

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » דינסטאג מאי 26, 2009 7:29 am

איך געדענק דער פראבלעם אין ווארד 2003
איז די פראבלעם אויך מיט ווארד 2007 ?
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מאי 26, 2009 9:18 am

ווער בין איך, ס'האט טאקע צו טון מיט'ן פאנט, אבער פארוואס אמאל יא און אמאל נישט?

און די עצה פון לייגן די נייע נרקיסים פאנט, איז טאקע גוט פאר נרקיסים, אבע וואס טוט זיך מיט די צענדליגער אנדערע אלטע פאנטס?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג מאי 26, 2009 9:39 am

איך האב די זעלבע זאך מיט ווילנא.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דינסטאג מאי 26, 2009 10:21 am

איך פלעג האבן די פראבלעם נאר ביי ווילנא און ביי Narkisim shattered, אבער ווילנא האב איך באקומען דער נייע, איך געדענק נישט פון וועמען (ערגעץ אין די פאנט אשכול), און נרקיסים רעגולער האב איך אויך די נייע אבער נרקיסים שעטערד האב איך נאך אלס דער פראבלעם.

דער פראבלעם האב איך אויך ביי אלע טאפ טייפ פאנטס

סתם פאר די רעקארד: איך נוץ ווארד 2003 מיט 2007 אינסטאלד (כדי איך זאל קענען אויפמאכן 07 דאקומענטס)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מאי 26, 2009 10:30 am

ווער בין איך? האט געשריבן:סתם פאר די רעקארד: איך נוץ ווארד 2003 מיט 2007 אינסטאלד (כדי איך זאל קענען אויפמאכן 07 דאקומענטס)


קענסט לאזן נאר 2003, און נוצן דעם קאמעטיביליטי פעק פון מייקראסאפט צו קענען עפענען 07 פיילס מיט 03.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דינסטאג מאי 26, 2009 1:56 pm

איך דארף אבער 07 פאר עקסעס וואס איך האב א קאסטום פראגרעם אויף עקסעס 07

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דאנארשטאג מאי 05, 2011 11:20 pm

איך מוטשע זיך אויך מיט דעם פראבלעם (און צו זאגן דעם אמת, וועגן דעם זיץ איך יעצט אויף אייוועלט זוכנדיג א לעזונג דערצו), איך זעה אז די חכמים דא האבן נישט קיין לעזונג דערפאר.

די עצה וואס האט צומאל געהאלפן, איז דער אלטער אויסגעפרואווטער מיטל פון לאג אוו, אדער ריסטארט. אמאל קען אויך העלפן אז מען מאכט צו ווארד און מען עפענט צוריק, און מ'גיימער פרובירן אפשר וועט עס ארבעטן.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דאנארשטאג מאי 05, 2011 11:38 pm

פיינעלי, נאכן צומאכן און עפענען מיט א פויזע אינדערצווישן, איז ער שוין מסכים אז עס איז נרקיסין נישט טיימס ניו ראמען :?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג מאי 06, 2011 12:39 am

עס פעלט דא תגובות? עפעס ליגט מיר אין קאפ איך האב שוין דא געענפערט דערויף.
אין פרוג האט די ניק לייזער (אזוי זע איך פון די מאקרו) געשריבן א מאקרו א ישועה דערויף.

קאוד: וועל אויס אלע

Sub APROVE_Narkisim_FrankRuehl()
'
'
'
    Documents.Add DocumentType:=wdNewBlankDocument
    Selection.TypeParagraph
    Selection.Font.NameBi = "Narkisim"
    Selection.TypeText Text:="אם זה נכתב בגופן "
    Selection.Font.BoldBi = True
    Selection.TypeText Text:="נאַרקיסים - המשך נא!"
    Selection.Font.BoldBi = False
    Selection.TypeParagraph
    Selection.Font.NameBi = "FrankRuehl"
    Selection.TypeText Text:="אם זה נכתב בגופן "
    Selection.Font.BoldBi = True
    Selection.TypeText Text:="פראַנקריל - המשך נא!"
    Selection.Font.BoldBi = False
    ActiveWindow.Close no
    MsgBox "תודה לאליעזר"
End Sub

דאס ארבעט ווען מען מאכט צו ווארד, און מען עפנט עס צוריק און דעמאלס ראן'ט מען די מאקרו, אויב ראנט מען עס ווען ווארד איז נאך אפן און מען האט שוין די פראבלעם וועט עס נישט העלפן, נאר מען זאל צומאכן ווארד און צוריק עפענען און ראנען די מאקרו.

דאס איז פאר נרקיסים און פרענקרול, אויב האט מען פראבלעמען מיט אנדערע פאנט'ס קען מען אליין צולייגן די נאמען פון די פאנט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מאי 12, 2011 2:28 pm

כ'האב געטרייט דעם מעקראו מיט ווארד 2010 און ס'האט גארנישט געהאלפן. פאר וועלכע ווארד איז דער מעקראו געשריבן?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מאי 12, 2011 4:05 pm

2007

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דאנארשטאג מאי 12, 2011 4:27 pm

אבער ווען איך מאך צו ווארד ווערט שוין דער פראבלעם אפט מאל אליינס געלייזט.

פארט וועל איך אפשר איין טאג אריינלייגן דעם מעקרו.

יישר כח סיי ווי.

הצלהבפ
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 27, 2011 6:04 pm

תגובהדורך הצלהבפ » זונטאג מאי 29, 2011 12:16 pm

איך האב דעם פראבלעם נאר ווען איך ארבעט אין א פייל (אדער מער ספעציפיש אין א פערעגרעף) וואס פארמאגט נקודות. א מומחה האט מיר אמאל געזאגט אז די פראבלעם קומט פון דעם וואס נקודות קומט מיט Caps Lock וועלכע דרייט איבער אלס צו ענגליש דעריבער ווען מען טייפט ווייטער אידיש כאפט די קאמפיוטער Times New Romen וועלכע פארמאגט ענגליש און אידיש

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » זונטאג מאי 29, 2011 4:45 pm

נישט ריכטיג עס קען געשען מיט סיי וועלכע פייל.
(קען זיין אז ביי יענעם מומחה נישט....)

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » מיטוואך ינואר 08, 2014 4:31 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:2007

איך טריי שוין דעם מעקרא עטליכע מאל אין ווארד 2007, ארבעט א רעטעך :-( :evil: :cry: :oops: :| :| :?: ;/,
איך ווייס נישט וועלכע נאך שמייכל (אויך מיר א שמייכל, א שיינעם נאמען אויסגעקליבן דערפאר) צו לייגן
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך ינואר 08, 2014 6:38 pm

צו פארענטפערן די שאלה פון סאדע_באטל:

עס האט מיט די ספעיס Glyph פון די פאנט

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » מיטוואך ינואר 08, 2014 10:09 pm

ווי איך פארשטיי פון דיר, דארף מען אין אזא פאל מאכן פיינד ריפלעיס אלע ספעיסעס? אבער פארוואס אפילו ווען מען שרייבט אינמיטן פון א ווארט, שרייבט ער אויך אויף טיימס ניו ראמען?

עוד קשה, פארוואס איז עס נאר א תשובה אויף סאדע_באטל? איז דא א נפק"מ צווישן זיין פראגע און וואס אנדערע דא האבן געפרעגט?
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג ינואר 09, 2014 10:49 am

וועלכע אנדערע פראגעס?

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » דאנארשטאג ינואר 09, 2014 10:53 am

דו שרייבסט אז דו ענטפערסט אויף סאדע_באטל, עס האט אויסגעזעהן כאילו דער שמועס איז אינצווישן אוועקגעפארן צו עפעס אנדערש, אז דו רעדסט דוקא צו אים.

בכל אופן, אפשר ביזטו בעסער מסביר וואס דו האסט געענטפערט? וואס קען מען טון דערצו? און וואס האט פאסירט מיט די ספעיס גליפ'ס אז זיי פארדרייען דעם גאנצן פאנט?
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג ינואר 09, 2014 11:26 am

עס האט מיט די Alternate Glyph וואס ווערט אריינגעלייגט ווען מען דרוקט די ספעיס-באר, און עס ווענדט זיך וועלכע Space Character ס'ווערט אריינגעלייגט, (ס'דא מערערע און יעדע איינס איז אנדערש)


זעה מער ביי Word joiners and separators אין די וויקיפידע ארטיקל דא


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט