וויאזוי מאכט מען א בעקראנד פיקטשער אין ווארד?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

וויאזוי מאכט מען א בעקראנד פיקטשער אין ווארד?

תגובהדורך כולל יונגערמאן » פרייטאג אפריל 17, 2009 7:54 am

וויאזוי מאכט מען א בעקראנד אין ווארד?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אפריל 17, 2009 7:57 am

איך מיין אז נאר דורך אריינפעסטן א בילד, און עס אויסשפרייטן אויף די גאנצע לענג און ברייט. דאן אנשטעלן, אז אלע טעקסט זאלן גיין אין פראנט פון די אימעדזש.

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » פרייטאג אפריל 17, 2009 8:08 am

וויאזוי שטעלט מען אן אז די טעקסט זאל גיין אין פראנט?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אפריל 17, 2009 9:09 am

דארפסט מאכן טעיבלס פאר יעדע זאך.
ענליך צו לעיערס אין פוטושאפ.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג אפריל 17, 2009 11:13 am

שוועמל, איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיט טעיבלס, אבער וויאזוי איך מאך דאס איז זייער סימפל, רייט קליק אויפן בילד קומט ארויף עטליכע אפציעס, איינס דערפון איז 'סענד טו בעק', מען קען עס אויך טון דורך דאבל קליקן דעם בילד, אבער דארטן קומט ארויף מערערע אפשנס.

איין פראבלעם האב איך אבער אסאך מאל, אז אויב די טעקטס פילט אן די גאנצע בילד, בלייב איך נישט מיט קיין ארט זיך אנצוכאפן אינעם בילד נאכן שיקן אויף אונטן, און אויב וויל איך עפעס טוישן אינעם בילד איז עס א גרויסער פראבלעם.

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » פרייטאג אפריל 17, 2009 12:12 pm

א גרויסן ישר כח פאר סאכדעס און פאר שוועמל און פאר יאנאש

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » פרייטאג אפריל 17, 2009 3:00 pm

יאנאש האט געשריבן:רייט קליק אויפן בילד קומט ארויף עטליכע אפציעס, איינס דערפון איז 'סענד טו בעק', מען קען עס אויך טון דורך דאבל קליקן דעם בילד, אבער דארטן קומט ארויף מערערע אפשנס.


סענד טו בעק איז נישט גענוג, מען דארף מאכן סענד ביהיינד טעקסט



יאנאש האט געשריבן:איין פראבלעם האב איך אבער אסאך מאל, אז אויב די טעקטס פילט אן די גאנצע בילד, בלייב איך נישט מיט קיין ארט זיך אנצוכאפן אינעם בילד נאכן שיקן אויף אונטן, און אויב וויל איך עפעס טוישן אינעם בילד איז עס א גרויסער פראבלעם.


אין ווארד 03 איז דא א קליינע aroow אונטן אויב דו קליקסט דאס קענסטו סעלעקטן די בילדער

בן יועזר
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

תגובהדורך בן יועזר » זונטאג אפריל 19, 2009 12:27 am

סי דא זייער א געשמאקע וועג וויאזוי צי לייגן א פיקשר אין ווארד, דורך א וואסער מארק

גיי צי format>backround>printed watermark

סהאט ט מוראדיגע מעלה אז מדארף נישט זיין ביזי אז די פיקשר זאל נישט פארפארן פין די טעקס .... ברענגן טעקס צום פארנט.... וכו' וכו'

למעשה איז דא אן "אבער" אז סוועט גיין אזוי אין די גאנצע פייל, ד.מ. אז יעדע פעדש אין די פייל ועט האבן די פיקשר אין בעקראונד

למעשה איז דא א וועג אז די פיקשר זאל נאר זיין אויפן ערשטן פעדש פונעם פייל

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג אפריל 19, 2009 1:38 am

און די וועג איז על פי קבלה? פארוואס שרייבסטו עס נישט?

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » זונטאג אפריל 19, 2009 2:09 am

בן יועזר האט געשריבן:למעשה איז דא א וועג אז די פיקשר זאל נאר זיין אויפן ערשטן פעדש פונעם פייל


דו מיינסט אפשר אריינפעיסטן אין header אדער footer?
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » זונטאג אפריל 19, 2009 4:13 am

איך זיך א וועג אז מען זאל קענען לייגן א לעדערהעד אין ווארד אין די בעקראונד, און ביים פרינטען זאל עס "נישט" מופיע זיין!
עס זאל נאר זיין געאייגענט צו וויסן ווי אזוי די פעידש גייט אויסזעהן נאכן פרינטען, ווען למעשה לייג איך אריין פארטיגע לעדערהעדס אינעם פרינטער.

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » זונטאג אפריל 19, 2009 5:03 am

דו קענסט עס הייד'ן

סעלעקט די העדער און:
format>font
טשעק די "hidden" באקסל.

ווען דו ווילסט עס זען, קליק די show/hide באטטען.
צוגעלייגטע
Untitled.jpg
Untitled.jpg (13.61 KiB) געזעהן 2308 מאל
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » זונטאג אפריל 19, 2009 11:27 am

ביסט גארנישט אזא שטרויזאק

איך זיך בעצם אז מען זאל עס אייביג זעהן, נאר ביי די פרינטנג סעטינגס זאל מען קענען אנשטעלן אז די העדער איז נישט אינקלאדעד!

אדאנק

בן יועזר
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

תגובהדורך בן יועזר » זונטאג אפריל 19, 2009 2:23 pm

סאכדעס האט געשריבן:און די וועג איז על פי קבלה? פארוואס שרייבסטו עס נישט?


די מקובלים זאגן אז יעדע מאל וואס די לייגסט אריין א וואטערמארק קען מען עס עדיטן דורכן אריינגיין צי העדער אין פאטער, דאן ברויך מען אנשטעלן אז די העדער זאל זיין אנדערש פארן ערשטן פעדש, נאכדעם דארף מען דילטין (ווען די ביסט אין העדער אין פאטער) די וואסערמארק פין אלע אנדערע PAGES אזוי אז סבלאבט נאר ביי די ערשטע פעדש, טאמער פארשסטיי נישט דאן פרעג איבער


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט