בלאט 1 פון 1

קליפ ארט, קליפ באורד אין ווינדאוס

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2009 12:24 am
דורך שוועמל
ביים ארבעטן מיט ווארד באגעגענט מען זיך אפט מיט אזוינע מעסעזשעס "You have placed a item in Clip Board, do you want it to be available in the future?", אדער ענליכע מעסעזשעס.

וואס איז דאס קליפ באורד, און וויאזוי קען מען צולייגן פיקטשורס דערצו?

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2009 1:43 am
דורך שטרויזאק
קליפ-בארד איז דער צייטווייליגער פלאץ וואו דעטע ווערט אוועקגעלייגט ווען מען קאט אדער מען קאפיט (cut/copy).

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2009 7:44 am
דורך יאנאש
שכוח שוועמל פארן פרעגן דעם פראגע וואס איז מיר שוין שווער א וויילע.

זעקל, איך פארשטיי וואס דאס פלאץ איז, די פראגע איז נאר וואו דאס פלאץ געפונט זיך, האט דער פונקציע פארשידענע אפציעס, אדער איז עס עפעס וואס ווינדאוס לייגט אריין עז איז?

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2009 10:55 am
דורך שטרויזאק
לויט ווי איך ווייס, ווערט דאס אוועקגעלייגט ערגעץ אין RAM, נישט אויף דעם הארד דרייוו.

ווינדאוס XP האט א וויאוער ווי מען קען זען די אינהאלט פון דעם קליפבארד דורך

קאוד: וועל אויס אלע

C:\Windows\System32\clipbrd.exe

וויסטע האט דאס נישט, אבער זיי זאגן אז מען קען קאפיען די פייל פון אן עקס פי קאמפיוטער און עס פעיסטן אין system32, עס דארף צו ארבעטן (קיינמאל נישט פרובירט).

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2009 11:52 am
דורך יאנאש
שכוח ר' זעקל פאר די אינפארמאציע, עס קוקט טאקע אויס אז עס איז זייער אן ארימער פראגראם און עס קען נישט טון מער ווי קאפי און פעסטן איין אייטעם אויפאמאל.

איז דא א פראגראם וואס קען יא טון מער פונקציעס, דהיינו: איך וויל נעמען מערערע אינפא פון א בלאט, אבער עס ליגט נישט אין א רייע נאר איך וויל ליין נאמבער וואן און נאמבער פינף (און עס איז נישט שייך צו סעלעקטן ביידע אויף איין מאל), איך וויל אבער נישט ברויכן דריי מאל קומען הין און צוריק נאר איין מאל קאפיען אלעס וואס איך ברויך און איין מאל פעסטן אלעס אינעם נייעם דאקומענט, איז דא אזא זאך?

דוכט זיך מיר אז אויף עקסעל אדער ווארד איז דא אזא זאך, אויב יא ביטע צייכנט אן וואו און וויאזוי, אבער איך זוך עפעס גלאבאלי אויפן קאמפיוטער וואס זאל ערזעצן דעם אלטמאדישן קליפבאורד.

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2009 11:54 am
דורך פאטאקי08
גיי צי ווארד אדער עקסעל
קאנטראל +F1
פון אויבן סעלעקט די אפשען
CLIPBOARD

קענסט לייגן ביז 24 זאכען

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2009 12:02 pm
דורך שטרויזאק
אפיס קליפבארד קען יא ענהאלטן מער ווי איין אייטעם אויפאמאל.
גיי צו עדיט>אפיס קליפבארד.

עס איז דא פארשידענע קליפבארד מענעדזשערס בחינם און פאר געלט, אבער איך האב נישט קיין עקספעריענס מיט זיי.

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2009 12:14 pm
דורך יאנאש
יישר כח טייערע פריינט.

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2009 12:27 pm
דורך ווער בין איך?
דריק קאנטראל סי צוויי מאל אין ווארד קומט ארויף דער קליפבארד

געשריבן: פרייטאג מארטש 27, 2009 10:15 am
דורך thefact
די מעלה פון דעם אפיס קליפ-באורד איז אז אלע אפיס אפליקעישאן'ס (ווארד עקסעל עקסעס מס אטלוק) נוצן עס בשותפות סא מ'קען למשל קאפיען ביז 24 זאכן פון עקסעל און אריינפעיסטען אין ווארד אדער קאפיען ביז 24 זאכן פון א אימעיל און אריינפעיסטען אין עקסעל

געשריבן: מיטוואך יוני 15, 2011 9:37 pm
דורך שאלת_חכם
ווייסט איינער פון א גוטן קליפבארד מענעדזשער צו דאונלוידען אויף ווינדויס עקס פי?

פאר אומזיסט שטייצעך

געשריבן: דאנערשטאג יוני 16, 2011 12:34 am
דורך סאדע_באטל