קעפלעך אין ווארד (Header)
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
קעפלעך אין ווארד (Header)
איז שייך צו מאכן פארשידענע ערליי קעפעלעך אין ווארד? למשל ביי פרק א' זאל שטיין אויבן פרק א', ביי פרק ב' זאל שטיין פרק ב' א.א.וו. (איך רעד נישט פון המשלים לווארד)
- האניג
- שר האלפיים
- תגובות: 2795
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
- לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
- פארבינד זיך:
בין איך צו שפעט דא?
מאיר'ל איז טאקע אנטלאפן מיט'ן נשמה אין האנט פון קרעטשמער (זעציכאויס אז ער האט נישט געצאלט דעם פריץ...), אבער אנדערע קענען אויך הנאה האבן דערפון (אפילו מאיר'ל מיט זיין נייער ניק...).
מעגליך אז עס שוין ארומגערעדט געווארן דעם נושא ערגעץ אנדערש וואו אינ'ם ברייט פארצווייגטען קרעטשמער, זאל מיר איינער מודיע זיין דערפון ביטע. שוין, צו שפעט, איך שרייב שוין:
עס איז דא א געוואלדיגע און גאר גרינגע מהלך וויאזוי מען קען אנשטעלן אז די העדערס פונ'ם דף זאל מיטגיין צוזאמען מיט די פרקים פונ'ם עצם דף.
לאמיר גיין סטעפ ביי סטעפ:
רשע ולא נשלם, תם ונשלם!!
נ.ב. שפיל זיך ארום אין דעם דייעלאג קעסטעל ביי דעם StyleRef ביי די זייטיגע טשעק קעסטלעך, עס קען צוניץ קומען!
להתוודע ולהגלות: אויב האט איר נישט פארשטאנען אינגאצען אדער אינגאצען נישט פארשטאנען דעם נושא, ביטע זייט מיר מודיע דא, און איך וועל פרובירן מסביר צו זיין אביסל מער צוביסלעך. און וויאויך אויב האט איר מער שאלות בנוגע דעם ענין אדער בנוגע סטיילס אדער אנדערע ענינים וואס איך האב דא ארומגערעדט, ביטע זייט נישט קיין קטליא קניא און הערט נישט אויף פרעגן! איך ווארט דערפאר! אויב האט איר עני אנדערע שאלות בנוגע אייער ווינדאויס קאמפיוטער ביטע רופט טעקניקעל העלפ, איך וועל רעדן צו אייך נעקסטע יאר...

- עפן דיין קאמפיוטער. אויב האסטו מעק לאמיר גיין ווייטער, אויב האסטו ווינדאויס וועל איך ווארטן... און ווארטן... און ווארטן... נו?? שוין, קום צוריק שפעטער ווען ס'איז אינגאנצען אפן און גרייט צו נוצן...
עפן ווארד (לאמיר גיין דורך 2007 וואס דאס נוץ איך יעצט, אויב איר האט 2003 עסטו מיר פרעגן און כ'גיי זיך פרובירן צו דערמאנען זיין אייגענאריטיגן מהלך).
עפן דיין פייל מיט צענדליגער אדער גאר הונדערעטער זייטן פון א קונטרס, א ספר, אן אינציקליפידיע וכדו'
יעצט, אויב נוצטו שוין סטיילס (styles) קענסטו מיר איגנארירן ביז שפעטער. אויב נישט, כאפ אן אלע קעפליך וואס דו ווילסט לייגן פון אויבן (ס'איז דא גאר גרינגער וועגן וויאזוי עס איז מעגליך צו טון, אבער אין כאן מקומו להאריך), און מאך עס א סטייל (וויאזוי? אלע שאלות שפעטער), הערליך!
גיי יעצט אריין צום העדער, גיי צום אינסערט (Insert) טעב, אינ'ם טעקסט (Text) סעקשאן, קליק אויפ'ן אונטערשטען חלק פון קוויק פארטס (Quick Parts) און האק פילד (Field), גיי צו StyleRef, און טרעף דיין קעפל סטייל, סעלעקט עס און דריק OK (אקעי).
רשע ולא נשלם, תם ונשלם!!
נ.ב. שפיל זיך ארום אין דעם דייעלאג קעסטעל ביי דעם StyleRef ביי די זייטיגע טשעק קעסטלעך, עס קען צוניץ קומען!
להתוודע ולהגלות: אויב האט איר נישט פארשטאנען אינגאצען אדער אינגאצען נישט פארשטאנען דעם נושא, ביטע זייט מיר מודיע דא, און איך וועל פרובירן מסביר צו זיין אביסל מער צוביסלעך. און וויאויך אויב האט איר מער שאלות בנוגע דעם ענין אדער בנוגע סטיילס אדער אנדערע ענינים וואס איך האב דא ארומגערעדט, ביטע זייט נישט קיין קטליא קניא און הערט נישט אויף פרעגן! איך ווארט דערפאר! אויב האט איר עני אנדערע שאלות בנוגע אייער ווינדאויס קאמפיוטער ביטע רופט טעקניקעל העלפ, איך וועל רעדן צו אייך נעקסטע יאר...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.