פוטנאוטס אין ווארד 2007

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

פוטנאוטס אין ווארד 2007

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

איך האב יעצט באקומען ווארד 2007, און איך קלער ערנסט צוריק צו טוישן, אין די אלטע ווארד בין איך געווען ווי א מלך ביי זיך אין פאלאץ, און אין די נייע געפין איך מיר ווי איינער וואס האט אריינגעוואקט צו א ראנג ניחום אבלים.

אבער ביז איך טויש צוריק, וויאזוי קאנטראליר איך די ליין וואס איז העכער די פוטנאוט, ווי ער זאל זיין, ווי גרויס ער זאל זיין, וכו' וכו' (נאר אין די נייע, אין די אלטע ווייס איך ווי אזוי מען טוט עס)
ואיידי דקאי בפוטנאוטס, ווי אזוי מאך איך אז הגהה א' זאל זיין אויף איין שורה מיט הגהה ב' און נאכדעם הגהה ג', ווען איך שטעל אוועק די מייזל סוף שורה א' און איך דעליט די ספעיס, אזוי אז שורה ב' זאל ארויפקומען צו יענע שורה גיבט ער מיר אן עררער.

יישר כח פון פראנויס
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2008 3:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך reb yid »

איידער איך הייב אן די צו ענטפערן, פיל איך מיך מיט א חוב דיר צו בארואיגן - ווארד 2007 איז נישט קיין ניחום אבלים פראגראם!
איך ווילט זיכער נישט אז מען זאל אייך ענטפערן מיט אזא תשובה " ויה"ר שלא ישמע שוד..........." אדער מען זאל זיך טרעפן אויף שמחות"
די מעלות שטייגן איבער די חסרונות!

3 איזי סטעפס.
1) סוויטש צו "דרעפט" view / draft
2) דערנאך גיי צו references
3)דריק אויף show notes - טרעפסט די אונטן א דראפ דאון טאלבאר און דריק footnote separator

און בנוגע די צוויטע פראגע, האלט איך אינמיטן זוכן א לעזונג.

א שנעלער איבערבליק אויף מייקראסאפטס טאטוריעל קען דיך העלפען
http://office.microsoft.com/en-us/train ... 61033.aspx

הצלחה
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

שלום עליכם ר' איד,
מאכט אייך באקוועם דא ביינונז אין קרעטשמע, און לאזט אייך הערן, זאל די תגובה זיין א גוטע התחלה.

יעצט לעצם הענין, א גרויסן יישר כח פאר אייער הילף, איך האב בשום אופן נישט געקענט טרעפן די פאטנאוט אפשענס.
פונקט היינט אינדערפרי האב איך עס געטראפן, און איך האב עס געוואלט פאוסטן, לתועלת הציבור.
האב איך געזעהן, אז כבר קדמוני ר' איד.
עכ"פ א ריזיגע יישר כח, און לאז דיר הערן נאך קענטעניסן
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

לגבי די צווייטע שאלה: וויאזוי האט מען עס געמאכט אין ווארד 2003?
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

reb yid האט געשריבן:איידער איך הייב אן די צו ענטפערן, פיל איך מיך מיט א חוב דיר צו בארואיגן - ווארד 2007 איז נישט קיין ניחום אבלים פראגראם!
איך ווילט זיכער נישט אז מען זאל אייך ענטפערן מיט אזא תשובה " ויה"ר שלא ישמע שוד..........." אדער מען זאל זיך טרעפן אויף שמחות"
די מעלות שטייגן איבער די חסרונות!

3 איזי סטעפס.
1) סוויטש צו "דרעפט" view / draft
2) דערנאך גיי צו references
3)דריק אויף show notes - טרעפסט די אונטן א דראפ דאון טאלבאר און דריק footnote separator


הצלחה

שכויח. שוין יארן וואס איך זוך וויאזוי מ'טוט עס. היינט האלט איך שוין ביי ווארד 2010, אבער עס ארבעט נאך די זעלבע. מיין איינציגסטע שאלה איז פארוואס עס דארף זיין אזוי פארדרייט?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

reb yid האט געשריבן:איידער איך הייב אן די צו ענטפערן, פיל איך מיך מיט א חוב דיר צו בארואיגן - ווארד 2007 איז נישט קיין ניחום אבלים פראגראם!
איך ווילט זיכער נישט אז מען זאל אייך ענטפערן מיט אזא תשובה " ויה"ר שלא ישמע שוד..........." אדער מען זאל זיך טרעפן אויף שמחות"
די מעלות שטייגן איבער די חסרונות!

3 איזי סטעפס.
1) סוויטש צו "דרעפט" view / draft
2) דערנאך גיי צו references
3)דריק אויף show notes - טרעפסט די אונטן א דראפ דאון טאלבאר און דריק footnote separator

[url=null][size=200]און בנוגע די צוויטע פראגע, האלט איך אינמיטן זוכן א לעזונ[/url][/size]ג.

א שנעלער איבערבליק אויף מייקראסאפטס טאטוריעל קען דיך העלפען
http://office.microsoft.com/en-us/train ... 61033.aspx" onclick="window.open(this.href);return false;

הצלחה

האט מען שוין עפעס געפינען?
שרייב תגובה

צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”