ווארד 2007 קלאצט ווי א באבע

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

ווארד 2007 קלאצט ווי א באבע

תגובהדורך ירא שמים » מאנטאג ינואר 05, 2009 2:30 am

לעצטענס האבעך אינסטאלד אפיס 2007
אין ווען איך עפען ווארד גייט עס אזוי שטייט אז עס איז פחדים
די אלטע פלעגט נישט זיין אזוי שטייט
ער טראכט אין טראכט אין קוים וואס ער דערטראכט זיך ער איז קוים א יאר אלט אין ער האט שוין אזוי פיהל צי טראכטען
וואס קעמען טהון צי דעם
ווער עס ווייסט איז מכובד צי אויפהייבען זיין שטימע הויעך
אין אריינלייגען קאפ אין מח
אין שרייבען דא א עצה
אין צילייגען א פלייצע
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג ינואר 05, 2009 11:10 am

ווארד 2007 נעמט אויף אסאך רעסורסן
ווי שנעל איז דיין קאמפיוטער?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

בען בלישעם
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2008 9:58 pm

תגובהדורך בען בלישעם » מאנטאג ינואר 05, 2009 12:46 pm

איך האב אויך לעצטענס אינסטאלד ווארד 07 (ענטערפרייס) און ביז איך האב עס נישט גערעדזשיסטערט האט עס אויך געארבעט מורא'דיג שטייט.
יעצט ארבעט עס נאר אביסל שטייט.
איך מיין אז עס איז אזוי ווייל ווילאנג עס איז נישט גערעדזשיסטערד זוכט דער פראגרעם אויפן אינטערנעט דעם רעגיסטראציע ממילא וועקן זיך אויף אלע סעקיוריטי און אנטי-וויירוס סקענערס. מעגליך אז איך בין נישט גערעכט.

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » מאנטאג ינואר 05, 2009 4:44 pm

thefact האט געשריבן:ווארד 2007 נעמט אויף אסאך רעסורסן
ווי שנעל איז דיין קאמפיוטער?


די רעם איז 1024 מב
די פראסעסאר איז 3800+ כ'ווייס נישט וואס עס מיינט אבער דאס שטייט דארט

אפשער דארף איך צילייגען רעם אין אויב יא ווי אזוי
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג ינואר 06, 2009 4:15 pm

עס קען זיין אז פון גרויס יראת שמים קען ער זיך נישט מצמצם זיין די מחשבה.

אדער קען זיין אז דו האסט צופיל פאנטס, און דאס פאראורזאכט אז עס זאל זיך עפענען שטאט.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:35 pm

איך ארבעט יעצט אויף א פייל פון איבער אכצן הונדערט זייטן (איבער פינף מיליון קערעקטערס), איך זע נישט אז ס'זאל גיין עפעס אויסנאמס שטאט. אבער איין פראבלעם האב איך וואס קריכט מיר אויפ'ן נערווען שרעקליך, אז ס'נעמט מורא'דיג לאנג ווארד זאל אפדעיטן ווי ס'האלט אויפ'ן בלאט, הייסט דער פעידזש נומבערינג אונטען אויפ'ן סטעטוס באר ווייזט אז איך בין אויף דף 1 ווען איך בין שוין לאנג אויף דף 758, אא"וו. ס'קען נעמען גאר לאנג ביז ס'פאנגט אן צו קריכן 20, 46, 59, ווייטער און ווייטער. איך האב שוין לאנג אויפגעגעבן דערויף, און איך קען נישט וויסן אויף וועלכע דף איך האלט (אינ'ם העדדער האב איך נישט פארוואס אריינצולייגן דעם פעידזש נומבערינג, ווייל כדי ווארד זאל פארן אביסל שנעלער ארבעט איך אויף נארמעל וויו וואס דארט זעט מען נישט קיין העדער).

איך האב לעצטענס געפרעגט דערוועגן א חבר וואס ארבעט אויך אויף דעם פייל, אבער אין 2003, און ער זאגט אז ער האט נישט קיין שום פראבלעם, ס'אפדעיט זיך הערליך אויפ'ן סקונדע!

וויל איך וויסן צי בין איך דער איינציגסטע וואס האט אזא פראבלעם אין 2007 אדער איז עס א גלאבאלע פראבלעם פונ'ם פראגראם. (אויב האט איר בכלל אמאל געארבעט אויף אזא גרויסען פייל...)

תודה למפרע!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 3:13 pm

ווארד 07 (נישט נאר ווארד, נאר גאנץ אפיס 07) איז א נערווען קריכער איינס אין דער וועלט.
ס'יז פונקט אזוי אומגעלונגען ווי גאנץ וויסטע.
חוץ מזה איז די לעיאוט דערפון, די טולבארס, די שארטקאטס וכו' אלעס איז אינגאנצן געטוישט געווארן וואס האט צוגעלייגט צום אומבאטעמטקייט.

כ'אב עס אינסטולט, און ווען מיינע נרבונים האבן שוין געפלאצט האב איך אים אנגעכאפט ביים קארג און צוריקגעלייגט 03, ממש א מחי'ה נישט קיין פארגלייך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 4:13 pm

בנוגע דעם לעיאוט האלט איך גראדע אז ס'איז יא א געלונגען שטיקל, פאר אונז (און ווי אויך צענדליגער טויזענטער) אלטע באנוצער איז עס טאקע געווען יסורים אין האלז זיך צוצוגעוויינען צום נייעם אויסשטעל. אבער פאר נייער באנוצער איז דאס ממש ווי א שטיקל גן עדן, מען טרעפט וואס מען זוכט און די קאמענדס זענען וואו זיי באלאנגען, מסודר הערליך אויף די טעבס.

מייקראסאפט האט איינגעזען אז אזויווי ס'איז געווען ביז יעצט קען מען נישט ווייטער גיין, ס'האלט אין איין צוקומען אפציעס און קאמענדס ביי יעדער פרישער ווערסיע, און ס'איז פשוט נישטא וואו זיי אהינצוטען, די אלט-מאדישע מעניוס זענען געמאכט פאר קליינע פראגראמען מיט פיל ווייניגער קאמענדס, די מעניוס זענען שוין גענוג און נאך אנגעשטאפט און רובא דרובא מענטשן ווייסן בכלל נישט וועגן רוב אפציעס!

וואס האבן זיי געזאלט טון? ווארטן נאך צען יאר ביז מען וועט דארפן האבן א סקראל באר פאר יעדער סאב מעניו באזונדער? ס'קומט א צייט וואס מען מוז אוועק ווארפן דעם אלטן, און אנהייבן א פריש בלעטל, פריש און געשמאק! וואס דער נייער אויסשטעל אין 2007 (און נאך בעסער און 2010 וואו איר קענט לייענען דא) איז געבויט אויף א מהלך וואס עס קען צוקומען נאך און נאך פיל קאמענדס הבעל"ט און זיי קענען טרעפן גרינגערהייט דבר דבר על אופניו, והכל על מקומו יבא בשלום.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 4:38 pm

שוועמל האט געשריבן:ווארד 07 (נישט נאר ווארד, נאר גאנץ אפיס 07) איז א נערווען קריכער איינס אין דער וועלט.


אוי בוזטו גערעכט שוועמעל, איך ארבעט אויף עקסעס, רח"ל וואס איך מאך דא מיט, אויף קיין שום יוד נישט געווינטשען.

עס ארבעט פחדים נוראים שטייט, און ווער רעדט נאך אויב איך בין אויף א נעטווארק, און נאך איינער ארבעט אויף דעם פייל, דעמאלט איז דערנאך, קענעך כאפן א דרימעל זוכענדיג צווישען איין רעקארד און צווייטן.
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9712
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 4:49 pm

יא יא, די זעלבע מאך איך מיט אויך אין עקסעל, געפערליך געפערליך.

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 4:57 pm

שיקטס א לינק פון דעם אשכול פאר ביל געיטס, מיט א שטארקע ווארענונג, אז אויב ווערט עס נישט פאראכטן ביז 48 שעה, עמער אים מוזן בעטן נאך אמאל (קרעדיט לוסטיג).
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 12:21 am

איינער פון די זאכן וואס קען עס מאכן שטאט איז די וויירוס סקען ווען מען מאכט אויף א דאקומענט, אויב מען מאכט נידריגער די סעקוריטי דארף עס צו גיין שנעלער. און אויב נעמט מען אראפ פון די וויירוס סקענער וואס מען האט, אז עס זאל נישט סקענען ווארד דאקומענטן ביים עפענען

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג דעצמבער 08, 2009 12:53 pm

איך האב היינט אינסטאלט אפיס 2007.
איך בין דא מסכים מיט יעדעם. ער ארבעט מוראדיג שטייט. ווען איך עפען אויף א דאקיומענט נעמט עס מער פון דאפעלט די צייט פון 03.
איינער האט זיך שוין אן עצה געגעבן דערמיט, אדער וועל איך דארפן ליידן דערפון ביז ביל געיטס וועט ארויסגעבן זיין נייע?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג דעצמבער 08, 2009 1:20 pm

אפשר וואלט טאקע כדאי געווען צו אינסטאלן אפיס 2010 בעטא. אפשר איז עס בעסער... אפשר, כ'ווייס נישט... ווער ווייסט?...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג דעצמבער 08, 2009 1:29 pm

איך בעטא'ך. איך זאל אינסטאלן בעטא? ביל געיטס וועט מיר באצאלן פארן ריפארטן אלע באגס?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג דעצמבער 08, 2009 2:29 pm

באצאלן וועט ער טאקע נישט. אבער אויב ריפארטסטו באגס, און זיי נעמען עס אן באהבה, און מאכן א חשבון הנפש און א תשובת המשכול, האט זיך שוין געלוינט דאס גאנץ געשעפט!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג דעצמבער 08, 2009 4:53 pm

2010 איז סאך שנעלער
אפשר שנעלער ווי 03
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך דעצמבער 09, 2009 9:27 am

כ'האב הנאה צו הערן, כ'האב נישט אינאכט גענומען די ספיד.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 9:01 am

וואס איז פשט
ווען איך האלטן אינמיטן ארבעטן אויף א ווארד פייל, און איך פרוביר אינצווישן צו עפענען א אנדער פייל קומט ארויף דער מעסעדזש
Word cannot start the converter mswrd632
איך דרוק עטליכע מאל OK אדער ESC און דערנאך עפנט זיך עס.
וואס איז אבער פשט דערפון
דערווייל מיין איך האב איך עס געהאט נאר ביי איין ספעציפישע פייל
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 9:27 am

============================
דיסקלעימער: עדיטן די רעדזשיסטרי אן וויסן פונקטליך וואס מ'טוט קען קאליע מאכן דעם קאמפיוטער גייט ווייטער אויף אייער אייגענע אחריות
============================


ווען אַ פייל האט די "DOC" עקסטענשאן, אָבער דער אינהאַלט איז אַ פשוטע טעקסט פייל אָדער אַ אנדערע סארט טעקסט וואָס איז נישט קיין מייקראָסאָפֿט וואָרד ביינערי פייל, און דער פייל ווערט געפענט אין מייקראסאפֿט ווארד, קענט איר באַקומען די פאלגענדע עראר ביז דריי מאָל איידער ווארד וועט מצליח זיין צו עפענען דעם פייל:
Word cannot start the converter mswrd632

צו פיקסן דעם פראבלעם , קען מען אנרעדזשיסטערן די mswrd632 קאַנווערטער דורך עדיטן די רעדזשיסטרי ווי פאלגענד:

    1. גייט צו סטארט > ראן > טייפּ אריין regedit > און קליקט OK
    2. טרעפ פאלגענדע רעדזשיסטרי סוב-קי:
    HKEY_LOCAL_MACHINE\SOFTWARE\Microsoft\Shared Tools\Text Converters\Import\MSWord6.wpc
    3. אויף די עדיט מעניו, דריק דיליט.
    4. קליק YES
    .5מאך צו די רעדזשיסטרי עדיטער.

דאס וועט אנרעדזשיסטערן די קאנווערטער און עס דיסעיבלען פֿאַר מייקראָסאָפֿט אפיס און פֿאַר אנדערע דריטע-פארטי אַפּליקעישענס און מייקראסאפֿט אָפיס וועט נוצן זיין אייגענע טעקסט קאנווערטער צו עפֿענען די מינע פיילס אין עתיד

============================
דיסקלעימער: עדיטן די רעדזשיסטרי אן וויסן פונקטליך וואס מ'טוט קען קאליע מאכן דעם קאמפיוטער גייט ווייטער אויף אייער אייגענע אחריות
============================
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:21 pm

ר' משה אהרן
יישר כח פארן פרובירן צו העלפן, אבער איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט, וואס דו האסט געזאגט דארט, אפשר קענסטו מיר עס איבערזאגן אין פלעין אידיש (קרעדיט: מגילת אסתר מיט געזאנג)

וואס איז יעצט דא?
וואס גייט זיך טוישן ווען איך דיליט?
אויב פאלג אייך דיין וועג נעם איך א ריסק? אדער נאר אויב טו איך אייגענע אקציעס (קרעדיט: מנהל הישיבה)
אויב לאז איך אלעס ווי ביז היינט בין איך אין א ריסק פון עפעס?
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט