ווארד 07': סטיילס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

ווארד 07': סטיילס

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג נובעמבער 09, 2008 10:59 am

איך האב היינט באמערקט אין ווארד 07 א חידוש ביי די סטיילס, דהיינו ביז יעצט ווען מען האט געמאכט א סטייל האט עס געקענט זיין איינע פון די צוויי סארט סטיילס 1) א פאראגראף סטייל, וואס דאס איז אויף אנצושטעלן אלעס פונעם פאראגראף די הייך פון די שורות, די פלאץ פארדעם און נאכדעם, וכו' וכו', אויך האט מען געקענט דארט אנשטעלן די פאנט פארן פאראגראף, 2) א כאראקטער (קערעקטער - אות) סטייל, וואס דאס איז נאר אויף אנצושטעלן א סטייל אויף אותיות ווען מען וויל נישט טוישן דעם גאנצן פאראגראף מיט זיינע סעטטינגס.

אבער די פאראגראף סטייל האט געהאט א שטיקל פראבלעם, אז כדי די אותיות זאל זיך טאקע טוישן צו די פאנט וואס עס איז אנגעשטעלט אינעם פאראגראף סטייל האט עס אויך געדארפט זיין אנגעשטעלט צום סטייל פון 'דיפאלט פאראגראף פאנט', און אויב נישט דאן האט זיך צומאל נאר געטוישט די סעטטינגס פונעם פאראגראף און נישט די פאנט.

יעצט זעה איך אז אין ווארד 07' איז דא נאך עטליכע אפשען ביי די סטיילס וואסערע סטייל עס זאל זיין, אויסער די אלטע פאראגראף סטייל און כאראקטער סטייל איז דא דריי פרישע סארט סטיילס וואס מען קען אנשטעלן, 1) LINKED סטייל, וואס דאס איז א סטייל פאר ביידע צוזאמען פאראגראף און כאראקטער, 2) טעיבל סטייל, וואס מען קען דארט אליין אנשטעלן א נייע סטייל פאר א טעיבל, 3) ליסט סטייל, וואס מיט דעם קען מען אנשטעלן א סטייל פאר א ליסט, למשל א אינדעקס\מפתח אדער ענליכעס וואס מען וויל אז יעדע צווייטע שורה (מען קען אויך מער ווי צוויי שורות) זאל זיין אן אנדערע סעטטינג קען מען דארט גלייך אנשטעלן די סעטטינגס פון יעדע לעוועל, (דאכט זיך אז איינער האט שוין אמאל געפרעגט אזא סארט זאך וויאזוי צו מאכן אז יעדע צווייטע שורה זאל זיין די זעלבע סעטטינג, מיט דעם וועט עס גיין א מחיה).


פארוואס זאג איך עס ווייל איך וויל איר זאלט וויסן...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג נובעמבער 09, 2008 1:10 pm

אויב מאכט מען אן "אויטאמאטישן" מפתח מיט לעוולס (לויט די סטיילס פון די קעפלעך צב"ש), האט מען ביז היינט אויך געקענט מאכן סטייל אויף יעדן לעוול.

די אנדערע זאכן זענען טאקע א חידוש אין ווארד 07'.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג נובעמבער 10, 2008 10:46 am

מאשקע האט געשריבן:אויב מאכט מען אן "אויטאמאטישן" מפתח מיט לעוולס (לויט די סטיילס פון די קעפלעך צב"ש), האט מען ביז היינט אויך געקענט מאכן סטייל אויף יעדן לעוול.

די אנדערע זאכן זענען טאקע א חידוש אין ווארד 07'.


איך ווייס אז ביז היינט האט מען דאס אויך געקענט מאכן דורך 'אינדעקס' און 'טעיבל אף קאנטענט' און אנשטעלן די לעוועל, דאן האסטו אבער געמוזט קודם מאכן דעם אינדעקס און באקומען זייער רעדי סטייל און מען האט עס געקענט נאכדעם טוישן צו וויאזוי מען וויל, די חידוש פון די נייע איז אז דו מוזט נישט דורכגיין דעם שטאפל פון אנשטעלן אן אינדעקס, נאר די קענסט האבן א רעדי סטייל מיט דיינע אייגענע סעטטינגס פאר יעדע סארט ליסט וואס מען וויל נוצען און מען וויל מאכן עס זאל זיין אנדערש יעדע צווייטע שורה (אדער אויך יעדע דריטע וכו'), דאן וועט ער קענען אפטייפן די גאנצע מעשה און דערנאך אלעס סעלעקטן און טוישן צו דעם פון פריער אויפגעבויטע סטייל וואס וועט אליין טוישן א יעדע שורה וויאזוי עס קומט, אדער אפילו פאר ער הייבט אן צו טייפן אנשטעלן דעם סטייל און עס וועט זיך אליין טוישן ביים טייפן יעדע שורה לויטן פארגעשריבענעם סטייל.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג נובעמבער 10, 2008 7:35 pm

יעצט פארשטיי איך. דאס איז טאקע א פארגרינגערונג.
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט