סעטטינגס ביי פוס-נאטיצען

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

סעטטינגס ביי פוס-נאטיצען

תגובהדורך אלעקסיי » זונטאג נובעמבער 02, 2008 6:23 pm

געווענליך ביי א דאקומענט קען איך אנשטעלן איינמאל פאר איינמאל אלע סעטטינג'ס וואס איך ברויך, דהיינו די פאנט, סייז, ספעיס צווישען די שורות וכדו', אבער ביי די פוס-נאטיצען (פוט-נאוט'ס בלע"ז) גייט עס נישט, אפילו איך סעלעקט אלע אויפאמאל און איך טויש די סעטטינג, אבער ווען איך לייג צו א פרישע נאטיץ גייט עס צוריק צום אלטען, ער איז חוזר לסורו, און ער נעמט נישט אן די פרישע סעטטינג מיט א חוצפה און עזות, בריש גליא.

איז וואס קען מען טוהען אז דער חוצפה'ניאק זאל יא פאלגען?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

בן יועזר
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

תגובהדורך בן יועזר » פרייטאג נובעמבער 07, 2008 10:01 am

די קענסט טוישן די סטייל פין די פוס נאטיצן, גיי צי סטיילס אין דאכצעך סידא א סטייל וואס הייסט פיס נאטיצן (עפעס אזוי) אין טויש (עדיט) די סטייל לויט דיין געשמאק!!

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג נובעמבער 09, 2008 9:51 am

די עצה דערצו איז ווי בן יועזר האט געשריבן, נאר עס איז דא צוויי סטיילס פאר פוס נאטיצן, איינס הייסט FOOTNOTE TEXT און די אנדערע הייסט FOOTNOTE REFERENCE, דו דארפסט טוישן די סטייל פון די 'פוס נאטיצן טעקסט', די אנדערע איז פאר די אותיות וואס צייכענען צו צום פוס נאטיץ.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מאנטאג אוקטובער 31, 2011 11:44 am

ווי שטעלט מען אן וויפיל פלאץ ס'זאל זיין צווישן די טקסט און די פיס נאטיצן?


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט