אלעס איבער פאנטס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

וויאזוי קען איך מאכן אז ווען איך נאכן מאכן א ? זאל ווערן אן אנדערע פאנט?

איך וויל טייפן שאלות און ענטפערס, און עס איז זייער שווער צו טוישן ביי יעדע שאלה עקסטער.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

סתם_אזוי האט געשריבן:וויאזוי קען איך מאכן אז ווען איך נאכן מאכן א ? זאל ווערן אן אנדערע פאנט?

איך וויל טייפן שאלות און ענטפערס, און עס איז זייער שווער צו טוישן ביי יעדע שאלה עקסטער.



איך וועל דיר זאגן וואס איך האב אמאל געטוהן, איך האב געמאכט צוויי סטיילס איינס פאר די שאלה און איינס פאר די תשובה, און ביי סטיילס קען מען אנשטעלן פאר יעדע סטייל וואסערע סטייל עס זאל זיין די קומענדיגע פאראגראף, און איך האב אנגעשטעלט ביי די שאלה סטייל אז די קומענדיגע פאראגראף זאל זיין די תשובה סטייל און ביי די תשובה סטייל אז די קומענדיגע פאראגראף זאל זיין די שאלה סטייל, אזוי אז ווען איך האב געדרוקט ענטער נאך די שאלה איז עס גלייך געווארן די אנדערע טייל פון די תשובה, און ווען איך האב געדרוקט ענטער נאך די תשובה איז עס אליין געווארן די סטייל פון די שאלה, און אזוי איז עס געפארען א מחי' איך האב גארנישט געדארפט אנשטעלן און טוישען יעדע מינוט נאר איך סתם געטייפט און עס האט זיך אליין געטוישט די גאנצע צייט, (אויב וויל מען מאכן אן ענטער אינמיטן וואס ביי יענע זאל זיך עס נישט טוישן דאן דארף מען מאכן א שיפט+ענטער).
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

איינער קען מיר שענקן דיזע פאנטס?
צנובר
פילוסיף
פיגמנט
מזל
כריזמר
כנעני
אקסטרים
אמרלד
אלגנטי
אהרוני חדש
שפע
רפורמה
רימונה
פרנקריהל
פרנקריהל בלט
פלשבק
קונספט
קינג פוקס
רוקוקו
רטרוס
שלמה
תוצרת הארץ

פון אלע אותיות קומען מיט עטליכע סארטן (דיקע, דינע, טונקעלע וכדו')

כ'העל שטארק דאנקבאר זיין.
כ'מיין אז דער וואס שענקט עס מיר זאל עס נישט ארויפלייגן אין פובליק. נאר מיר עס אריינשיקן אויף אימיעל.
עס איז גניבה דאס צו פארשפרייטן ברבים. ווער עס וועט נאכדעם וועלן וועלעך עס אים שיקן אי"ה.
נאכאמל: א דאנק פאר ווער עס וועט מיר שענקן די פאנטס אין וואס כ'נוטיג זיך:
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מען האט שוין אמאל ארומגערעדט דא אז עס איז גניבה וגזילה צו שענקן בחנם פאנטס וואס קומען בדרך כלל פון אידישע בעלי בתים וואס פארקויפן דאס פאר פרנסה.

ולא באתי אלא לעורר.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

ברוך_שמו האט געשריבן:כ'מיין אז דער וואס שענקט עס מיר זאל עס נישט ארויפלייגן אין פובליק. נאר מיר עס אריינשיקן אויף אימיעל.
עס איז גניבה דאס צו פארשפרייטן ברבים. ווער עס וועט נאכדעם וועלן וועלעך עס אים שיקן אי"ה.
נאכאמל: א דאנק פאר ווער עס וועט מיר שענקן די פאנטס אין וואס כ'נוטיג זיך:

איך פארשטיי נישט ר' ברוך'ל... ברבים פארשפרייטן פאנטס פארשטייט איר אז ס'איז גניבה [בחנם] און פאר א יחיד אין אימעיל נישט?

די פאנט מזל מיין איך אז ס'געהערט פאר ר' אברהם דוד גליק בעל בית דפוס מזל, וועלכער האט קריעטעט עטליכע שיינע אייגענע פאנטס, און ער געט עס נישט ארויס פאר קיינעם.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

וועלכע נאך פאנטס האט ער קריעטעט?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

פאנטס וואס ווערן אנגערופן על שמו דהיינו אברהם דוד א' - אברהם דוד ב'...
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

דוכט זיך מיר פאר זיכער אז די פאנטס וואס כ'האב געבעטן קומען נישט פון אזא היימישער אידל ווי ר' אברהם דוד גליק. עס איז געווארן קריעדעט דורך אן איזראעלישע פירמע פון עכט פרייע עלעמענטן, און זיי בעטן עפעס תבין ותקלין פאר יעדע אות באזונדער. דעריבער האלט איך עס נישט ביים קויפן פון זיי.

ביטע ווער עס קען מיר שענקן די פאנטס זאל עס שיקן אין אימעיל. בתודה מעיקרא
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ווער האטער מתיר געווען, אז פון פרייע מעג מען יא גנב'ענען, און ווי אויך, וואסיז אנדערש בפומבי צו בהסתר?
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

געערטע סעקרעטאר, הער וואס איך זאג דיר!
דער ענין פון פאנטס איז כלל נישט אין גדר פון גניבה. ברענג מיר איין מורה הוראה וואס וועט דיר זאגן אנדערשט.
נאר וואסזע דען? פאר די ארענדער און פארוואלטער פון אונזער קרעטשמע איז נישט אזוי געשמאק אז דורך זיין געוועב ווערן פארטיילט פאנטס וואס קומען ארגינעל פון א פירמע. אבער אריינצושיקן צו מיר אין אינבאקס דיזע פאנטס איז כלל נישט קיין פראבלעם לפענ"ד.

דעריבער אפעליר איך ווידעראמאל צו אלע ידידים חברי קהלתינו הקדושה: שיקט מיר אין אימיעל די פאנטס
אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2008 3:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך reb yid »

ברוך הוא וברוך שמו!
לצערי האבעך אלע פונטס וואס די ווילסט אבער ענטפער מיר אויף די פראגע:
ווען די וואלסט געווען די בעה"ב פון "פונטביט" Fontbit (די קאמפעני וואס מאכן די פונטס) וואס וואלט געועען דיין רעאקציע ווען די ווערסט געוואר אז דיינע אויסגעהארעווטע פונטס דרייען זיך ארום "ניש מיר - ניש דיר?
און נאך מער ווי אזוי ווילסטו אז איך זאל דיר עס שיקן ווען מיין באנק אקוינט האט זיך דעמאלסט ( נאכן קויפן) אביסעלע געשאקעלט? (הגם סאיז נישט אזוי פיל געלט)
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

ברו"כים תהי' רבי יוד!
פונט ביט פראדוצירט פאנטס אויף א מאסשטאבליכן פארנעם און יעדן טאג ערשיינען זיי מיט פרישע סחורה אויפן מארקעט - פארקויף מיר נישט אז עס איז אזוי אויסגעהארעוועט... און בכלל וואס וועט זיי שוין שאדן אז עפעס א קרעטשמע אידן פון ווילי וועט האבן אין באזיץ עטליכע פון זייערע טויזנטער פאנטס.
רבי איד! אז איר האט עס, שענקט עס!
און איבער אייער באנק אקאונט וויסעך נישט פון וואס איר רעדט, איך פארמאג בכלל נישט אזא זאך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' ברוך שמו, אין אייער תורה שטייט אפשר:

"לא תגנוב" נאר אויב מ'זעט?

"לא תגנוב" נאר אויב עס האט געקאסט יענעם אסאך?

"לא תגנוב" נאר אויב עס איז פאר יענעם א גרויסער שאדן?

באטאם ליין, ווען א ביזנעס פארקויפט א פראדוקט ווילן זיי נישט אז עס זאל פארטיילט ווערן אומזיסט!

מה דעלך סני לחברך לא תעביד!!!
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

כ'האב אמאל געהערט א וויץ:
אז פונקט ווי לשון הרע אויב 3 מענטשן ווייסן עס איז עס שוין נישט קיין לה"ר, די זעלבע איז מיט פאנטס אויב 3 מענטשן האבן עס שוין איז עס נישט קיין גניבה.

נ.ב. סאיז נישט אויסגעהאלטן עפ"י הלכה
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ברוך'ל, סארי פאר די שארפקייט, אבער קוקסט מיר אויס ווי א גיטע כעס אינגל. ער פרעגט דעם רבין: איך מעג גיין נעמען קוקיס פון לאמדים שטוב? רבי: ס'נישדא. אינגל: אבער כ'מעגיין?
איי מיען, וואס וויסטע? האסט איין מורה הוראה וואס האט דיר דאס מתיר געווען? האסט געפרעגט ארענדאר צו דו מעגסט דאס טון אויף זיין זייטל? וואס פשט פון טון א זאך דריי מאל מיט א פעסטקייט, וואס קען אריינלייגן איינעם אין צרות, אויף א סמך פון מיינען אז ס'איז נישט קיין פראבלעם?! אטו בשופטני עסקינן?
כ'מיין קאולם דאון, ס'קוקט אביסל אויס אז דו ביזסט נאך שאנערישוינע, און דו מיינסט אז די וועלט קומט דיר אלעס. גיב א ווער אביסל עלטער, אלעס וועט זיך שטעלן אויפן פלאץ.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

סאכדעס ;l;p-

לדעתי איז ברוך שמו א שליח פון פאנטביט. איך ווייס ערשטהאנטיג פון אזאלכע מעשיות וויאזוי זיי האבן אינטערגעשיקט היימישע און דער שליח האט דערנאך באקומען גרויסע פראצענטן. קיינער זאל אים גארנישט שענקן. זיין וועג פון דאס בעטן איז אויך מוראדיג אויפפאלנד, ודי.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

און איבער אייער באנק אקאונט וויסעך נישט פון וואס איר רעדט, איך פארמאג בכלל נישט אזא זאך.

...
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

כ'ווייס נישט צו ס'איז אונטערגעשטעלט אדער נישט. אבער מ'האט שוין גערעדט דערפון, און כ'גלייב אויך ווי אנדערע חברים, אז ס'איז נישט קיין שום חילוק אין גניבה צו מ'איז שומר תורה ומצות אדער נישט.

אגב, דער פאנט "מזל" איז פון פאנטביט, איינער פון זייער שענסטע פאנטס.
(שכח דע פאקט, פאר'ן שיקן א לינק צו דעם אשכול, אנדערש וואלט איך ווארשיינליך נישט אנגעקומען).
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2008 3:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך reb yid »

איך האב עטעטשט די לייסענס פון פונביט - למען ידעו!
אטעטשמענטס
License1.pdf
פונביט לייסענס
(66.5 KiB) געווארן דאונלאודעד 340 מאל
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

ווייסט איינער ווי ס'איז דא צו "קויפן" פאנטס וואס איז סימבאלס, שטערנדלעך דיוויידערס א. ד. ג.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך ווייס נישט אויב דו האסט א קפידא צו קויפן אבער איך בין מיך משתמש אסאך מיט די פאנטס פון דא:

http://www.arfonts.net/class/fontfiles/ ... rnemantal/
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

ער האט מדגיש געווען קויפן, ווייל פריער אינעם אשכול האט מען שרעקליך אראפגעריסן די וואס נעמען (גנב'נן) פאנד'ס פון אידישע ארויסגעבער'ס.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פון יענעם סייד זעהט אויס אז עס באלאנגט פאר אראבערס, פון וועס סאיז א מצוה צו גנב'נען, בפרט אז ער גיט עס אומזינסט, ואין שום שאלה וחשש, ואדרבא יאכלו [כ'מיין יקליקו.....] ענבים וישבעו.......
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

יישר כח

ס'איז זייער גוט צונוץ געקומען
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

ס'איז אן אלטע פראבלעם דאס אידיש זייט ווארד 2003, הן די פאנטס וואס שפרינגען צוריק צו טיימס נו ראומען, והן אין ווארדארט וואס די שטרעכליך זענען נישט די ריכטיגע, וכדומה, כ'געדענק נישט יעצט די אלע פראבלעמען.

כ'האב היינט געטראפן א באשרייבונג פון די אפיס גלאובעל עקספיריענס טיעם (דער שטאב וואס גיבט זיך אפ אין נישט ענגלישע שפראכן אין ווארד) וואס שמועסט אדורך די נושא פון נישט ענגלישע פאנטס אין ווארד (זיי רעדן נישט דארט בכלל פון היברו). כ'מיין ס'וואלט כדאי געווען פאר איינער וואס האט נערווען (נישט פאר מיר יעצט), ארויפצוברענגן אינ'ם קאמענטס די נושא בנוגע די אלע פראבלעם פון היברו, מ'רעדט דארט גלייך צו הויכן פענסטער, און זיי לייענען יעדען קאממענט (כמעט נישט דא צופיל) און ענטפערן אויף יעדער דערויף (ווי ווייט איך ווייס). ס'וועט זיכער גאר אסאך אויפטון.

ביטע זיך אנרופון ווארעם. וזכות הרבים, פון די הונדערטער ערליכע אידן וואס מוטשען זיך און פארברענען שעות איבער שעות מיט די פראבלעמען, תלוי בו!!!

http://blogs.technet.com/office_global_ ... -text.aspx
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
שרייב תגובה

צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”