ווארד: אלמנות און יתומים...

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

ווארד: אלמנות און יתומים...

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 3:13 pm

ניין עס איז נישט קיין אפיל...

עס איז דא א אפשען אין ווארד וואס הייסט WIDOW/ORPHAN CONTROL...

מיר גייען דא בעזהשי"ת ערקלערן וואס דאס טוט און ווי מען נוצט דאס.

WIDOW/ORPHAN CONTROL מיינט אזוי,
ביי א דאקומענט פון אפאר פעידזשעס, טאמער א פאראגראף פאנגט זיך אן סוף פעידזש, און נאר די ערשטע שורה פון די פאראגראף איז אויף די פאריגע פעידזש, הייסט די דאזיגע שורה א ORPHAN, א יתומ'ל, (א מגיפה......)
ביי די זעלבע דאקומענט, די זעלבע פאראגראף, טאמער די לעצטע שורה איז די ערשטע שורה פון א נייע פעידזש, הייסט די דאזיגע שורה א WIDOW, אן אלמנה (רח"ל, אויף קיין שום אידיש קינד געזאגט)...

יעצט אזוי, מייקראסאפט האט לכתחילה אויסגעשטעלט אזוי ביי דיפאולט, אז עס קען זיך נישט מאכן אלמנות ויתומים, דאס מיינט אז ווען מען טייפט א פאראגראף, און מען פארט אריין אין די נעקסטע פעידזש, וועט עס אויטאמאטיש מיטשלעפן די פאריגע שורה, ביז ווען מען טייפט נאך א שורה אויפן צווייטן פעידזש, וועט די שורה צוריק פליען צו די ערשטע פעידזש.

דאס קען מען אבער זייער גרינג טוישן, למשל טאמער איינער מאכט א קונטרס, און ער וויל אז די פעידזשעס זאלן זיך ענדיגן גראד, מאכט מען אויס WIDOW/ORPHAN CONTROL, דאס מיינט אז וואורד גייט יא ערלויבן צו מאכן אלמנות ויתומים, (רח"ל, בקשו רחמים......)

מען טוט דאס אזוי,
גייט צו FORMAT
גייט צו PARAGRAPH
אין די באקסל וואס עפנט זיך גייט צו LINE AND PAGE BREAKS
און נעמט אוועק די טשעק וואס איז דא ביי WIDOW/ORPHAN CONTROL
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 3:17 pm

סאדע באטל!
אזוי שיין מסביר צו זיין א שטיקל ווארד ;l;p-

שכח
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 3:31 pm

אוי, אן אפיל... אה ניין... נישט קיין אפיל...

אלמנות און יתומים אן קיין אפיל....

אזוי שיין אראפ געלייגט א שטיקל ווארד...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 7:57 pm

כ'האב שוין געכאפט פונעם שם האשכול וואס דו ווילסט דא. דו האסט עס זייער גוט אראפגעלייגט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2008 8:50 pm

זייער שיין אראפגעלייגט, א נוצליכע ידיעה. יישר כח.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 7:05 am

שכוח באטי, עס וועט מיר זיין זייער נוצבאר, און איצטערט אויך זייער גרינג צו באנוצן, טענקיו.


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט