בלאט 1 פון 1

ווארד: סקענינג פאר וויירוס

געשריבן: דאנארשטאג יולי 17, 2008 3:04 pm
דורך אלעקסיי
אין ווארד 07 קומט מיט א "סקענינג פאר וויירוס", וואס עפענט זיך יעדס מאל מען עפענט א דאקומענט, איז דא א וועג עס אראפצונעמען עס זאל נישט סקענען אוטאמאטיש?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 17, 2008 4:31 pm
דורך קרעמער
איך פארמאג אפיס03, און יעדע דאקומענט וואס עפענט זיך ווערט געסקענט פאר וויירוסעס, א זאך וואס גייט מיר אויף די געהירן, איך בין נאר נאכנישט אנגעקומען צו פרעגן דעם עולם אן אויסוועג דערצו.

איך וועל זיך פרייען מיט די ענטפערס דא.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 17, 2008 6:19 pm
דורך מאשקע
ביי 03' קען העלפן אויב מ'גייט אריין צו tools, options, macro security, און מ'שטעלט עס אן אויף low.

אין 07' ווייס איך נישט, אבער מסתמא בערך די זעלבע וועג.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 17, 2008 6:50 pm
דורך קרעמער
יישר כח מאשקע, האסט שטארק רעדוצירט די טייערע ווארטן צייט ביז א ווארד פייל עפענט זיך (ווען איין ווארד פייל איז שוין אפן פון פריער, נעמט עס אלץ שנעלער, אבער צו עפענען דעם ערשטן ווארד פייל פלעגט מיר נעמען צו לאנג, יעצט איז דאס רעדוצירט געווארן, יישר כח).

געשריבן: דאנארשטאג יולי 17, 2008 9:52 pm
דורך אלעקסיי
קרעמער האט געשריבן: (ווען איין ווארד פייל איז שוין אפן פון פריער, נעמט עס אלץ שנעלער, אבער צו עפענען דעם ערשטן ווארד פייל פלעגט מיר נעמען צו לאנג, יעצט איז דאס רעדוצירט געווארן, יישר כח).


ביי מיר די זעלבע, איך פארשטיי נישט פארוואס.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2008 4:13 pm
דורך אלעקסיי
ביי מיר איז עס אן עד-אן פון נארטאן, איך האב עס מסדר געווען, און היינט פארט א באן.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2008 5:28 pm
דורך ליפא
אלעקסיי שכוח, ווי איז מען דאס מסדר ?

איך האב איהם אויך אנגעהויבן באקומען, נאך וואס די 15 טעג טרייעל איז אפגעלאפן

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2008 9:47 pm
דורך אלעקסיי
איך געדענק שוין אליין נישט. גוגל האט עס מיר פארציילט, און ער וועט עס דיר גערן איבערפארציילען מיט די זעלבע מאס געדולט.

געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2008 12:36 am
דורך thefact
די אלע אויטאמאטישע סקענינג'ס אויף ווארד און עקסעל זענען פאר אונזער פראטעקשאן צו אויסהיטן פון וויירוסעס (כידוע אז א מעקרא קען זיין א פאוערפול וויירוס אויב ווערט עס געשריבן דורך א מאן מיט בייזע מאטיוון) נארמאל פעלט עס נישט אויס אבער ווען מ'דאונלאוד א ווארד פייל פון די אינטערנעט אדער אז מ'עפנט א ווארד פייל פון א אומפאראנטווארטליכע מקור איז תוצאותיו מי ישורנו און אויב מ'שטעלט אן די סעקיורעטי אויף נידעריג און מכאפט זיך נישט קען מען מיט איין קנעפל שאדן האבן סאך מער ווי די טייערע צייט וואס מ'האט זיך געשפארט פון ווארטן

ובאתי רק לעורר (מיין סעקיורעטי איז אוך אויף 'לאו')

געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2008 4:53 pm
דורך אלעקסיי
קען מען דאך דורכסקענען דאונלאוד פיילס, וואס מען ווייסט נישט פון וועים מען באקומט.

מען דארף נישט דערפאר ליידען טאג איין טאג אויס, פייל איין פייל אויס.