בלאט 1 פון 30

ווארד: פיינד & ריפלעיס (Wildcards)

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 28, 2007 4:08 pm
דורך thefact
Ginas Verodim 'on an email האט געשריבן:איך זעה אין קרעטשמע אז דו קענסט דיר אויס אין מעקראוס, אפשר קענסטו מיר אריוסהעלפן???
בעיקר וויל איך וויסען ווי אזוי קען מען אנשטעלן א מעקרא אז אלע אריינגערינגעלטע () זאלען ווערען קלענער???
עס וועט מיר זיין א גרויס הילף!!!
יישר כח

קאוד: וועל אויס אלע

The following should work, using Find and Replace
Click the More button and then check the "Use wildcards" option.

"Find what": \(*\)

"Replace with": ^&

With the insertion point in the "Replace with" box, specify
formatting: Click the Format button, click Font, specify size
Confirm with OK.

Click Replace All

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 28, 2007 5:02 pm
דורך שלמה שמש
א גרויסן שכח פאקט דאס איז איינע פון די זאכן וואס איך האב אויך געוואלט וויסן
נאך אזאך אויב עס איז שייך צו טון איך וויל ווארד זאל אריין שטעלן א קאמע נאך יעדע סוף שורה איז דאס מעגליך?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 28, 2007 10:05 pm
דורך thefact
די זעלבע זאך
נאר נעם אראפ די טשעק פון וויילדקארדס
און FIND WHAT: ^p
און ,REPLACE WITH: ^p

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2007 3:34 pm
דורך שלמה שמש
א גרויסן שכח פאקט
זאג נאר פאר אינטערסאנטקייט האסט גענומען א קארס אויפ ווארד אז די קענסט אזוי גוט אדער די ביסט געבוירן דערמיט?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2007 3:42 pm
דורך thefact
שלמה שמש האט געשריבן:א גרויסן שכח פאקט
זאג נאר פאר אינטערסאנטקייט האסט גענומען א קארס אויפ ווארד אז די קענסט אזוי גוט אדער די ביסט געבוירן דערמיט?

דאס איז מיין פאך "דער קאמפיוטער עקספערט"
איך לערן קאמפיוטערס מיט אידן

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 1:56 pm
דורך thefact
שלמה שמש האט געשריבן:וואס איך וויל איצט איז אויב איינער קען מיר זאגן אזוי בקיצור (נישט א גאנצע בוך) ווי אזוי מען מאכט עס אויף קאד שפראך דהיינו איך זאל געבן קאמענדס אין ער וועט פאלגן למשל טוישן א ווארט וויל איך אריין טייפן: REPLACE דאס WITH דאטס וכדומ'
ווער עס קען ביטע העלפן א שיינעם דאנק

thefact האט געשריבן:אויב אזוי פארוואס קענסטו נישט נוצן די געווענליכע FIND AND REPLACE
זיי בעסער מסביר

שלמה שמש האט געשריבן:ווייל איך וויל דאס טון אויפ אן א צאל דאקעמענטן אין אפאר פיינד אין ריפלעסן סא קען איך באשטטיין צו געבן א דריק ראן אויף א מייקרא נאמען אין ער זאל טון די גאנצע ארבעט.
איין זאך וואס איך האב געזען אז מען קען נישט ריקארדן אין א מייקרא צו סעלקטען אין טוישן עס מוז גיין דורך פיינד ענד ריפלעס, איז דאס ריכטיג?
א גרויסן יישר כח פאר אלע הילף רילי עפרישיעטעט.

ניין דאס איז נישט ריכטיג?
מען קען יא
מ'קען עס טוישן אין די קאוד ווינדא

אבער דאס באלאנגט שוין צו
נושא ההודעה: ווארד: מעקראס VBA
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=3668

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:07 pm
דורך שלמה שמש
אדרבא ווי אזוי קען מען?
ווען איך מאך ריקארד לאזט ער מיך נישט סעלעקטען גארנישט.
ביי די וועי אפשר מאכט דאס א נפק"מ איך האב די באטלי זעבען (07) ווערסיע פון אפיס.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 11:23 am
דורך האניג
פיינד ענד ריפלעיס אין ווארד - ספעציעל מיט ווילדע קארטן (Wildcards) - איז אבנארמאל שטארק, אויב מ'לייגט זיך נאר אביסל אריין אין דעם זעט מען אז ס'איז מים שכמעט אין להם סוף! ('כמעט' - נישט ממש אלעס קען עס טון, אבער רובא דרובא זאכן וואס מען דארף איז עס געוואלדיג שבגעוואלדיג!)

לאמיר דא אראפברענגן איין משל וואס ס'מיר לעצטענס שטארק צוניץ געקומען:

איך האב אין א דאקיומענט צענדליגע שורות וואס זענען אזוי:

@56[תוכן הטעקסט, יעדער מאל עפעס אנדערש, פארשטייט זיך]

(דער @56 נוץ איך שפעטער אריינצואימפארטן אין תג, ואכמל"ה.)

רופט מיר אן דעם איד אז ער האט זיך מיישב געווען אז ער וויל נישט האבן די ברעקעטס (אריינגערינגעלטע סימנים) ארום די ווערטער. דהיינו אלעס זאל בלייבן די זעלבע נאר די ברעקעטס פאר זיך זאל פעלן. (אין אונזער משל זאל עס זיין אזוי: @56תוכן הטעקסט, יעדער מאל עפעס אנדערש, פארשטייט זיך)

וואס טוט מען? דער ערשטער זאך טראכט מען פון א פיינד אין ריפלעיס. אין דאס האב איך געטון:

מיין פיינד איז געווען: (\@56)(\[)(*)(\]) מיט וויילדקארדס.
מיין ריפלעיס איז געווען: \1\3

עס זעט אויס צומישט און קאמפליצירט, אבער לאמיר עס אדורכגיין צוביסלעך און דאכצעכמיר אז וועסט זען אז ס'איז זייער פשוט:

לאמיר פאר יעצט פארגעסן פון די פערענטיסיס מארקס (מאמר המוסגר סימנים) פונ'ם פיינד, און זיך דאכטן אז אזוי איז די פיינד: \@56\[*\], מיר וועלן צו דעם צוקומען שפעטער. שוין, ס'זעט שוין אויס אביסל ווייניגער קאמפליצירט.

יעצט וועט מען גיין סטעפ ביי סטעפ פון רעכטס צו לינקס:
קודם לאמיר לייגן א טשעק ביי Use Wildcards.
דער ערשטער זאך וואס מען דארף דא טרעפן איז אן עט (@) סיין, נו, וואס טוט מען? זייער גוט! מען טייפט אריין אן עט סיין אינ'ם זוך קעסטל. יעצט פרוביר קליק אויף פיינד, גערעכט, ס'גייט נישט! וואס איז דער פראבלעם? איינער פון די סימיני וויילדקארדס וואס ס'נוצט פאר איר אייגענע געברויכן איז טאקע דעם עט סימבאל (אזוי ווי מען זעט ווען מען קוועטשט 'ספעשיל') לאזט עס אונז טאקע נישט נוצען צו טרעפן א פשוטען עט סיין, וואס טוט מען אין אזא פאל און ווי אויך אלע אנדערע סימבאלן וואס מען קען נישט פשוט ניצן מיט וויילדקארדס (למשל [ און ], אזוי ווי מיר וועלן שפעטער זען)? מען לייגט צו סלעש (\) פארדעם, אזוי זאגט מען דעם פיינד אז דעם אות נאכדעם איז נישט קיין וויילדקארד נאר א פשוטע אות.
יעצט האט מען אזוי: \@. יעצט פרובירט צו סערטשן, יא, סגייט! ס'טרעפט אלע @ סיינס!

יעצט דארף מען טרעפן דערצו די נומערן 56. דאס איז זייער פשוט, מען לייגט אריין די נומערן 56 נאך \@ פשוט כפשוטו. יעצט האט מען: \@56.

שוין, מ'האלט שוין אויף עפעס א וועג.

וואס איז דער נעקסטע זאך מען דארף טרעפן? יא, דאס איז דעם ערשטען ברעקעט. אבער דא איז שוין דעם זעלבען פראבלעם וואו פריער. דהיינו, ווארד נוצט א ברעקעט אלס א וויילדקארד סערטש (א שטייגער וואו אונז האמיר גענוצעט דעם סלעש סימבאל), און מען קען דאס נישט נוצען צו זוכען דעם עצם קערעקטער בעצמו. האט מען דער זעלבער לייזונג וואו פריער: מען לייגט א סלעש סימבאל פארדעם: \[.

יעצט האבן מיר אזוי:\@56\[

יעצט קומען די ווערטער צווישן די ברעקעטס וואס דאס איז אנדערש יעדער מאל. דא לייגט מען אריין א בלויזע שטערנדעל (*) וואס דאס ווייזט אן צו טרעפן אלעס אלעס וואס איז דא נאך דער פריערדיגע אות פונ'ם פיינד ביז'ן קומענדיגן אות פונ'ם פיינד.

האלטן מיר שוין א שיין שטיקל מהלך, כמעט געענדיגט: \@56\[*

דאכצימער אז דער נעקסטע צוויי אותיות פעלט מיר נישט אויס צו זאגן. מען וויל דאך טרעפן דעם צווייטען ברעקעט, לייגט מען צו ביים סוף: \]

האבן מיר דא יעצט א זאפטיג שטיקל: \@56\[*\]

יעצט ווען דו גייסט מאכן א פיינד וועסטו טרעפן פונקט וואס מען זוכט: יענער גאנצע שורה. אבער נישט פארדעם האבן מיר געארבעט אזוי שווער. דער חכמה וואס קומט יעצט איז דער ריפלעיס!

מיר גייען בעטן דעם ריפלעיס ער זאל לאזן אלעס וואס ער טרעפט, חוץ \[ און \] דהיינו די צוויי ברעקעטס. טאקע דא קומט אריין די פרענטיסיס פונ'ם פיינד. די פרענטיסיס צוטיילט דעם פיינד און חלקים (גרופס). ביי אונז עמער עס צוטיילן און פיר חלקים: מען גייט לייגן \@56 צווישן פרענטיסיס: (\@56), יעצט איז באשאפן געווארן איין גרופ. נאכדעם גייט מען לייגן \[ אין א צווייטן גרופ דורך עס ארומנעמען מיט פרענטיסיס: (\[). דערנאך גיימיר לייגן דעם שטערנדעל אין א דריטן גרופ: (*), און צום סוף וועלן מיר לייגן דעם צווייטן פרענטסיס און פערדן און לעצטן גרופ: (\])

אצינד האבן מיר א פיינד מיט פיר גרופעס: (\@56)(\[)(*)(\])

יעצט גיין מען זאגן דעם ריפלעיס אזוי: האלט גרופ נומער איינס, ווארף אוועק גרופ נומער צוויי, האלט נומער דריי, און נומער פיר דארף איך אויך נישט.

וויאזוי באווייזט מען צו זאגן אזוי?
א גרופ ווערט פאררופן אזוי אין דעם ריפלעס קעסטל: \1 (פאר גרופ נומער איינס) \2 (פאר גרופ נומער צוויי) אא"וו...

קענסט שוין אליינס פארשטיין? זייער גוט מען לייגט אריין אינ'ם ריפלעיס אזוי: \1\3, דהיינו בלייב מיר נאר איבער מיט גרופ נומער איינס און דריי.

יעצט מאכט א ריפליעס אלל און געוואלדיג! אלעס ארבעט זאפטיג פיין וואויל און גוט!

אנטשילדוגטס פאר אזוי מאריך זיין, איך האף אז איך האב מהנה געווען א פאר אידן דערמיט, און מען זאל זיין א מבין דבר מתוך דבר און עס אויסנוצן אויף פילע אנדערע געברויכן פאר'ן באנוצן מיט ווארד מידי יום ביומו!

(מען קען שוין אויפשטיין!...)

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 11:33 am
דורך יהיה כן
אוי ביזטו זיס, זיסער פון האניג (זעהט אויס דיין ניק איז נאר לסבר את האוזן....), נאר איין זאך פארשטיי איך נישט, אויב האסטו תג, ציוואס דארפסטע נאך אין ווארד דעם לעצטע שורה סענטערד (אינעם דערנעבנדיגן אשכול) ווי אויך חלונות, ווען תג מאכט דאס אלעס סך באקוועמער אין גרינגער?

אויך זעה איך ביזט ב"ה א גרויסער מומחה אין וויילדקארדס אין ווארד, א סוגיא וואס כהאב שוין פון לאנג געוואלט קענען, האבעך נאר נישט קיין צייט זיך צי שפילן, אפשר זאגסטע מיר אויס בקיצור ווי קען איך אלעס וויסן, דעם סוד ווי מען קען וויסן די אלע סיקרעטס פון וויילדקארדס??

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 5:14 pm
דורך האניג
שכוח פאר'ן קאמפלימענט, יהי' כן!

על ראשון ראשון:
איך בין נישט געבוירן געווארן מיט א תג אויפ'ן קאפ, אין די גוטע צייטן פלעג איך נוצן ווארד אויסצושטעלן קונטרסים און ספרים, און דערפאר בין איך נישט קיין גאנצע עם הארץ אין ווארד. און בכלל, אויסצושטלן א דף צוויי וועל איך זיך נישט משוגע מאכן מיט קאודס, סטייל שיטס, אימפארטן, וכדו' אין תג, נאר כ'על עס ענדערש טון אין ווארד איינס צוויי.

ועל אחרון אחרון:
איך האב מיר אויסגעלערנט די גאנצע סוגי' פון וויילדקארדס אין איין פלאץ, דער לעצטע פלאץ וואו א איד וועט זוכן, אבער דאס ערשטע פלאץ וואס ס'איז געמאכט צו זוכן. דהיינו: ווארדס אייגענע העלפ פייל. דרוקט F1 אין ווארד, טייפט אריין wildcards אין שפאצירט אייך אדורך אין די גרויסע וועלט פון קארטן! (פארשטייט זיך אז זיי געבן דיר נישט אלע מיני משלים, איין משל גענוג ארויסצוברענגן דעם פאוינט און והאידך פרושא זיל גמור.)

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 6:00 pm
דורך למעלה משבעים
איר האט אפשר א וועג צו טרעפן א רינגל אין א רינגל, לדוגמא: איך וויל ער זאל טרעפן (די ווערטער מיט (אט די איינגערינגעלטע) ביז נאך די רינגל)??
אגב דאס וואס איר זאגט וועגן העלפ, איך האב שוין לאנג נישט געקוקט דארט, אבער דאכט זיך אז אין ווערסיע 07 איז עס נישט אזוי גוט ווי אין די פריערדיגע ווערסיעס.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 7:34 pm
דורך נאטורליך
אפשר קען מיר איינער העלפן, לעצטענס ווען איך וויל טייפן אין ווארד אנשטאט די ספעיס קומט ארויס דער find and replace
האק אין בראק. כאב שוין אלעס פרובירט דער ספעיס באר (נאר אין מייקראסאפט ווארד פראגראם) האט אויפגעהערט ארבייטן. ווען איך דריק אויפ'ן ספעיס באר קומט ארויס דער דייעלאג ווי אויבן דערמאנט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 8:23 pm
דורך יהיה כן
מסתמא איז די ספעיס אנגעשטעלט אלס שאורטקאט צו find & replace, גיי צי tools\cotomize\keyboard און טויש עס

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 9:12 pm
דורך נאטורליך
ישר כח
נו אפשר קענט איר מיר געבן דירעקציעס צו tools
וויאזוי קומט מען אהין אן?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 9:30 pm
דורך קרעמער
אויבן אינעם טולבאר נעבן FILE און VIEW און אלע גוט זאכען וועסטו אויך געפונען TOOLS.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 7:41 am
דורך האניג
אויב מעג איך זיך אריינמישן דא, וויל איך שרייבן א קלייניגקייט, איך האף דער עולם וועט מיר מוחל זיין פאר'ן זיך אריינמישן דא בדבר שאינו שלי:

לעתיד טאמער וועט זיך עס מאכן (עס זאל נישט געשען, עס וועט נישט געשען, אבער עס קען געשען...) אז איינער זאל טאקע האבן אט דעם פראבלעם מיט'ן ספעיסבאר, גלייב איך נישט אז ער וועט עס לכתחילה זוכן און א wildcards תגובה. וואס איך מיין דא ארויסצוברענגן איז, לאמיר פרובירן זיך צו האלטן לויט ווי ס'שטייט פון אויבן, דהיינו "ווארד: פיינד & ריפלעיס (Wildcards)", אזוי זאל דא בלייבן ריינע געשמאקע שמועס וואס איז נוגע בלויז פאר וויילדקארדס פון ווארד'ס סערטש, און שרייבן וועגן אנדערע ענינים (אפילו בנוגע ווארד'ס סערטש) במקומם הנכונים אין די ברייטפארצווייגטע ווארד אשכולות.

אזוי ווי כ'האב געשריבן, איז וויילדקארדס כמעט א מים שאין להם סוף, און כ'גלייב נישט (און איך האף אז נישט) אז מיט מיין תגובה האט זיך עס געענדיגט דא, נאר זאל עס ווייטער גיין מיט א געשמאקייט, אויב אזוי איז א שאד אריינצומישן זייטיגע ענינים וואס האבן נישט א דירעקטן קרבות מיט'ן וויילדקארדס און אזוי אינגאנצען פארדרייען דעם שמועס.

געטארכט האב איך אבער, אז אויב זעט איר אז ס'איז דא אין א סערטען תגובה א לעבעדיגקייט און האט א שאלה אומדירקעט צו אייער שאלה וכדו' (למשל לעיל) קענט איר אפשר לייגן א לינק צו אייער תגובה וואס וועט פירן די טרעפיק צו אייער תגובה.

איך זאג נאר דא מיין אייגענע מיינונג, אדרבה, אויב איינער וויל זיך דינגען מיט מיר זאל מיר ביטע שיקן א לינק וואו מען קען ארומרעדן דערוועגן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:22 am
דורך ווער בין איך?
האניג זיסער, פארוואס ביי פיינד ווען איך מאך א סלעש נאכדעם די קערעקטער וואס איך וויל טרעפן וועט עס טרעפן יענע קערעקטער און ביי ריפלעיס אויב מאך איך א סלעש נאכדעם די נאמבער איינס, וועט עס נישט ריפלעיסן מיט אן איינס, נאר מיט דער גרופ נאמבער?
ווען ווערט דער סלעש גענוצט אזוי און ווען די אנדערע וועג?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 12:35 pm
דורך האניג
ווער בין איך:
פיינד האט אנדערע קאודס וואו ריפלעיס, אזויווי האסט טאקע גוט ארויפגעברענגט.
אגב איז כדאי צו באמערקן אז ווען מען דריקט אויף 'ספעשיל' זעט מען אז ס'קומט ארויף אינגאנצען אן אנדערען מעניו ווען ס'איז סעלעקטעד וויילדקארדס ווי ווען נישט.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 6:26 pm
דורך בןהרחמן
וטעמו כצפיחית בדבש,

א ריזיגן דאנק פאר די פרישע ידיעה אינעם ווילדעקארטל אפטיילונג פונעם זוך און טויש שבמייקראסאפט ווארד, עס וועט מיר אסאך צוניץ קומען, כה לחי זיי אונז ווייטער מהנה מיט דיינע ידיעות.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 12:14 am
דורך ווער בין איך?
האניג האט געשריבן:ווער בין איך:
פיינד האט אנדערע קאודס וואו ריפלעיס, אזויווי האסט טאקע גוט ארויפגעברענגט.
אגב איז כדאי צו באמערקן אז ווען מען דריקט אויף 'ספעשיל' זעט מען אז ס'קומט ארויף אינגאנצען אן אנדערען מעניו ווען ס'איז סעלעקטעד וויילדקארדס ווי ווען נישט.

וואס איז טאקע פשט פון דעם?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 11:37 am
דורך האניג
למעלה משבעים האט געשריבן:איר האט אפשר א וועג צו טרעפן א רינגל אין א רינגל, לדוגמא: איך וויל ער זאל טרעפן (די ווערטער מיט (אט די איינגערינגעלטע) ביז נאך די רינגל)??
אגב דאס וואס איר זאגט וועגן העלפ, איך האב שוין לאנג נישט געקוקט דארט, אבער דאכט זיך אז אין ווערסיע 07 איז עס נישט אזוי גוט ווי אין די פריערדיגע ווערסיעס.


כ'האב געטראכט ארויף, כ'האב געטראכט אראפ. געזוכט גוגל, פארגעסן פון בינג, כ'האב אלעס געטון צו טרעפן א וועג דערפאר, אבער אין כל ואין מקצת. אינ'ם גאנצען אינטערנעט שמעוסט קיינער נישט דערפון בכלל??? אפשר האב איך נישט גוט געזוכט, אדרבה לאמיר זען וואס אנדערע קענען באווייזן (אויב זיי קענען אויך נישט קיין מהלך (פארשטייט זיך)).

יעצט בנוגע העלפ, ווייס איך נישט צו זאגן דערוועגן, דער לעצטע מאל איך האב געליינט עפעס און העלפ 2003 איז געווען א שיין שטיק צייט צוריק, און איך געדענק נישט פון דאן. אבער כ'גלייב נישט אז 2007 איז עפעס אויסערגעווענליך שוואך, ס'איז טאקע זייער בקיצור, אבער צופיל מאריך זיין קענען זיי אויך נישט, זיי שרייבן דאך נישט אויפ'ן קרעטשמער (אפשר יא??).

הצלחה!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 1:09 pm
דורך האניג
ווער בין איך? האט געשריבן:
האניג האט געשריבן:ווער בין איך:
פיינד האט אנדערע קאודס וואו ריפלעיס, אזויווי האסט טאקע גוט ארויפגעברענגט.
אגב איז כדאי צו באמערקן אז ווען מען דריקט אויף 'ספעשיל' זעט מען אז ס'קומט ארויף אינגאנצען אן אנדערען מעניו ווען ס'איז סעלעקטעד וויילדקארדס ווי ווען נישט.

וואס איז טאקע פשט פון דעם?


האסט אפשר ביל געיטס' אפיס נומבער?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 2:09 pm
דורך האניג
זוכענדיג אזוי אויף (דער היינטיגן שרעקעדיגן און טונקעלדיגן) גוגל (כ'האב נישט מורא געהאט, מיין מאמע האט מיר געזאגט אז ס'איז נישטא קיין מאנסטערס...) פאר וויילדקארד הילף, בין איך אנגעקומען צו דעם הפלא'דיגן ארטיקל פון א ווארד פראפעשינאל, וואו ער צולייגט אזוי הערליך שיין דעם גאנצען פיינד ענד ריפלעיס מיט וויילדקארדס פון ווארד, אנהייבענדיג מיט די כללים און ענדיגדונג ביים סוף מיט זאפטיגע משלים וואו ס'קען שטארק צוניצקומען.

איך האלט אז ס'וואלט כדאי געוועהן אז יעדער וואס איז אינטרעסירט אין די זאכן, זאל עס אדורכלייענען פון אויבן אראפ. איך נוץ וויילדקארד ממש מידי יום ביומו, און איך בין אליין פיל קלוגער געווארן דערפון! אפילו ס'זעט נישט אויס אז ס'קען דיר צוניץ קומען לוינט זיך עס אבער צו כאפן א בליק דארט, דער עתיד איז גרויס, און דאס קען דיר באגלייטען אויף די לאנגע און טיפע וועגן פון ווארד.

לינק: word.mvps.org/FAQs/General/UsingWildcards.htm

ווען איר ענדיגט אפלייענען דעם ארטיקל, ביטע שעמט אייך נישט און שרייבט דא וואס איר זאגט דערצו. א דאנק!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 7:47 pm
דורך בן יועזר
למעלה משבעים האט געשריבן:איר האט אפשר א וועג צו טרעפן א רינגל אין א רינגל, לדוגמא: איך וויל ער זאל טרעפן (די ווערטער מיט (אט די איינגערינגעלטע) ביז נאך די רינגל)??
אגב דאס וואס איר זאגט וועגן העלפ, איך האב שוין לאנג נישט געקוקט דארט, אבער דאכט זיך אז אין ווערסיע 07 איז עס נישט אזוי גוט ווי אין די פריערדיגע ווערסיעס.



טאמער האב איך גוט פארשטנאנען דיין שאלה וועט מיין ענטפער האפענטליך זיין דיין ריכטיגע ענטפער


לייג אריין אינעם פיינד באקס די פאלגענדע \(*\(*\)*\)

מאך זיכער אז סאיז אנגעשטלעט אויף יוז וויילדקארדס
----------------------------

אט איצט אביסעלע הסבר וויאזוי סארבייט

די קאוד פארווארד סלעש \ מיינט אז די קומענדיגע קערעקטער איז נישט א וויילדקארד נאר סאיז א פשוטע קערעקטער -- דאס פעלט דיר אויס וויבאלד די האסט דאך אנגעשטלעט אויף יוז וויילדקראדס -- אין די סיבה פארוואס די האסט עס געדארפט אנשטעלן (כדי צו קראצן די לינקע אויער מיט די רעכטע האנט!!! אדער ווייל.......) די סטאר ניצטו דאך נישט פאר א קערקטער נאר א קאוד - ד.ה. סטוט רעפטענזירען עני קערקעטער


נאך די הקדמה מיין איך אז די קענטס פטוש פארשטיין די גאנצע קאוד , טאמער פעלט עפעס הסבר פרעג איבער!!!!!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 10:28 pm
דורך למעלה משבעים
קודם יישר פארן ענפערן, יא איר האט פארשטאנען מיין שאלה, און בפשטות זענט איר גערעכט, אבער למעשה ארבעט דאס נישט כדלהלן.
די רינגלעך איז נאר כדי מען זאל קענען קאפיען צו ווארד און אויספראבירן אויף די ווערטער אויב עס גייט, נישט איך מיין עפעס אויסצושליסן.
גיב א קוק, (מה נעשה יקר וגדולה, (אז ער האט געטראפן) פון אנפאנג די פאראגראף ביז נאך די רינגעל).
התינח אויב גלייך די ערשטע פאראגראף איז געווען א (רינגעל) אין א רינגל, אבער טאמער איז געווען (למשל (אזוי ווי די פאראגראף) וואס עס איז דא א ווארט ארום גערינגלט פריער, האט ער געטראפן פון דעם ערשטן רינגל ביז נאך אט די רינגל).
אדער אן אנדער משל, פראבירט צו זיכן אויף דעם פאראגראף:
איתא ברמב"ם (פ"ג ה"כ) וכן מובא בב"י (סי' ש"כ) וכן פסק בשו"ע (שם).
דא גייט ער טרעפן פון די ערשטע רינגל ביז נאך די לעצטע.