בלאט 1 פון 1

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 30, 2007 12:10 pm
דורך פאפיגיי
הילף ביטע!

איך נוץ ווארד 07, אבער זייט איך האב עס אינסטאלד ארבייט מיר מער נשט די ווילנא פאנט, נאר אז איך וויל קען איך עס אריבערבראשען פון אן אנדערע דאקומענט וואס האט עס שוין און דאן גייט עס (איך פארשטיי נישט קיין פשט דערין, אבער כך היא המעשה), אבער פארשטייט זיך אז דאס איז קיין מהלך נישט, מפני כמה וכמה טעמים, קען מיר איינער ארויסהעלפן וואס איך קען טוהען?

איך האב עס שוין אן-אינסטאלד, און צוריק אינסטאלד, אבער ווי א קללה זאל זיך ווען ארויפזעצן אויף ווילנא, וויל עס נישט ארבייטען בשופ פנים ואופן, ולמצוה גדולה יחשב.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 30, 2007 12:52 pm
דורך לחיים ולברכה
די פראבלעם איז מיט אפיס 03 אויך, אפשר וועט דער פעקט קענען העלפן.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 02, 2007 8:32 pm
דורך thefact
פאפיגיי האט געשריבן:הילף ביטע!

איך נוץ ווארד 07, אבער זייט איך האב עס אינסטאלד ארבייט מיר מער נשט די ווילנא פאנט, נאר אז איך וויל קען איך עס אריבערבראשען פון אן אנדערע דאקומענט וואס האט עס שוין און דאן גייט עס (איך פארשטיי נישט קיין פשט דערין, אבער כך היא המעשה), אבער פארשטייט זיך אז דאס איז קיין מהלך נישט, מפני כמה וכמה טעמים, קען מיר איינער ארויסהעלפן וואס איך קען טוהען?

איך האב עס שוין אן-אינסטאלד, און צוריק אינסטאלד, אבער ווי א קללה זאל זיך ווען ארויפזעצן אויף ווילנא, וויל עס נישט ארבייטען בשופ פנים ואופן, ולמצוה גדולה יחשב.

לחיים ולברכה האט געשריבן:די פראבלעם איז מיט אפיס 03 אויך, אפשר וועט דער פעקט קענען העלפן.

כדי צו ענטפערן וועל איך מוזן מעיין זיין אינווענדיג (אין א קאמפיוטער מיט דעם פראבלעים)
און דאן בס"ד אולי ואולי

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 8:52 pm
דורך thefact
ליפא האט מיר געשיקט אין אימעיל א ווילנא פאנט פאר אפיס 03 און 07

מען דארף ארפנעמען די .TXT עקסטענשאן ס'זאל ארבייטן (ס'איז א TRUE TYPE FONT מיט א .TTF עקסטענשאן
איך האף עס וועט העלפען פאר פאפיגיי און לחיים ולברכה און פארן גאנצן ציבור
(זעה די דאונלאוד - מ'דארף זיין אריינגעלאגט צו זעהן די דאונלאוד)

קרעדיט פאר ליפא (אין אן אימעל) האט געשריבן:א ווילנא פאנט פאר אפיס 03 און 07


פאפיגיי האט געשריבן:הילף ביטע!

איך נוץ ווארד 07, אבער זייט איך האב עס אינסטאלד ארבייט מיר מער נשט די ווילנא פאנט, נאר אז איך וויל קען איך עס אריבערבראשען פון אן אנדערע דאקומענט וואס האט עס שוין און דאן גייט עס (איך פארשטיי נישט קיין פשט דערין, אבער כך היא המעשה), אבער פארשטייט זיך אז דאס איז קיין מהלך נישט, מפני כמה וכמה טעמים, קען מיר איינער ארויסהעלפן וואס איך קען טוהען?

איך האב עס שוין אן-אינסטאלד, און צוריק אינסטאלד, אבער ווי א קללה זאל זיך ווען ארויפזעצן אויף ווילנא, וויל עס נישט ארבייטען בשופ פנים ואופן, ולמצוה גדולה יחשב.

לחיים ולברכה האט געשריבן:די פראבלעם איז מיט אפיס 03 אויך, אפשר וועט דער פעקט קענען העלפן.

געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2008 4:21 pm
דורך אזוי איז די מעשה
thefact האט געשריבן:ליפא האט מיר געשיקט אין אימעיל א ווילנא פאנט פאר אפיס 03 און 07

מען דארף ארפנעמען די .TXT עקסטענשאן ס'זאל ארבייטן (ס'איז א TRUE TYPE FONT מיט א .TTF עקסטענשאן
איך האף עס וועט העלפען פאר פאפיגיי און לחיים ולברכה און פארן גאנצן ציבור
(זעה די דאונלאוד - מ'דארף זיין אריינגעלאגט צו זעהן די דאונלאוד)

קרעדיט פאר ליפא (אין אן אימעל) האט געשריבן:א ווילנא פאנט פאר אפיס 03 און 07


פאפיגיי האט געשריבן:הילף ביטע!

איך נוץ ווארד 07, אבער זייט איך האב עס אינסטאלד ארבייט מיר מער נשט די ווילנא פאנט, נאר אז איך וויל קען איך עס אריבערבראשען פון אן אנדערע דאקומענט וואס האט עס שוין און דאן גייט עס (איך פארשטיי נישט קיין פשט דערין, אבער כך היא המעשה), אבער פארשטייט זיך אז דאס איז קיין מהלך נישט, מפני כמה וכמה טעמים, קען מיר איינער ארויסהעלפן וואס איך קען טוהען?

איך האב עס שוין אן-אינסטאלד, און צוריק אינסטאלד, אבער ווי א קללה זאל זיך ווען ארויפזעצן אויף ווילנא, וויל עס נישט ארבייטען בשופ פנים ואופן, ולמצוה גדולה יחשב.

לחיים ולברכה האט געשריבן:די פראבלעם איז מיט אפיס 03 אויך, אפשר וועט דער פעקט קענען העלפן.
הילף ביטע! איך האב אויך דעם פראבלעם
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי מען נעמט אראפ די TXT עקסטענשאן?

געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2008 5:33 pm
דורך thefact
גיי אריין אין עני פאלדער צו:

1. טולס |
2. פאלדער אפשענס |
3. קליק אויף די View טעב |
4. נעם אראפ די טשעק פון "הייד עקסענשאן'ס פאר נאוען פייל טייפ'ס" (זעה בילד)|


5. יעצט קוק אויף די פייל וועסטו זעהן אז ס'איז נתגלה געווארן דער עקסטענשאן |
6. רייט קליק אויפן פייל |
7. קליק אויפן אפשען רינעים |
8. יעצט טויש אויף TXT מיט TTF

9. פארגעס נישט צוריקצולייגן די טשעק דארט ביי "הייד עקסענשאן'ס פאר נאוען פייל טייפ'ס" |

בילד

געשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2008 5:22 pm
דורך אזוי איז די מעשה
יישר כח [b]the fact [/b]פאר אייער הילף איך האב אינסטאלט די פאנט און עס ארבעט ב"ה זייער גוט
אבער.....
מיין פראבלעם איז אז איך האב ביז לעצטנס נאך געהאט word '00 אבער איך האב ריאינסטאלט מיין גולם.. און איך האב געמוזט אריין לייגן office '03 און אלע אלטע פיילס וואס האבן די ווילנא פאנט, עפענען זיך אויף מיט Times New Roman אויב איינער קען מיר העלפן מיט דעם וואלט איך געוועזן זייער דאנקבאר...
יישר כח למפרע :?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2008 11:10 pm
דורך ליפא
עס דארף צו זיין א פשוט'ער וועג דורך Find & Replace

אויב קענסטו זיך גוט אויס דאן מאך עס דורך דארט

Ctrl+F | לאז עס ליידיג און גיי אונטען ביי More | דערנאך Format | און גיי צו Font, און דארט קענסטו אנשטעלן די פאנט (און סייז) וואס ער זאל זוכן און ביי ריפלעיס לייג אריין די נייע פאנט

אדער פרעג איינעם וואס קין זיך אויס, זיי נישט אנגעזעצט

געשריבן: פרייטאג יולי 11, 2008 12:34 am
דורך ווער בין איך?
יישר כח ליפא, דאס האב איך קיינמאל נישט געוואוסט...

געשריבן: זונטאג יולי 13, 2008 2:02 pm
דורך קאמפיוטערנייעס
איך האב אויך געהאט די פראבלעפ און איך האב טאקע downloaded און געטוישט צו ttf אבער טאמער וויל איך מאכן Bold קומט עס אויס דיקער ווי ביי די אלטע ווילנע פאנט פארוואס? איז עס מעגליך צו מאכן די זעלבע ווי די אלטע?

צו "אזוי איז די מעשה " טאמער דיינע אלטע פיילס מאכט זיך אויף אויף Times New Roman דארפסט צוריק אינסטאלן די אלטע ווילנע וועט די אלטע פיילס זיך עפענען מיט די אלטע ווילנע פאנט די נייע הייסט univilnae איך האב די אלטע אויך.

געשריבן: זונטאג יולי 13, 2008 7:32 pm
דורך פויער
אפשר לייגט איר ארויף דא די אלטע לזכות הרבים?

געשריבן: זונטאג יולי 13, 2008 9:16 pm
דורך קאמפיוטערנייעס
פויער ווי אזוי לייגט מען עס ארויף?

געשריבן: זונטאג יולי 13, 2008 11:38 pm
דורך בן יועזר
קאמפיוטערנייעס האט געשריבן:איך האב אויך געהאט די פראבלעפ און איך האב טאקע downloaded און געטוישט צו ttf אבער טאמער וויל איך מאכן Bold קומט עס אויס דיקער ווי ביי די אלטע ווילנע פאנט פארוואס? איז עס מעגליך צו מאכן די זעלבע ווי די אלטע?

דער סיבה איז ווייל די האסט נאר אינסטאלט א רעגיועל ווילנא נישט קיין באלד ווילנא, ממילא טוט די קאמפיוטער אליין עס מאכן באלד, וממילא פארשטייט זיך אז סאיז נישט אזוי שיין די ארגינעלע וילנא

געשריבן: מאנטאג יולי 14, 2008 12:12 am
דורך ליפא
יוסי מיינט צו זאגן אז [יעדע] (רוב) פאנט[ס] וואס ארבעט ,באלד, אויך איז ווייל עס איז באמת 2 באזונדערע פאנטס אין קאנטראל פענעל, דוק ותשכח, ממילא קען זיין אז דו האסט די גוטע פאנט נאר ער קומט צוטיילט אין 2 פאנטס, די געהעריגע און די באלד דערפון

געשריבן: מאנטאג יולי 14, 2008 12:16 am
דורך ליפא
קאמפיוטערנייער, שלום עליכם, דער עולם דא איז זיך נוהג אז מ'לייגט צו די אותיות פינטל TXT צום סוף, און עס טוישט זיך אויף א טעסקט פייל, ווינדאויס וועט די וארענען אז דו מאכסט קאליע די פייל, פייף איהם אן
יעצט אז ער איז שוין א טעקסט פייל קענסטו איהפ ארויפלייגן אין קרעטשמע

לייג צו די אותיות txt. צו די פייל, למשל: Vilna.ttf.txt, דערנאך ווען מען נעמט עס אראפ פון דא מעקט מען אויס די לעצטע 'פינטל טי-עקס-טי' און ער ווערט צוריק א פאנט

געשריבן: מאנטאג יולי 14, 2008 7:33 am
דורך קאמפיוטערנייעס
יוסי ווי קען איך האבן די bold פאר די נייע ווילנע וואס thefact האט ארויף געלייגט ?

ליפא איך האב עס שוין געטוישט צו א TXT יעצט ווי אזוי לייג איך עס ארויף?

געשריבן: מאנטאג יולי 14, 2008 7:42 am
דורך קאמפיוטערנייעס
אה איך האב עס שוין געכאפט איך לייג עס יעצא ארויף אבער פון די אלטע האב איך דריי איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע צוויי(איינס פאר BOLD די אנדערע פאר געהעריג) עס מאכט ביי מיר אז די אלטע פיילס מיט ווילנע זאל זיך עפענען גוט. סא איך וועל ארויףלייגן אלע דריי פרוביר עס אויס אויב מאכט זיך יעצט אויף דיינע אלטע פיילס גוט לאז מעלדן פאר'ן עולם ייש"כ.

געשריבן: מאנטאג יולי 14, 2008 7:55 pm
דורך פויער
שכוח קאמפיוטערנייעס

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2011 4:44 pm
דורך מיניסטער לעהמאן
פון די צענדליגע ווילנא פאנטס וואס איז פאראן, איז דא איינס וואס די ל' קומט אפיציעל אראפגעזעצט? אפילו אין טרו טייפ?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 11:16 am
דורך ידיד כל חי
גיטע אינפארמאציע באט איך געב מיר נאך אלץ נישט קיין עצה מיט ווילנא איך האב שוין איבערגעמאכט די פאנט אפאר מאל עס האלט אין איין צוריק קומען א אנדערע פאנט,אפשר 2010 איז בעסער? העלפט'ס!

Re: ווארד: ווילנא פאנט

געשריבן: זונטאג אפריל 03, 2022 7:35 pm
דורך א גוטן יונה
איך שטויס מיך יעצט אן מיט די פראבלעם, איך האב געדאונלאוד ווילנא אויף מיין קאמפיוטער, און ער כאפט נישט, נאר FBVILNA BOLD וכדומה, אבער פלעין ווילנא כאפט ער נישט אויף, קען מיר איינער העלפן צו לעיזען מיין פראבלעם?

Re: ווארד: ווילנא פאנט

געשריבן: מאנטאג אפריל 04, 2022 12:54 am
דורך גרויסע רעדנער
א גוטן יונה האט געשריבן:איך שטויס מיך יעצט אן מיט די פראבלעם, איך האב געדאונלאוד ווילנא אויף מיין קאמפיוטער, און ער כאפט נישט, נאר FBVILNA BOLD וכדומה, אבער פלעין ווילנא כאפט ער נישט אויף, קען מיר איינער העלפן צו לעיזען מיין פראבלעם?


די באלד ווערסיע קומט אין א באזונדערע פייל. וויפיל פיילס האסטו אינסטאלירט? אויב נאר איינס, דאן האסטו נאר אינסטאלירט די באלד ווערסיע פונעם פאנט.

אויב איז דיין פראבלעם עפעס אנדערש, ביטע קום אריין אביסל קלארער.

Re:

געשריבן: מאנטאג אפריל 04, 2022 11:47 am
דורך א גוטן יונה
איר האט געקויפט אדער געדאונלאוד א פאנט?
באקומען..

Re: ווארד: ווילנא פאנט

געשריבן: מאנטאג אפריל 04, 2022 11:52 am
דורך א גוטן יונה
גרויסע רעדנער האט געשריבן:
א גוטן יונה האט געשריבן:איך שטויס מיך יעצט אן מיט די פראבלעם, איך האב געדאונלאוד ווילנא אויף מיין קאמפיוטער, און ער כאפט נישט, נאר FBVILNA BOLD וכדומה, אבער פלעין ווילנא כאפט ער נישט אויף, קען מיר איינער העלפן צו לעיזען מיין פראבלעם?


די באלד ווערסיע קומט אין א באזונדערע פייל. וויפיל פיילס האסטו אינסטאלירט? אויב נאר איינס, דאן האסטו נאר אינסטאלירט די באלד ווערסיע פונעם פאנט.

אויב איז דיין פראבלעם עפעס אנדערש, ביטע קום אריין אביסל קלארער.

איך האב איסטאלט די אלע ווילנא'ס...
Screenshot 2022-04-04 114846.jpg
Screenshot 2022-04-04 114846.jpg (15.31 KiB) געזען 1612 מאל

אבער למעשה ווען איך איך סעלעקט אז די פאנט זאל זיין vilna ווערט עס Arial פאנט, פארוואס, איך ווייס נישט, דאס איז די מציאות