ווארד: DATE FIELD

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

ווארד: DATE FIELD

תגובהדורך שמעק_טאביק » דינסטאג נובעמבער 13, 2007 9:30 am

א גוטן חברי הקרעטשמע הע"י,

געווענליך בין איך א שטיקל בקי אין די פראגראמען, בפרט אין ווארד, אבער ס'האט זיך מיר געמאכט א שטיקל פראבלעם וואס איך קען נישט אליין לייזן. ביטע ווער עס קען מיר ענטפערן דערויף, תבא עליו ברכה (איך וואונטש פאר יעדן ממילא א ברכה, אפילו מ'האט נישט קיין תשובה):

איך האב געמאכט א "פילד" (FIELD) פון א DATE, ד.ה. אז אויטאמאטיש קומט ארויף דער דאטום פונעם פאלגענדען טאג. אבער איך וואלט נישט געוואלט אז ער זאל זיך אפדעיטן אויטאמאטיש. דהיינו, ווען איך קום אריין מארגן צום נעכטיגן דאקומענט, זעה איך דעם "היינטיגן" דאטום - נישט דעם נעכטיגן. און איך פארליר חשבון ווען איך האב באמת געשריבן דעם דאקומענט.

UPDATE FIELDS איז אויסגעלאשן ביי מיינע PRINT אפציעס, איז נישט דאס איז דער גורם. איך האב אנגעפרעגט "מייקראסאפט הילף", אבער זיי ענטפערן אלעס נאר נישט וואס איך דארף.

ייש"כ למפרע!

שלמה שמש
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 7:19 pm

תגובהדורך שלמה שמש » דינסטאג נובעמבער 13, 2007 10:34 am

וועלעכע יאר איז דיין אפיס?
איך האב צוויי טויזענט זיבן למספרם אין דארט איז דא דע אפשען ווען מען לייגט אריין די דאטום צו מען וויל עס זאל זיך אפטעדטן צו נישט אויב האסטו דאס געטשעקט מען אויס די דעט אין לייג עס צוריק אריין אבער מאך זיכער אז די באקסעלע ווי סשטייט אפדעט אטאמאטקלי איז נישט געטשעקט.
קען זיין אז די אלטע אפיס איז די זעלבע איך האב עס נאר נישט דאס נאך צו טשעקן.
הצלחה רבה
לאז אונז וויסן צו עס האט געארבעט

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג נובעמבער 13, 2007 12:06 pm

אז דו דארפסט נאך אלס הילף זאג watercomputers@gmail.com
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דינסטאג נובעמבער 13, 2007 3:14 pm

יישר כח פאר אלע,

איך האב איצט געטראפן אז מען דארף דאס טאקע באצייכענען בשעת מען איז אין דעם "INSERT FIELD" קעסטל. ה' ישלם שכרכם אלף פעמים!


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט