באקענט אייך מיט ווארד (2007)

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

באקענט אייך מיט ווארד (2007)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א גוטן,

מיר ווילן דא אנהייבן מיט א סעריע פון שיעורים דורך גיין צוביסלעך יעדע זאך אין ווארד וואס דאס איז, און ווי מען ניצט דאס.

זאכן וואס איז פשוטו כמשמעו לדוגמא קאפי פעיסט, אויב איז דא דערפאר א שארט-קוט קי וועלן מיר דאס שרייבן. (אגב איר קענט אנשטעלן אז ווען איר גייט איבער אן אייקן זאל עס אייך זאגן אויב עס האט א שארט-קאט קי).

מיר בעטן די עולם צו האבן געדולט, איך וועל פראבירן צו שרייבן ווי אפטער, אבער קען זיין אויב איך וועל נישט האבן קיין צייט/געדולט וועל איך מפסיק זיין ביז איך וועל ווייטער גיין. נאך בעטן מיר היות איך גלייב אז עס איז דא אסאך זאכן וואס דער עולם וואלט געוואלט וויסן שוין יעצט, אבער אונז וויל מיר גיין על הסדר, בעטן מיר נישט איבערצוהאקן מיט שאלות, אויב האט איר א פראבלעם, זוכט אויף אויב איז שוין דערמאנט געווארן אייער פראבלעם אין איינע פון די אשכולות, אויב נישט ביטע מאכט א נייע אשכול. אויב מיט די צייט וועט אייער שאלה ווערן אויסגעשמועסט, דאן ביטע צוצייכענען אין אייער אשכול די תשובה, אדער קענען די מנהלים עס צוזאמענשמעלצן לעבן אונזער תגובה.

מיט דאנק.

נ.ב. איך בין נישט דער גרויסער עקספערט אין ווארד, ממילא אויב גיי איך סטאק ווערן ביי איינע פון די אפשענס ביטע מיר ארויסהעלפן, ווי אויך אויב זעט איר איך האב א טעות, ביטע מיר פאררעכטן.

נ.ב. היות מיטן גרויסן קראך איז מיט געגאנגען די אשכול אויך, לייג איך עס איבער, ווי אויך האב איך צוגעלייגט די תיקונים וואס די חברים דא האבן מעורר געווען.

וזה החלי,
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Home - Clipboard

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ווען איר מאכט אויף ווארד, וועט זיך געוועינליך עפענען א נייע פייל, און איר וועט זען פון אויבן (אונטער די ריבן, אונז וועל מיר צוריק קומען שפעטער צום ריבן) און א רייע Home - Insert - Page layout וכו' לאמיר אנהייבן מיט Home.

אויב איר באמערקט איז איינגעטיילט די אפשענס אין אזעלכע קליינע אפטיילונגען, לאמיר אנהייבן מיט די ערשטע אפטיילונג וואס רופט זיך Clipboard עס איז דא אין דעם 4 חלקים:

Ctrl V - Paste

ווי איר זעט איז דא אן ערא פאר 3 אפשענס:
1) Paste - פשוט
2) Paste special וועט זיך עפענען א באקסל די לינקע זייט איז דא צוויי אפשענס Paste און Paste link ביי Paste קען זיין די אפשענס:
    1. די ערשטע איז Microsoft Office Word Document Object - לייגט אריין דאס וואס ליגט אין די קליפ-בורד ווי א ווארד ארט.
    2. Formatted Text RTF - לייגט אריין די טעקסט מיט די זעלבע פארמאט ווי עס איז געקאפיט געווארן.
    3. Unformatted Text - לייגט אריין די טעקסט אן קיין שום פארמעט (ער טוישט נישט די אלפביט פארמעט).
    4. Picture Windows Metafile - לייגט אריין דאס וואס ליגט אין די קליפ-בורד ווי א בילד.
    5. Picture Enhanced Metafile - דאס איז געמאכט פאר א בילד וואס מען קען (ungroup) אנ-גרופ'ן.
    6. HTML Format - די פארמעט איז די דיפאלט פון ווארט צו פעיסטן, (עס ווערט אנגעריפן ע"ש HTML פארמעט, וואס דארט קען זיך מאכן אז אותיות זאלן זיין ווייס און די בעקראוינד שווארץ, אבער עס איז פונקט אזוי ווען מען קאפיט פון ווארד אליין...).
    7. Unformatted Unicode Text - לייגט אריין די טעקסט אן קיין שום פארמעט, נאר מיט די Unicode פארמעט.
    ביי Paste link וועט זיך טוישן איין אפשען אנשטאט Picture Enhanced Metafile וועט זיין Word Hyperlink - דאס לייגט אריין די טעקסט און די זעלבע פארמעט אלץ א לינק.
    די רעכטע זייט אינם באקסל קענט איר מאכן א טשעק Display as icon דאס וועט אריין לייגן א בילד פון א ווארד פייל ווען איר דאבל-קליקט אויף די אייקן וועט עס גיין צו דאס וואס איר האט גע'קאפי'ט.
3) די נעקסטע איז Paste as Hyperlink - דאס קען צוניץ קומען אויב איר ווילט צו צייכנען צו א ווארט פון א פאראגראף וואס האט נישט קיין נאמבער'אינג קענט איר קאפיען יענעם ווארט אין עס פעיסטן ווי איר ווילט און עס וועט ווערן געלינקט צו די ווארט (די אויפטו קען געטון ווערן דורך א בוקמארק אויך, וועגן דעם שפעטער).

Ctrl X - Cut
Ctrl C - Copy

Ctrl Shift C - or Ctrl Shift V - Format Painter
דאס איז געמאכט אויב האט איר א פאראגראף אדער אפאר ווערטער אויף א געוויסע פאנט/סייז/סטייל און איר ווילט אז אנדערע פאראגראפן זאלן אויך זיין דעם פארמאט, דאן סעלעקט די פאראגראף/ווערטער פון די ספעציפישן אויסקוק און דריקט Ctrl Shift C דאן סעלעקט די פאראגראף וואס איר ווילט טוישן און דריקט Ctrl Shift V.

ביים רעכטן קארנער פונם אפטיילונג איז דא אן ערא ווען איר קליקט אויף דעם וועט ארויף קומען אין די לינקע זייט א באקס'ל, יעדע מאל איר קאפי'ט עפעס וועט איר עס דארט זען, די קליפ-בורד קען האלטן אזויפיל ווי 24 אייטעם'ס וואס איר האט גע'קאפי'ט.
איר האט דארט צוויי אפשענס פעיסט אלל, דאס לייגט אריין אלעס וואס איר האט גע'קאפי'ט, אדער קלער אלל, וואס מעקט אלעס אויס.
אינטן שטייט אפשענס, דארט האט איר 5 אפשענס.
    Show Office Clipboard Automatically - ווייזט אטאמאטיש ווען איר קאפיט.
    Show Office Clipboard When CTRL+C Pressed Twice - ווען איר דריקט צוויי מאל CTRL+C וועט ארויף קומען די באקסל.
    Collect Without Showing Office Clipboard - נעמט אן ביזט 24 קאפי'ס אן ווייזן.
    Show Office Clipboard Icon on Taskbar - ווייזט די קליפ-בורד אייקן אין די טעסקבאר (לעבן די זייגער).
    Show Status Near Taskbar When Copying - ווייזט א מעסידזש אין די טעסקבאר ווען איר קאפי'ט עפעס.

המשך יבוא אי"ה
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Home - Font

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

עמער גיין ווייטער,

די נעקסטע אפטיילונג הייסט Font און די אפטיילונג איז דא 14 סעטינג'ס:

1) פאנט נאמען - Ctrl D
2) פאנט סייז - Ctrl Shift P
3) פארגרעסערן די פאנט - Ctrl ]
4) פארקלענערן די פאנט - Ctrl [
5) מעקט אויס די פארמעט פון די סעלעקטעט טעקסט וואס מען האט געטוישן פון די דיפאלט.
6) Bold - Ctrl B
7) איטעליק/שיף - Ctrl I איז די שורט-קוט
8) Underline - Ctrl U, דא איז דא אן אויסוואל פון וועלכע מין ליין איר ווילט (די שארט-קוט מאכט נאר א גראדן ליין), און איר קענט אויך אנשטעלן די קאליר פון די ליין.
9) Strikethrough מאכט א ליין אין מיטן פון די סעלעקטעט טעקסט.
10) Subscript דאס מאכט די טעקסט קליין און לייגט אים אונטער די בעיס-ליין פון די ווארט - Ctrl = איז די שורט-קוט
11) Superscript דאס לייגט די טעקסט העכער די טעקסט (ווי א פוטנוט) - Ctrl Shift + איז די שורט-קוט
12) Change case דאס האט 5 אפשענס.

    1. Sentence case דאס מאכט אז נאר די ערשטע ווארט פונם פאראגראף ווערט קעפיטל.
    2. lowercase דאס מאכט אז אלעס זאל זיין לויער-קעיס.
    3. UPPERCASE דאס מאכט אז די גאנצע ווארט ווערט קעפיטל.
    4. Capitalize Each Word דאס מאכט אז יעדע ווארט די ערשטע אות זאל זיין קעפיטל.
    5. tOGGLE cASE דאס דרייט ארום אלעס וואס איז קעפיטל ווערט לויער-קעיס און אלעס וואס איז לויער-קעיס ווערט קעפיטל.

13) נעקסט איז Text Highlight Color מען קען דא אנשטעלן וועלכע קאליר עס זאל זיין היי-לייט די ווארט (די פאנט בלייבט די זעלבע קאליר ווי געווען) Alt Ctrl H איז די שארט-קוט קי.
14) פאנט קאליר.

ביים רעכטן קארנער פונם אפטיילונג איז דא אן ערא ווען איר קליקט אויף דעם וועט ארויף קומען א באקס'ל, דארט וועט איר זען אויבן איז דא צוויי טעב'ס איינס Font די צווייטע Character Spacing גיימער קודם צו font.

דארט האט איר א חלק פון די אויבנדערמאנטע אפשענס, בנוסף וואס עס קומט צו נאך די אפשענס:

15) Latin text - די חלק איז אנצושטעלן די ענגלישע פאנט/סייז/פארמעט.
16) Double strikethrough - דאס מאכט צוויי ליינ'ס אינמיטן פונם ווארט.
17) Shadow - דאס מאכט א שאטן פאר די טעקסט.
18) Outline - דאס מאכט די טעקסט מיט אן דרויסענדיגע ליין.
19) Emboss - דאס מאכט די טעקסט אויסזען ווי עס שטעקט זיך אריין.
20) Engrave - דאס מאכט די טעקסט אויסזען ווי עס שטעקט ארויס.
21) Small caps - דאס מאכט די לויער-קעיס פאר קעפיטל אבער אין קליין.
22) Hidden - דאס באהאלט די טעקסט וואס איז סעלעקטעט, Ctrl Shift H איז די שארט-קוט קי.

די צווייטע טעב איז Character Spacing עס האט אין זיך 4 אפשענס:

1) Scale - דאס איז די סקעילינג פון די אות.
2) Spacing - דאס איז די ספעיסינג צווישן די אותיות.
3) Position - דאס הייבט אויף די טעקסט אדער לייגט אים נידריגער ווי די אנדערע טעקסט (די זעלבע ווי סובסקריפט און סופערסקריפט, נאר מיט פוינט'ס).
4) Kerning for fonts דאס נעמט צאם די אותיות איינס צום צווייטן אז עס זאל אריין גיין מער אין א שורה (דאס ארבעט נאר אויף ענגליש).

אינטען אין די באקס'ל די לינקע זייט, איז דא א באטן דיפאלט, דאס מאכט אז די סעטינגס וואס מען שטעלט אן זאל ווערן די דיפאלט און אלעס וואס מען גייט מאכן פון דא אין ווייטער גייט זיין לויט די סעטינג. (אויב וויל מען אז אלע פייל'ס זאלן לויפן אויף א געוויסע סעטינג דארף מען דאס דריקן ווען מען איז אין די טעמפלעט, וועגן דעם האפענטליך שפעטער).

המשך יבוא אי"ה
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Home - Paragraph

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די נעקסטע אפטיילונג איז Paragraph און די אפטיילונג איז דא 16 סעטינג'ס, לאמיר עס צוטיילן אין 8 קעטעגאריס:

1) אין די אפטיילונג איז דא דריי חלקים, Bullets / numbering / Multilevel List, די חילוק צווישן בולעט'ס אין נומבערינג איז אז בולעט'ס מאכט א סימבל משא"כ נאמבערינג, Multilevel List מיינט אז דיין ליסט קען האבן אפאר לעוול'ס לדוגמא די ערשטע חלק פונם ליסט איז א-ב און די נעקסטע לעוול וועט זיין נומערן, אדער די זעלבע ביי בולעט'ס די ערשטע וועט זיין א * און די נעקסטע לעוול וועט זיין א • וכדומה.

ווען איר דריקט די ערא אויף אלע דריי וועט איר זען א ליסטע פון וואס איר קענט אויסוועלן, נאך די ליסטע וועט איר זען ביי אלע דריי די אפשען Change List Level, דאס איז צו טוישן צום נעקסטן לעוול, אדער דריקט Tab צו טוישן לעוול, אדער Shift Tab צו ארויף גיין א לעוול.

עס איז דא נאך אפשענס ווען מען דריקט די ערא מיר וועלן גיין אין א סדר:
• ביי Bullets וועט איר זען Define New Bullet, דאס איז צו מאכן א נייע מין סימן פאר א ליסט, עס וועט ארויף קומען א באקסל מיט דריי זאכן וואס איר קענט מאכן, Symbol, Picture, Font, און מען קען אויך טוישן וויזוי עס זאל זיין די ליסט, רעכט'ס, לינק'ס, סענטער.

• ביי Numbering וועט זיין נאך צוויי אפשענס 1) Define New Number Format, דארט קען מען טוישן אזוי:

    1) נומער סטייל צו א-ב אדער אנדערע סטייל נומערן, 2) פאנט, 3) נומער פארמעט (א פינטל אדער א רינגל אדער וואס איר ווילט), 4) רעכט'ס, לינק'ס, סענטער.

    די צווייטע אפשען איז Set Numbering Value, דא קענט איר טון צוויי זאכן, 1) Start new list געווענטליך ווען מען האט א נאמבערינג ליסט און מען מאכט ענטער ווערט די קומענדיגע פאראגראף די קומענדיגע נומער, דא איז דא א אפשען אנצוהייבן א נייע ליסט דאס הייסט נאכאמאל פון איינס, 2) Continue from previous list אויב האט איר געמאכט די פריערדיגן אפשען, און איר ווילט יעצט צוריק גיין צום אלטן ליסט קען מען עס דא אנשטעלן, Advance value (skip numbers) דאס איז אויב מען וויל אויסלאזן איין נומער.

• ביי Multilevel List וועט אויך זיין נאך צוויי זאכן, 1) Define New Multilevel List, דא קען מען אנשטעלן ווי אזוי מען וויל די לעוול'ס זאלן זיין, עמער אנהייבן פון די לינקע זייט פון אויבן אראפ.

    1) וועלכע לעוול, מען קען אנשטעלן ביז 9 לעוול'ס, 2) Enter formatting for number, דאס איז א רינגל אדער א פינטל וכדו', און וועלכע פאנט און סייז, 3) וועלכע סטייל נומער א-ב נומערן וכדו', 4) ער זאל צו לייגן צו די סטייל נומער וואס עס איז ביי די לעוול אויך די נומער פון א אנדערע לעוול, 5) ווי די נומער זאל זיין, רעכט, לינק'ס, סענטער, און וויפיל פוינט'ס, 6) ווי ווייט זאל די טעקסט זיין אוועק געריקט פונם נומער, 7) Set for All Levels, עפנט א באקס מיט די אפשענס, די נומער פונם ערשטן לעוול ווי ער זאל שטיין, די פלאץ פונם טעקסט פון ערשטן לעוול, אלע לעוול'ס ווי סאך זיי זאלן זיין אריין געריקט.

    דריקט אויף More, קומט ארויס די רעכטע זייט נאך סעטינג'ס, 1) צו ווי די טויש זאל זיין, צו די גאנצע ליסט, אדער נאר פון דא אין ווייטער, אדער נאר די פאראגראף, 2) וועלכע סטייל זאל ניצן די ליסט, 3) אין די גאלאריע וועלכע לעוול זאל ער ווייזן, 4) די נאמען פון די ליסט, 5) וועלכע נומער זאל ער אנהייבן די ליסט, 6) ביי וועלכע לעוול זאל ער נאכאמאל אנהייבן פון נומער איינס, 7) Legal style numbering, דאס מאכט ליסט פאר 'נומערן' דוקא, 8) צווישן די נומער און די טעקסט וואס זאל זיין, טעב, ספעיס, גארנישט, 9) ווי ווייט איז די מערסטע וואס די טעב זאל גיין.

    א וויכטיגע זאך צו וויסן אויב שפילט מען ארום מיט די אפשענס, דארף מען זיכער מאכן אז מען שטייט ביים ערשטן פאראגראף, דאס מיינט לעוול 1, אויב נישט קען זיין אז די לעוול'ס וועלן פארגעסן אז זיי האבן א שייכות צום פריערדיגן לעוול......

    נאך א וויכטיגע זאך בכלל צו וויסן ביי נומבערינג, עס לוינט נישט צו ניצן די פארמעט פעינטער, עס קען מאכן א חורבן.

    די נעקסטע אפשען ביי Multilevel List איז Define New List Style, מיר וועלן צוריק קומען צו דעם נאך וואס מיר שרייבן וועגן סטייל'ס, אויב איך פארגעס ביטע מיר דערמאנען, א דאנק....

2) נעקסט קומט Indent - דאס מיינט עס דערווייטערט די פאראגראף פון די מארדזשען.

מען קען מאכן Decrease דאס פארמינערט די Indent ממילא איז עס נענטער צום מארדזשען, Increase דאס פארמערט די Indent ממילא ריקט ער מער אוועק די פאראגראף פון די מארדזשען צום מיטן פונם דף.

3) left to right / right to left דריקט די לינקע זייט פון די קי-בורד Ctrl Shift, דאס מאכטleft to right, צו מאכן right to left דריקט Ctrl Shift די רעכטע זייט פון די קי-בורד.

4) Sort - דאס איז פשוט צו אויסשטעלן אין סדר פון די אלפביט, אדער נומערן, ווען מען דריקט דאס וועט ארויף קומען ביי "סארט ביי" די זאכן וואס זענען אין דעם דאקיומענט, למשל: נומערן, פאראגראף, פיעלד (א 'פעלד' פאר זיך), קאלום, וכדו'. און די לינקע זייט קען מען אנשטעלן ער זאל סארטן אין סדר פון א-ת אדער פון ת-א.

    Then by - איז נוגע געוועינטליך ווען מען האט א טעיבל, קען מען מאכן אז קודם זאל ער סארטן לויט קאלום 1, נאכדעם לויט קאלום 5, וכדו'.

    My list has - איז אויך נוגע געוועינטליך ביי א טעיבל, אויב די ערשטע שורה שטייט וואס יעדע קאלום איז, און מען וויל דאס זאל בלייבן אויבן, סעלעקט מען header row.

    Options - דא איז דא אזוי Separate fields, דאס איז לדוגמא אויב אין איין קאלום האט מען א ערשטע נאמען מיט א לעצטע נאמען און עס איז אפגעטיילט מיט איינע פון די זאכן וואס מען קען דא סעלעקטן, וועט ער עס סארטן לויט דעם, (נאכמער עס וועט צו קומען צום פריערדיגן ווינדוי די אפשען פון די צוויי נעמען).

    נאכדעם איז Sort options, איז דא 5 אפציעס 1) צו סארטן נאר די קאלום וואס איז סעלעקטעט נישט די גאנצע טעיבל, 2) ער זאל סארטן לויט קעפטיל און לויער קעיס, 3) די שפראכן וואס לויפן פון רעכטס צו לינק'ס זאל זיין די ערשטע און אונטער דעם די אנדערע, 4) Ignore he, ווען דאס איז סעלעקטעט וועט ער די ווערטער וואס הייבן זיך מיט א ה' וואס איז נישט פון די עצם ווארט וועט ער כאילו אויסלאזן די ה' און עס אויסשטעלן לויט די נעקסטע אות (דאס ארבעט נאר אין היברו), 5) Ignore diacritics, דאס איגנארירט די פארמעט áçèîñõü וכדו'.

    נאכדעם איז Sorting language, לויט וועלכע שפראך מען וויל עס סארטן, דהיינו אויב האט מען נאר אידיש און מען מאכט אויף ענגליש לאזט ער די אידיש ווי אזוי עס איז.

5) נאכדעם קומט Paragraph marks - דריקט Ctrl Shift * דאס איז די שארט-קוט צו דעם.

6) Align text דריקט Ctrl L לינק'ס Ctrl E סענטער Ctrl R רעכט'ס Ctrl J דזשאסטיפיי.

7) נאכדעם קומט Line spacing - דאס איז די ספעיסינג צווישן איין שורה און צווייטן (נישט צווישן צוויי פאראגראפן) לאמיר קודם גיין צו די אפשען line Spacing Options נאכדעם וועלן מיר צוריק קומען זען וואס די נומערן דא זענען, די קרוזער וועט טאנצן ביי די נומערן פונם ליין ספעיסינג, די לינקע זייט פון די נומערן איז דא 6 אפשענס:

    1) איז Single דאס מיינט אז ער נעמט די גרעסטע סייז אות פון די שורה און לויט דעם ריקט ער אפ די קומענדיגע שורה מיט א נאך א ביסל ספעיס געוואנדן אין די פאנט וואס מען ניצט.

    2) איז 1.15 lines דאס איז איין און א האלב מאל די סייז פון וואס מיר האבן געשריבן אין נומער 1.

    3) איז double דאס איז געדאפעלט פון וואס מיר האבן געשריבן אין נומער 1.

    4) At least דא שטעלט מען אן די מינומעם וואס מען דארף פאר די גרעסטע סייז אות אין די שורה.

    5) איז Exactly דא שטעלט מען אן די פינקטליכע ליין ספעיסינג וואס מען דארף.

    6) איז Multiple דאס איז די זעלבע ווי די ערשטע נומער, נאר ווען מען לייגט צו נומערן ווערט עס געדאפלט מיט א פראצענט, לדוגמא אויב שרייבט מען 1.15 איז עס ווי סינגל ספעיסינג מיט נאך 15 פראצענט פון סינגל ספעיסינג, אויב וועט שטיין נומער 3 מיינט דאס 300 פראצענט פון סינגל ספעיסינג.

    וויבאלד 1.15 lines, double, און Multiple לויפן לויט Single, וועט איר זען אויב וועט איר אנשטעלן צו סינגל און ביי די נומערן וועט איר ווילן טוישן וועט זיך עס גלייך טוישן צו מאלטיפעל, ווייל יעדע נומער איז מיט אזויפיל פראצענט מער ווי סינגל, און אויב גייט איר אנשטעלן צו מאלטיפעל, און טוישן די נומער אויף 1.5 וועט איר זען אז עס וועט זיך טוישן צו 1.15 lines, און די זעלבע ווען איר מאכט מאלטיפל און שרייבט 2, וועט זיך עס טוישן צו דאבל.

    יעצט צוריק צו וואס מיר האבן פריערט אויסגעלאזט די נומערן דא העכער line Spacing Options וועט איר זען שטייט 1.0 דאס איז סינגל, נאכדעם איז 1.15 דאס איז מאלטיפעל מיט 15 פראצענט גרעסער ווי סינגל, נאכדעם 1.5 דאס איז 1.15 lines, נאכדעם שטייט 2 דאס איז דאבל, נאכדעם איז 2.5 און 3 וואס די ביידע איז מאלטיפעל. (איך האף מען פארשטייט, אז נישט ביטע זיך אנרופן...).

    נאך line Spacing Options איז דא נאך צוויי אפשענס 1) Add\Remove Space Before Paragraph דאס לייגט צו 12 פוינט'ס פאר די פאראגראף (פרעג מיר נישט פארוואס 12 כך גזרה מייקראסאפט), 2) Add\Remove Space After Paragraph דאס לייגט צו 6 פוינט'ס נאכן פאראגראף. (צו טוישן די פוינטס זעט סוף די שיעור).

8) דא איז דא צוויי חלקים 1) Shadow - די קאליר פון די שאטן פון די פאראגראף, 2) Border - די בארדער'ס פון די פאראגראף. נאך די ליסטע פון אלע בארדער'ס (וואס רוב דערפון איז נוגע נאר ביי א טעיבל) איז דא נאך א זאך Horizontal Line, דאס ליגט אריין א ליין אין דער ברייט פונם עמוד דארט ווי איר שטייט, ווען איר דאבל-קליקט אויף די ליין (אדער די זעלבע ווען איר מאכט א רייט-קליק מיט די מויז אויפן ליין, די לעצטע אפשען) וועט ארויף קומען א באקס'ל אנצושטעלן די ברייט לויט פראצענט/אינטשעס, הייך, קאליר, רעכט'ס סענטער לינק'ס.

נאכדעם איז דא נאך דריי אפשענ'ס באמת קומט עס נישט דא אהער (איך גיי זיך נישט צעקריגן מיט ווארד אויף דעם...) און עס גייט ווערן מער אויסגעשמועסט שפעטער אי"ה 1) Draw table, דאס איז צו מאכן א טעיבל 2) View gridlines, דאס איז די דינע ליין וואס מען זעט אויפן סקרין ביי א טעיבל וואס האט נישט קיין בארדער, דאס פרינט זיך נישט 3) Borders and Shading, דאס וועט מען אי"ה אויסשמועסן שפעטער ביי פעיטש בארדער'ס (עס איז אין איין באקסעל נאר א אנדערע טעב און עס קומט נישט אמת'דיג דא אריין...).

ביים רעכטן קארנער פונם Paragraph אפטיילונג איז דא אן ערא ווען איר קליקט אויף דעם וועט ארויף קומען א באקס'ל, דארט וועט איר זען אויבן איז דא צוויי טעב'ס 1) Indents and Spacing, 2)Line and Page Breaks, לאמיר אנהייבן מיטן ערשטן.

    דא איז פאראן 3 קעטעגארי'ס, 1) General 2) Indentation 3) Spacing.

    General - האט דריי אפשענ'ס, 1) Alignment דאס איז אנצושטעלן די פאראגראף ווי אזוי עס זאל זיין, רעכט'ס, סענטער, לינק'ס, דזשאסטיפייד, 2) Outline level דאס איז געמאכט ווען מען האט א תוכן הענינים, און עס ארבעט די זעלבע ווי Multilevel List וואס מיר האבן אויבן געברענגט, עס גייט ביז 9 לעוול'ס, 3) איז צו מאכן וועלכע דירעקשן די טעקסט זאל לויפן פון רעכטס צו לינק'ס אדער פארקערט.

    Indentation - דאס האט צוויי אפשענ'ס 1) Before/After text דאס איז וויסאך פוינט'ס די אינדעט זאל זיין פאר אדער נאך די טעקסט, דא איז אויך דא א אפשען Mirror Indents דאס מאכט די פאראגראפן ווערן ווי א שפיגל איינס קעגן צווייטן אז די סעטינג'ס פון די פאראגראפן פון איין דף ווערט געטוישט לויט די סעטינג'ס פונם צווייטן דף. 2) Special דארט קען מען אנשטעלן אדער none אז אלע שורות זיין די זעלבע, אדער First line אז די ערשטע שורה זאל אריין גיין (ווי אין ענגלישע ביכער) אדער Hanging אז אלע שורות ריקן זיך אריין, און נאר די ערשטע שורה בלייב ארויס.

    Spacing - די חלק פון Line spacing האבן מיר שוין אויבן געשריבן, די צווייטע חלק איז Before / After דאס איז די ספעיסינג צווישן איין פאראגראף און צווייטן, דא איז אויך דא אן אפשען Don't add space between paragraphs of the same style אויב האט דאס א טשעק, דאן וועט זיך נישט טוישן די ספעיסינג פון איין פאראגראף צום צווייטן אפילו מען טוישט די נומערן דא, נאר אויב די צוויי פאראגראפן זענען פון צוויי אנדערע סטייל'ס. (עס איז גוט צו וויסן ווען מען מאכט א נומבערינג וועט געווענטליך פון זיך אליין ווערט די טשעק).

די צווייטע טעב איז Line and Page Breaks דארט איז דא 3 קעטעגארי'ס 1) Pagination 2) Formatting exceptions 3) Textbox options.

    Pagination - דאס האט 4 אפשענס, 1) Widow /Orphan control - דאס איז שוין דערמאנט געווארן אין איינע פון די אשכולות, דאס מאכט אז כאטש צוויי שורות פון א פאראגראף זאלן זיין אנפאנג אדער סוף פון א עמוד, אויב קען נישט זיין צוויי שורות שיקט ער די גאנצע פאראגראף צום נעקסטן עמוד. 2) Keep with next - דאס איז געמאכט אויב מען וויל האלטן צוויי פאראגראפן אויף איין עמוד, און מען וויל נישט אז א נייע עמוד זאל איבער האקן צווישן די צוויי פאראגראפן. 3) Keep lines together - דאס איז געמאכט אויב וויל מען נישט אז איין פאראגראף זאל ווערן צוטיילט אויף צוויי עמודים, נאר זאל בלייבן אויף איין עמוד. 4) Page break before - דאס איז געמאכט אויב מען וויל אז עס זאל זיך אנהייבן א נייע עמוד פאר די פאראגראף וואס איז סעלעקטעט לדוגמא פון די פאראגראף הייבט זיך אן א נייע פרק. (בבחינת א געהעריגע פעיטש ברעיק, נאר דורך פיינד גייט מען עס נישט טרעפן...).

    Formatting exceptions - דאס האט 2 אפשענס 1) Suppress line numbers - ווי מען שטעלט אן line numbers וועלן מיר אי"ה זען שפעטער, דאס איז א סעטינג אז יעדע ליין זאל שטיין די נומער פון די ליין און די זייט פון די פאראגראף, מיטן מאכן א טשעק ביי די אפשען דא ווערט די פאראגראף ווי מען שטייט נישט גערעכנט. 2) Don't hyphenate - ווי מען שטעלט אן hyphenate וועלן מיר אי"ה נאך זען שפעטער, אבער בקיצור וואס דאס איז, אויב א ווארט איז צו לאנג און עס גייט נישט ארויף אויף איין שורה, וועט ער לייגן א ליין כזה - נאך די לעצטע אות וואס גייט נאך ארויף אויף די שורה. יעצט די אפשען דא זאגט אים ער זאל נישט לייגן די ליין.

    Textbox options - דאס איז ווען מען האט א טעקסט באקס און מען האט אנגעשטעלט די טעקסט באקס אויף טייט (וויזוי דאס צו טון זע שפעטער), אבער מען וויל נישט עס זאל זיין טייט לויט די ווייטקייט פונם פרעים פון די טעקסט באקס, נאר לויט די ווייטקייט פון די טעקסט וואס איז אין די באקס, מען קען דאס אנשטעלן אויף None, First and Last Lines, First Line Only, Last Line Only.

אונטן אין די באקס'ל די לינקע זייט, איז דא א באטן Tabs, דארט קען מען אנשטעלן ווי גרויס די טעב זאל זיין, און ווען מען טייפט נאכן טעב וועלכע וועג די טעקסט זאל גיין, רעכט'ס, סענטער, לינק'ס, נאכדעם איז דא Decimal דאס איז געמאכט ווען מען האט לדוגמא א תוכן הענינים אדער א פרייז-ליסט וואס האט כאילו צוויי קאלום'ס, איין זייט שטייט די ענין/אייטעם און די צווייטע זייט שטייט די דף/פרייז נומער, אויב איז די ענין/אייטעם א לאנגע אדער די דף/פרייז נומער איז א לאנגע וועט ער נאכן אנקומען צום עק פונם דאקיומענט פארקלענערן די טעב אז די פרייז זאל אריין פיטן אין די שורה, משא"כ די פריערדיגע אפשענס וועט עס נישט רירן די טעב (ווען מען שרייבט א פרייז מיט א פינטל למשל 12.00 וועט ער גלייך נאכן פינטל פארקלענערן די טעב), נאכדעם איז דא נאך א אפשען וואס הייסט Bar, דאס לייגט א ליין ביי די טעב סטאפ, איך האב נישט קיין מושג וואספארא ניצן מען קען האבן דערפון. (תודה מיוחדת למאשקע שעזר לי בזה).
מען קען דא אויך אנשטעלן עס זאל זיין א ליין/פינטל די גאנצע לענג פון די טעב. ווען מען מאכט Clear וועט ער אויסמעקן דאס וואס עס שטייט אין די לינקע באקסל, Clear All מעקט אלעס אויס. מען קען זען אונטער די רעכטע (דיפאלט) באקסל וואס ער מעקט אויס.

לעבן די טעב'ס באטן איז דא די דיפאלט באטן, וואס ווי שוין דערמאנט דאס מאכט אז די סעטינגס וואס מען שטעלט אן זאל ווערן די דיפאלט און אלעס וואס מען גייט מאכן פון דא אין ווייטער גייט זיין לויט די סעטינג.

המשך יבוא אי"ה
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Styles - Home

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די נעקסטע אפטיילונג איז Styles, סטייל'ס הייסט די אויסשטעל פון די אות/פאראגראף קאליר/סייז וכדו', עס איז דא אריין געבויעט אין די טעמפלעט (מה זה? מיר האפן צוריק צו קומען אי"ה צו דעם) פון ווארד פארטיגע סטייל'ס צו ניצן פאר א קעפל אדער פאר סתם טעקסט וכדו', דאס איז וואס איר וועט זען דא א גאנצע ליסט פון סטייל'ס דאס ווערט אנגעריפן Quick Styles.

במקום הקדמה 3 נקודות: 1) מיר גייען נישט מסביר זיין יעדע סטייל וואס איז אריין געבויעט אין ווארד וואס די אויסשטעל דערפון איז. 2) אין די סטייל'ס אפטיילונג ווערט איבערגע'חזר'ט אסאך מאל די זעלבע אפשענ'ס אונז וועלן אבער נאר מסביר זיין איין מאל יעדע אפשען, חוץ אויב גייט צוקומען עפעס נייע וועלן מיר אי"ה דאס יא מסביר זיין. 3) היות אנצושטעלן די סטייל'ס קומט מען צוריק צו די סעטינג'ס פון פאראגראפן און פאנט'ס, און מיר האבן שוין איינמאל מסביר געווען די אפשענס פון די צוויי זאכן, פיל איך נישט קיין נחיצות איבער צו חזר'ן נאכאמאל די זאכן, אבער אויב פילט איינער אז עס פעלט יא אויס, זאל מען זיך ביטע אנרופן, איך וועל גערן מסביר זיין.

צום ענין, ביים סוף פון די ליסטע פון די סטייל'ס איז דא א ערא, דארט איז דא 3 אפשענ'ס Save Selection as a New Quick Style, Clear Formatting, Apply Styles.

1) די ערשטע איז Save Selection as a New Quick Style - דאס איז אויב איר האט א פאראגראף אויף א געוויסע פארמעט און איר ווילט עס האבן אלץ א סטייל וואס זאל זיין אין די ליסטע פון די גאלאריע, עס וועט ארויף קומען א באקס'ל אריין צו לייגן די נאמען פון די סטייל, דארט קען מען אויך טוישן די סעטינג פון די סטייל, דריקט אויף Modify, וועט זיך עפענען א באקס'ל.

    די ערשטע אפשען איז Name - דאס איז די נאמען פון די סטייל, נאכדעם איז Style type - דא איז דא 5 אפשענס, Paragraph, Character, Linked, Table, List, די אפשענס אין די באקסל טוישן זיך לויט וועלכע פון די 5 עס איז דא אנגעשטעלט, מיר וועלן מסביר זיין יעדע סטייל-טייפ מיט אלע אירע אפשענס על הסדר.

• Paragraph - דאס מיינט די גאנצע פאראגראף וועט ווערן געטוישט צו די סטייל, אפילו מען האט סעלעקטעט נאר איין ווארט פון די פאראגראף. ווען די סטייל-טייפ איז אויף פאראגראף וועט זיין די קומענדיגע אפשענ'ס.

    Style based on, אויב האט מען שוין אן אלטע סטייל, און מען וויל די זעלבע סטייל זאל זיין ממש ווי די אלטע נאר מיט איין צוויי שינוים, סעלעקט מען דא די אלטע סטייל, וואס דאן איז די יעצטיגע סטייל אויפן יסוד פון די אלטע און מען טוישט וואס מען וויל טוישן. אויב וויל מען אנשטעלן אלס פון דאסניי נישט אויף קיין אלטע סטייל סעלעקט מען דא no style.

    די נעקסט אפשען איז Style for following paragraph, דאס איז וועלכע סטייל די קומענדיגע פאראגראף זאל זיין.

    די נעקסטע אפטיילונג פון אפשענס איז Formatting - דא איז דא א ליסטע פון אפשענס: פאנט. סייז פון פאנט. באלד, איטעליק, אנדער-ליין. קאליר פון פאנט. וועלכע שפראך פאנט. לינק'ס, סענטער, רעכט'ס, דזשאסטיפיי. ליין ספעיסינג צווישן די שורות; סינגל, 1.5, דאבל. ליין ספעיס צווישן די פאראגראפן; לייגט צו 6 פוינט'ס פאר די פאראגראף און 12 פוינט'ס נאך די פאראגראף, נעמט אוועק 6 פוינט'ס פאר און נאך די פאראגראף (פרעג מיר נישט פארוואס דוקא די סכום). פארמינערט די אינדענט, פארמערט די אינדענט.

    Add to Quick Style list - די סטייל זאל זיין צווישן די סטייל'ס וואס מען זעט אין די גאלאריע.

    Automatically update - אויב טוישט מען עפעס ביי איינע פון די פאראגראפן וואס איז מיט די סטייל וועט ער אטאמאטיש אפדעיטן אלע אנדערע פאראגראפן אין די דאקיומענט וואס זענען אויך מיט די סטייל (ווי שוין געשריבן אין א אנדערע אשכול).

    Only in this document - די סטייל זאל נאר זיין אין די דאקיומענט.

    New documents based on this template - אויב די דאקיומענט איז א טעמפלעט (נישט די נארמאל, ווייל אויב מאכט מען עס ביי נארמאל וועט יעדע נייע דאקיומענט האבן די סטייל) וועט אלע נייע דאקיומענט'ס וואס מען עפנט דורך די טעמפלעט האבן די סטייל (אבער די אנדערע דאקיומענט'ס געבעיסט אויף אנדערע טעמפלעט'ס וועלן עס נישט האבן).

    Format - דא איז דא א ליסטע מיט אפשענס: א חלק דערפון דהיינו, Font, Paragraph, Tabs, האבן מיר שוין אויבן מסביר געווען, Border, גייען מיר אי"ה מסביר זיין ביי פעיטש בארדער.

    די אנדערע איז אזוי: Language, דא קען מען אנשטעלן וועלכע שפראך מען וויל די טעקסט זאל זיין, עס איז אויך דא דא צוויי אפשענס, Do not check spelling or grammar אז ער זאל נישט איבער קוקן פון טעותי הדפוס, Detect language automatically ער זאל כאפן אטאמאטיש וועלכע שפראך די פאראגראף איז.

    Frame, די אלע אפשענס וואס איז דא, איז באמת די זעלבע אפשענס ווי שעיפ'ס און ווארד-ארט (די אויסשטעל איז אנדערש) און דארט איז די ריכטיגע פלאץ צו שרייבן די אפשענ'ס און צוצייכענען אהער, ממילא וועל איך עס איבערלאזן אויף ווען אונז וועלן האלטן ביי Drop Cap (דאכט זיך דארט איז די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען אריין לייגן א פרעים....) אין שפעטערדיגע שיעורים.

    Numbering, האבן מיר שוין געברענגט אויבן, Shortcut key, איר קענט מאכן א אייגענע שורט-קוט צו די סטייל, מאכט זיכער אז די שורט-קוט איז נישט געניצט פאר א אנדערע זאך עס קומט ארויף אויפן לינקע זייט צו וואס די שורט-קוט איז באנוצט, מען קען מאכן די שורט-קוט זאל זיין אין די טעמפלעט (דאס מיינט אז אלע דאקיומענט'ס וועלן האבן די שורט-קוט) אדער זאל עס נאר זיין אין די דאקיומענט.

• Character - דאס מיינט די אות/ווארט וואס איז סעלעקטעט וועט ווערן געטוישט צו די סטייל, די פאראגראף וועט בלייבן ווי געווען. ווען די סטייל-טייפ איז אויף קערעקטער וועט נאר זיין די קומענדיגע אפשענ'ס.

    Style based on, און ביי Formatting - וועט נאר זיין 6 אפשענס, 1) פאנט, 2) סייז פון פאנט, 3) באלד, 4) איטעליק, 5) אנדער-ליין, 6) קאליר פון פאנט, וועלכע שפראך פאנט.

    אונטן וועט נאר זיין די אפשענס Add to Quick Style list, Only in this document, New documents based on this template, און ביי פארמעט וועט נאר זיין די אפשענס, Font, Border, Language, Shortcut key וואס מיר האבן שוין מסביר געווען.

• Linked - דאס מיינט די אות/ווארט וואס איז סעלעקטעט אדער פאראגראף (אפילו נישט סעלעקטעט) וועט ווערן געטוישט צו די סטייל. ווען די סטייל-טייפ איז Linked וועט זיין די קומענדיגע אפשענ'ס די זעלבע ווי ווען עס איז אנגעשטעלן ביי פאראגראף.

• Table - ביי דעם וועט זיין די קומענדיגע אפשענס, Style based on, די נעקסטע אפטיילונג פון אפשענס איז Formatting - דא קומט צו נאך אפאר אפשענס מער Apply formatting to דאס איז צו וועלכע חלק פון די טעיבל די סטייל זאל זיין. די אפשענס נאכדעם האבן מיר שוין מסביר געווען.

    נאכדעם איז; וועלכע סארט בארדער, די סייז פון די בארדער, די קאליר פון די בארדער, וועלכע בארדער זאל מען זען, די קאליר פון די סעל, ווי אין די סעל זאל זיין די טעקסט, נאכדעם איז Only in this document, New documents based on this template (מיר וועלן נאך אי"ה צוריק קומען אין אנדערע שיעורים מער וועגן טעיבל'ס).

    ביי Format איז דא אזוי Table properties דאס גייען מיר מסביר זיין ווען אונז האלטן ביי טעיבל'ס, Border and Shading, Banding דאס איז אויב מען האט אפאר קאלום'ס אדער שורות, און מען וויל אז יעדע צווייטע קאלום/שורה זאל זיין א אנדערע קאליר, Font, Paragraph, Tabs, וואס דאס האבן מיר שוין אויבן מסביר געווען.

• List - די אלע אפשענס האבן מיר שוין מסביר געווען ווען מיר האבן גערעדט פון נאמבערינג.

2) איז Clear Formatting, דאס נעמט אוועק אלע פארמאטינג וואס מען האט געמאכט צו דעם פאראגראף/אות, און שטעלט אים צוריק לויט ווי אזוי עס איז געווען אין די טעמפלעט.

3) Apply Styles, דא איז א ליסט פון אלע סטייל'ס צו וואס מען קען טוישן, Ctrl Shift S איז די שורט-קוט, אויב וויל מען מאכן א נייע סטייל לויט די פאראגראף וואס מען האט סעלעקטעט, דאן קען מען דא אריין שרייבן וועלכע נאמען מען וויל געבן פאר די סטייל און דריקן ענטער (עס איז דרך קצרה פאר דאס וואס מיר האבן אויבן מסביר געווען ביי Save Selection as a New Quick Style), נעקסט איז Reapply דאס מיינט נאכאמאל עפלייען די סטייל (כאילו Re-Apply), נעקסט איז Modify האמיר שוין געשמועסט, AA איז די זעלבע זאך ווי די ערא ביים רעכטן קארנער פונם Styles אפטיילונג, מיר וועלן דאס סוף שיעור מסביר זיין. AutoComplete style names דאס איז ווען מען הייבט אן טייפן די נאמען פון די סטייל ענדיגט ער די גאנצע סטייל נאמען.

נאכדעם קומט Change Styles, דאס האט 4 אפשענס Style Set, Colors, Fonts, און Set as Default קאלער'ס, און פאנט'ס וועלן מיר אי"ה צוריק קומען ווען מיר וועלן האלטן ביי די Themes שיעור דארט קומט עס.

    Style Set - אונז האבן שוין געשריבן אויבן אז עס קומט אין ווארד אריין געבויעט סטייל'ס, כדי מען זאל נישט דארפן עקסטער מאכן די סטייל פארן קעפל און עקסטער זיכן די סטייל פאר די עצם פאראגראף וכדו' איז דא א סטייל סעט פון 11 פארשידענע סארטן סטייל'ס, וואס דאס טוישט סיי די פאראגראף און סיי די קעפלעך לויט די סטייל פארמעט וואס מען קלויבט אויס.

    דא איז דא נאך 3 אפשענס Reset to Quick Styles from Template, דאס איז אויב מען האט צוגעלייגט א נייע סטייל צו די Quick Styles ליסט אדער מען האט אויסגעמעקט א סטייל, שטעלט ער צוריק די סטייל'ס לויט ווי אזוי עס איז אין די טעמפלעט אויף וואס די דאקיומענט איז געשטעלט. די צווייטע איז Reset Document Quick Styles דאס טוישט נאר צוריק די די Quick Styles וואס איז געווען אין די דאקיומענט לדוגמא אויב האט מען געמאכט א נייע סטייל און בטעות אויסגעמעקט ברענגט ער דאס צוריק. נאכדעם איז Save as Quick Style Set דאס מאכט א נייע Style Set לויט די אנשטעל פון די דאקיומענט.

    Set as Default - דאס מאכט די אויסשטעל און סטייל'ס פון די דאקיומענט אלץ די טעמפלעט דיפאלט, דאס מיינט אז יעדע נייע דאקיומענט וואס מען וועט עפענען אין ווארד גייט זיין לויט די אויסשטעל.

ביים רעכטן קארנער פונם Styles אפטיילונג איז דא א ערא (די שורט-קוט דערצו איז Alt Ctrl Shift S) דאס ברענגט ארויף א באקסל מיט די ליסט פון אלע סטייל'ס, ווען איר דריקט אויף דעם סטייל וועט זיך עס טוישן צו די סטייל, ביים רעכטן ווינקל פון די סטייל'ס איז דא א ערא, דארט איז דא 6 אפשענס, to Match Selection (דא וועט שטיין די נאמען פון די סטייל)Update דאס וועט טוישן די סטייל לויט ווי אזוי די סעלקעשן איז אנגעשטעלט, Modify האבן מיר שוין געשריבן אויבן, Select all (…) Instance(s) דאס סעלעקט אלע פאראגראפן, Clear Formatting of (…) Instance(s) דאס נעמט אוועק די פאראגראף סטייל, דאס הייסט אז די פאראגראף ווערט צוריק צום טעמפלעט סטייל, Delete (…) דאס מעקט אויס די סטייל בכלל, Remove from Quick Style Gallery דאס נעמט אוועק די סטייל פון די גאלאריע.

אינטער די ליסטע פון סטייל'ס איז דא צוויי זאכן, Show Preview, דאס איז צו מען זאל זען די סטייל נאמען לויט די סעטינג פון די סטייל'ס אדער נאר די נאמען פון די סטייל, און Disable Linked Styles, אויב מאכט מען דא א טשעק וועט א סטייל וואס איז Linked (ווי מען האט אויבן מסביר געווען מה זאת) נישט ארבעטן אויף די קערעקטער, נאר אויף די פאראגראף, כאילו עס איז אנגעשטעלט אויף Paragraph וואס מיר האבן אויבן געשמועסט.

אינטער דעם איז דא 3 באטן'ס און נאכדעם איז Options, לאמיר גיין פון לינק'ס צו רעכט'ס (דא גייט מען דארפן האלטן קאפ היות עס שטייט נישט ארויס געשריבן אויף יעדע זאך וואס דאס איז נאר א בילד-סימן, מיר וועלן פראבירן צו גיין און א סדר, איך האף מען וועט נישט צומישט ווערן).

1) איז צו מאכן א נייע סטייל, דאס האבן מיר שוין אויבן מסביר געווען.

2) איז Style Inspector כשמו כן הוא, ער אינספעקט די סטייל, דהיינו עס איז דא דארט 4 פענטסטער'ס.

    1) ווייזט די נאמען פון די פאראגראף סטייל, 2) Plus ווייזט חוץ די סטייל וועלכע סעטינג נאך איז דא אין די פאראגראף, לדוגמא אינדענט, ספעיסינג וכדו', 3) ווייזט די נאמען פון די פאנט סטייל, און 4) ווייזט וועלכע סעטינג נאך איז דא אין די פאנט, לדוגמא גרעסער, איטעליק, וכדו'.

    (ביים רעכטן ווינקל פון די סטייל/פאנט פענטסטער'ל איז דא א ערא א חלק אפשענס האבן מיר שוין מסביר געווען און א חלק גייען מיר דא מסביר זיין ווייטער במקומן הראוי).

    רעכט'ס פון די פענטסטער'ס איז דא 4 באטן'ס, 1) Reset to Normal Paragraph Style, דאס איז אויב מען האט געטוישט סטייל, טוישט ער צוריק צום טעמפלעט סטייל, 2) Clear Paragraph Formatting, דאס איז אויב מען איז געבליבן מיטן פאראגראף סטייל, נאר מען האט געטוישט געוויסע סעטינג'ס אין די פאראגראף, טוישט ער עס צוריק צום פאראגראף סטייל (Ctrl Q איז די שורט-קוט), 3)Clear Character Style, דאס איז אויב מען האט געטוישט פאנט סטייל, טוישט ער צוריק צום טעמפלעט סטייל, 4) Clear Character Formatting, דאס איז אויב מען איז געבליבן מיטן פאנט סטייל, נאר מען האט געטוישט געוויסע סעטינג'ס אין די פאנט, טוישט ער עס צוריק צום פאנט סטייל (Ctrl מיט די ספעיס באטן איז די שורט-קוט).

    אונטן איז דא 3 באטן'ס פון רעכט'ס צו לינק'ס, 1) Clear All, דאס טוט די אלע 4 פעולות פון די זייטיגע באטן'ס, 2) איז א נייע סטייל, האבן מיר שוין אויבן געשמועסט, 3) איז Reveal Formatting, דאס עפנט א נייע באקסל די ערשטע פענטסטער'ל ווייזט די טעקסט וואס איז סעלעקטעט אין וועלכע פארמעט דאס איז, ביים קארנער פון די פענטסער איז דא אן ערא מיט 3 אפשענ'ס, 1) Select All Text With Similar Formatting, דאס גייט מען אי"ה מסביר זיין אין קומענדיגן שיעור דארט איז די פלאץ דערפאר, 2) איז Apply Formatting of Surrounded Text, דאס טוישט די פארמאט פון די פאראגראף לויט די פארמאט פונם פאראגראף וואס איז העכער אים, 3) איז Clear Formatting, דאס איז די זעלבע ווי Clear All אין די פארגראף.

    אונטער די פענסטער איז Compare to another selection, דאס איז אויב מען וויל זען די חילוק פון צוויי אנדערע טעקסט, קודם סעלעקט מען איין פון די צוויי נאכדעם מאכט מען דא א טשעק און מען סעלעקט די אנדערע וועלכע מען וויל צוגלייכן.

    די צווייטע פענטסטער ווייזט יעדע חלק אינם דף אויף וואס עס איז אנגעשטעלט.

    אונטער די צווייטע פענטסטער איז דא צוויי זאכן, Distinguish style source, דאס ווייסט אין די ליסטע די מקור פון יעדע זאך אין די פאראגראף אויב עס איז פון א געוויסע סטייל, אדער עס איז א אייגענע טויש אנדערש פונם סטייל, און Show all formatting marks, דאס איז די זעלבע זאך ווי דאס וואס מיר האבן געשריבן ביי Paragraph marks אויבן.

3) איז Manage Styles, דארט איז דא 4 טעב'ס 1) Edit, 2) Recommend, 3) Restrict, 4) Set Defaults, לאמיר גיין על הסדר.

    1) Edit, דא קען מען טוישן די סטייל'ס, די ערשטע זאך איז קען מען אנשטעלן און וועלכע סדר מען זאל זען די סטייל'ס, לויטן א-ב, לויט ווי ווארד רעקאמענדעד (לעבן דעם קען מען מאכן א טשעק מען זאל נאר זען די סטייל'ס וואס ווארד רעקאמענדעד), לויט די פאנט, לויט וועלכע סטייל עס איז געבעיסט אויף, ביי די טייפ פון די סטייל. די אפשענ'ס איז דא ביי די ערשטע 3 טעב'ס.

    די אלע אנדערע אפשענס דא איז שוין ערקלערט געווארן אויבן, נאר נישט די לעצטע אפשען פון Import/Export, דאס עפנט א נייע באקסל וואס הייסט Organizer, דארט איז דא 2 טעב'ס איינ'ס איז Styles, דארט קען מען אריבער קאפיען סטייל'ס פון די טעמפלעט צו וועלכע דאקיומענט מען וויל, אדער פארקערט קאפיען פון די דאקיומענט צום טעמפלעט, אדער אויסמעקן וועלכע סטייל מען וויל (די אריינגעבויעטע סטייל'ס פון ווארד קען מען נישט אויסמעקן), אדער טוישן נאמען פון די סטייל'ס, די צווייטע טעב איז Macro Project Items, דארט איז די זעלבע אפשענס ווי ביי סטייל'ס נאר אויף מאקרו'ס.

    (ס'איז גוט צו וויסן דאס, ווען מען שיקט א דאקיומענט צו א חבר קומט מיט, מיט די דאקיומענט אלע סטייל'ס און אלע מאקרו'ס וואס ליגן אין די דאקיומענט, אויב וויל מען נישט עס זאל גיין ווייטער, קען מען עס דא אויסמעקן).

    2) Recommend, דא קען מען רעקאמענדן אין וועלכע סדר די סטייל'ס זאלן גיין, עס איז דא דא 8 אפשענס לאמיר גיין על הסדר, 1) Select All, 2) Select Built-in, דאס סעלעקט נאר די אריין געבויעטע סטייל'ס, 3) Move Up/Down, 4) Make Last דאס מאכט די סטייל אלץ די לעצטע, 5) Assign Value, וועלכע נומער די סטייל זאל זיין, די איבריגע אפשענס 6) Show, 7) Hide until used, 8) Hide, איז ווען מען מאכט דעם טשעק ביי די אפשען פון Show recommended styles only, וועלכע סטייל זאל זיין דאן אויפן ליסטע.

    3) Restrict, דאס איז אויב מען וויל אפהאלטן פון קענען טוישן די סטייל פארמעט, עס איז דא 3 אפשענס פון סעלקעטן 2 האבן מיר שוין אויבן געשמועסט, די 3'טע איז Select Visible, דאס סעלעקט נאר די וואס זענען נישט באהאלטן (ווי געשמועסט אינם פריערדיגן טעב), אונטער דעם איז דא צוויי אפשענס, Permit, דאס מיינט אז מען גיבט ערלויבעניש צו טוישן די פארמעט פון די סטייל, אדער Restrict, אז מען ערלויבט נישט צו טוישן די סטייל, (די ביידע אפשענס איז נאר נוגע נאך די נעקסטע פאראגראף).

    אינטער דעם איז דא 4 אפשענ'ס 1) Limit formatting to permitted styles, דאס מיינט אויב האט מען Restricted אלע סטייל'ס און נאר איינס האט מען permitted (צוויי סטייל'ס וועלן קיינמאל נישט געבלאקט ווערן, נארמאל, און די דיפאלט פאראגראף פאנט) וועט מען נישט קענען טוישן די פארמעט פון די טעקסט, און אויך נישט טוישן קיין סטייל'ס נאר צו די איינ'ס וואס איז נישט געבלאקט. 2) Allow AutoFormat to override formatting, ווי מען שטעלט אן AutoFormat וועלן מיר נאך צוריק קומען, אבער וואס עס מיינט איז לדוגמא ווען מען טייפט די נומער 1 מיט איין רינגל און מען מאכט א ספעיס, ווערט דערפון א נומבערינג, אפילו עס מען קען גארנישט טוישן, אבער דאס וועט ער יא לאזן. 3) Block Theme or Scheme switching, מען קען נישט טוישן די Theme, 4) Block Quick Style Set switching מען קען נישט טוישן די Style Set (וואס דאס איז האבן מיר שוין אויבן געשריבן).

    4) Set Defaults, דא קען מען אנשטעלן וועלכע פאנט, סייז, קאלער, ליין ספעיסינג, פאראגראף ספעיסינג, עס זאל זיין די דיפאלט סטייל.

נאכדעם איז Options, דאס איז 7 אפשענ'ס וואס און ווי אזוי ער זאל ווייזן אויף די סטייל ליסטע, לאמיר גיין פון אויבן אראפ, 1) וועלכע סטייל'ס זאל ער ווייזן האט ער די אפשענס, רעקאמענדעד, באנוצטע, אין די דאקיומענט, אלע סטייל'ס, 2) און וועלכן סדר זאל ער עס ווייזן, לויטן א-ב, לויט ווי ווארד רעקאמענדעד, לויט די פאנט, לויט וועלכע סטייל עס איז געבעיסט אויף, ביי די טייפ פון די סטייל.

נאכדעם איז דא 3 אפשענס וואס ער זאל ארויף ברענגן אין די סטייל ליסט, אפילו עס איז נישט קיין עקסטערע סטייל, דאס הייסט לדוגמא אויב די סטייל פון א פאראגראף איז נארמאל, אבער מען האט געטוישט די ספעיסינג, אדער פאנט וכדו', וועט ער ארויף ברענגן די טויש אלץ אן עקסטערע סטייל, 3) Paragraph level formatting, 4) Font formatting, 5) Bullet and numbering formatting, נאכדעם איז דא נאך 2 אפשענ'ס וויזוי ער זאל ווייזן די נאמען פון די אריין געבויעטע סטייל'ס, 6) Show next heading when previous level is used, ווען מען ניצט אן אריין געבויעטע סטייל, ברענגט דאס ארויף די קומענדיגע סטייל לויט ווי אזוי עס איז אנגעשטעלט ביי Recommend ווי אויבן געשמועסט (אפילו די סטייל איז אנגעשטעלט צו זיין באהאלטן ביז מען ניצט עס), 7) Hide built-in name when alternate name exists, דאס איז אזוי, מען קען צולייגן א נאמען צו אריין געבויעטע סטייל לדוגמא Heading 1 טוישט מען צו Heading 1, Test וכדו', דאס מיינט ער באקומט נאך א נאמען, און ווען דא איז דא א טשעק זעט מען נישט די סטייל'ס און די ליסטע.

היות איך האב דאס באמת נישט געשריבן על הסדר, בעט איך אז אויב איר זעט אז איך האב עפעס אויסגעלאזט אדער נישט געשריבן קלאר, ביטע מיר מעורר זיין, און איך וועל פראבירן צו פאררעכטן.

נאך אזאך איך האף אז עס איז נישט שווער צו ליינען ווייל ווי איך זע טוישט זיך געוויסע זאכן ווען מען שטעלט ארויף די שיעור, סיי אויב עס איז דא עפעס ענגלישע ווערטער סוף א שורה און די קומענדיגע שורה איז אויך א ענגלישע ווארט, וועט עס ווערן צופארן, די זעלבע מיט נומערן, אויב שטייט א ליסטע אין ענגליש וועט די ערשטע נומער זיין רעכט'ס נאכדעם די גאנצע ליסטע וועט זיך ליינען פון לינק'ס צו רעכט'ס וואס עס קען אביסל פארמישן, איך האף מען וועט עס פארשטיין, איך פראביר ווי מער איך קען נישט צו לייגן קיין ענגלישע ווארט סוף און אנפאנג פאראגראף. די נומערן ווייס איך נישט ווי אזוי צו טוישן, ואתכם הסליחה.

ביז דא איז געווען פארן חורבן, מיר האפן אז די המשך וועט נאכקומען אי"ה, איך גלייב נישט אז עס וועט נאך זיין אויף די וואך, אבער איך האף אויף קומענדיגע וואך אדער א וואך נאכדעם, געוואנדן וויפיל צייט איך וועל האבן צו שרייבן.

נ.ב. איך האב נישט געהאט קיין געדולט איבערצוקוקן די גאנצע זאך אויב איז נישט אריין געפאלן קיין טעותים וואס איך האב געהאט פארראכטן ביים ארויפלייגן דעם ערשטן מאל און נישט אין מיין פייל, אויב זעט איר א טעות ביטע מעורר זיין, א דאנק.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

הרב למעלה אונז זעמיר שוין גרייט פארן נעקסטן שיעור.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

leiby האט געשריבן:הרב למעלה אונז זעמיר שוין גרייט פארן נעקסטן שיעור.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך גיי אי"ה ממשיך זיין, איך בין די לעצטע פאר וואכן אביסל מער פארנומען.
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

thefact האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:הרב למעלה אונז זעמיר שוין גרייט פארן נעקסטן שיעור.
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

למעלה משבעים האט געשריבן:א גוטן,

מיר ווילן דא אנהייבן מיט א סעריע פון שיעורים דורך גיין צוביסלעך יעדע זאך אין ווארד וואס דאס איז, און ווי מען ניצט דאס.

זאכן וואס איז פשוטו כמשמעו לדוגמא קאפי פעיסט, אויב איז דא דערפאר א שארט-קוט קי וועלן מיר דאס שרייבן. (אגב איר קענט אנשטעלן אז ווען איר גייט איבער אן אייקן זאל עס אייך זאגן אויב עס האט א שארט-קאט קי).

מיר בעטן די עולם צו האבן געדולט, איך וועל פראבירן צו שרייבן ווי אפטער, אבער קען זיין אויב איך וועל נישט האבן קיין צייט/געדולט וועל איך מפסיק זיין ביז איך וועל ווייטער גיין. נאך בעטן מיר היות איך גלייב אז עס איז דא אסאך זאכן וואס דער עולם וואלט געוואלט וויסן שוין יעצט, אבער אונז וויל מיר גיין על הסדר, בעטן מיר נישט איבערצוהאקן מיט שאלות, אויב האט איר א פראבלעם, זוכט אויף אויב איז שוין דערמאנט געווארן אייער פראבלעם אין איינע פון די אשכולות, אויב נישט ביטע מאכט א נייע אשכול. אויב מיט די צייט וועט אייער שאלה ווערן אויסגעשמועסט, דאן ביטע צוצייכענען אין אייער אשכול די תשובה, אדער קענען די מנהלים עס צוזאמענשמעלצן לעבן אונזער תגובה.

מיט דאנק.

נ.ב. איך בין נישט דער גרויסער עקספערט אין ווארד, ממילא אויב גיי איך סטאק ווערן ביי איינע פון די אפשענס ביטע מיר ארויסהעלפן, ווי אויך אויב זעט איר איך האב א טעות, ביטע מיר פאררעכטן.

נ.ב. היות מיטן גרויסן קראך איז מיט געגאנגען די אשכול אויך, לייג איך עס איבער, ווי אויך האב איך צוגעלייגט די תיקונים וואס די חברים דא האבן מעורר געווען.

וזה החלי,


א גוט יאר,

אזוי ווי איך זעה אז איר קענט זיך אויס אין ווארד, אפדר קענט איר מיר זרגן ווי אזוי איך מאך א גאנצע ליסטע מיט נעמען און נומבערס און פינטעלעך אינדערמיט, און עס זאל אויסקומען פונקטליך איווען...

א פינטעל מער איז שוין צו ברייט, ווייניגער איז צו שמאל....

א שטייגער ווי דאס:

Issac's Plumbing & Heating............. 347.760.7533
Jerusalem Plumbing......................917.374.7587
JNJ Plumbing...........347.731.2487 / 718.930.1731
Korman's Plumbing.......................646.996.7329

א ריזן יש"כ למפרע
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

דאס וואס די שרייבסט א פינטעל מער אדער ווייניגער מיינסטו אויף דיין ווארד פייל? אדער פשוט צו ווייזן א סעמפל צו וואס די ווילסט? אויב נאר אלץ סעמפל העלפט דיר דאס?

Capture.PNG
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אין ווארד 2000 אין 2003 איז דא א אפשען ביי די לינקע זייט אונטן וואס הייסט SELECT OBJECTS מען קען סעלעקטן עטליכע טעקסט באקסעס אויף אמאל, ווייסט איינער ווי מען קען דאס טרעפן ביי ווארד 2007?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

דאס קומט באמת טאקע אינעם נעקסטן שיעור....
אין די האום אפטיילונג.

Capture.JPG
Capture.JPG (13.46 KiB) געזען 42513 מאל


---
יישר פארן אויפוועקן, אולי דא אין קאנטרי וועל איך זיך טאקע מאכן אביסל צייט צו שרייבן ווייטער.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אה
א ריזיגע יישר כח
שוין א לענגערע צייט וואס איך זיך דאס, און יעצט איז מיר עס ממש געשטאנען אין וועג, איך האב מיר נישט געקענט רירן


יעצט נאך א שאלה אויב קען מען פרעגן
ביים מאכן פוטנאטס, איז דא א אפשען צווישן די אויבערשטע טעקסט און די אונטערשטע אויב וויל איך מער צוזאמען שטופן?
ס'ווערט ביי מיר זייער א גרויסע ספעיס און ס'איז זייער נישט שיין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

איז איינער וויליג לתועלת הרבים צו מאכן א שיינעם PDF פון די שיעורים ?

אדער כאטש מיט דעם טאקטיק ?
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

אדער יא האט געשריבן:איז איינער וויליג לתועלת הרבים צו מאכן א שיינעם PDF פון די שיעורים ?

אדער כאטש מיט דעם טאקטיק ?

אויב ס'איז אייך נאך אינטערעסאנט:
ווארד.pdf
(145.87 KiB) געווארן דאונלאודעד 241 מאל

און דא האמיר פונעם ווארד אליינס עטליכע לעקציעס.

דיסקלעימער: איך נעם נישט קיין אחריות אויב די דאזיגע PDF וועט צוברענגען אז אידישע קינדער זאלן זיך נעבעך פלאגן צו ארבעטן מיט מייקראסאפט ווארד ווען ס'איז דא אסאך בעסערס.
אזוי אויך בעהט איך מחילה פון כבוד הרב אינדיזיין פאר זיך באנוצן מיט אים צו מאכן דעם PDF בבחינת הֲ֠גַ֠ם לִכְבּ֧וֹשׁ אֶת־הַמַּלְכָּ֛ה עִמִּ֖י בַּבָּ֑יִת.
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ייש"כ גדול! תזכו למצוות


(סארי, אבער פאר די דאזיגע ארבעט ברויך מען נישט עפענען דעם שווערן אינדעזיין, עס איז די זעלבע שיין אין ווארד)
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

אדער יא האט געשריבן:(סארי, אבער פאר די דאזיגע ארבעט ברויך מען נישט עפענען דעם שווערן אינדעזיין, עס איז די זעלבע שיין אין ווארד)

איך האב טאקע קודם געעפענט וואר"ד, האבעך אבער געזעהן אז כ'האב שוין כמעט פארגעסן וויאזוי מ'נוצט דאס, בין איך געגאנגען צו אינדעזיין
און גראדע, פאר עטליכע וואכן צוריק האבעך נאכנישט געהאט קיינאנונג וויאזוי מ'עפענט א פעידזש אין אינדעזיין...
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
שרייב תגובה

צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”