וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

טייטל
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

עין טובה האט געשריבן:טוה דאס פאלגענדע;
1) עפן ווארד.
2) דרוק אויף 'פייל'
3) דרוק אויף 'אפשענס'
4) דרוק אויף languages
5) אונטער די חלק
Choose display and help languages
טויש אלעס אויף ענגליש
6) דרוק set as default
7) דרוק אקעי
8) לעש אויס און צינד צוריק אן ווארד
9) אלע שארטקאטס וועלן זיין צוריק במקומן.
10) לאז וויסן.

במח"כ: וואסי די הסבר? ביי מיר איז עס אנגעשטעלט אויף היברו און אלעס ארבעט פיין.
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

אויסמעקן די געטרעקטע טשינזשעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

איך האב א פייעל וואס איך האב געטרעקט טשעינזשעס (אין ווארד 2007), יעצט מאך איך עס אויף אין ווארד 2016, אבער איך ברויך שוין נישט די געטרעקטע טשעינזשעס. וויפול איך פראביר עס אויסצולעשן און עס סעיוון אזוי, קומט עס ווייטער ארויף די נעקסטע מאל איך מאך עס אויף. איך וויל שיקן דעם דאקיומענט ווייטער, אבער אין די טשעינזשעס, נאר די פיינעל. וויאזוי טוט מען דאס?
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ווען דו לעשסט עס אויס גייט עס נישט אוועק? אדער עס גייט און קומט צוריק?
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

אפילו איך לעש אויס גייט עס נישט אוועק. יעצט געזען דא viewtopic.php?p=1375550#p1375550 בתוך הדברים ענליכע קושיא, אבער געזען אז מ'דארף עקסעפטן די טשעינזשעס. דאס האב איך נישט געוואוסט. האב איך עקסעפטעד די טשעינזשעס, און ב"ה שוין נישטא. א דאנק פאר אלע וואס האבן געוואלט העלפן.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

נודה לך האט געשריבן:איך האב ווארד 2010 און אלע מעקרויס ווי קנטרל-Z פאר UNDO, קנטרל-C פאר קאפי וכדומה ארבעט נישט.

ביטע ארויסהעלפן.

יישר כח

די פראבלעם איז צוריק דא. די פריערדיגע עצות האבן נישט געהאלפן נאר פאר א קורצע וויילע...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

האסט עס אנגעשטעלט פאר דיפאלט?
...
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

עין טובה האט געשריבן:האסט עס אנגעשטעלט פאר דיפאלט?

יא
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

דערווייל ארבעט עס, (צוגעלייגט די דיפאלט שארטקאטס מעניולי דורך פייל > אפשענס > עדווענסד > קאסטום ריבון > קאסטימייז קיבארד שארטקאטס)
...
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

עין טובה האט געשריבן:דערווייל ארבעט עס, (צוגעלייגט די דיפאלט שארטקאטס מעניולי דורך פייל > אפשענס > עדווענסד > קאסטום ריבון > קאסטימייז קיבארד שארטקאטס)

יישר כח עין טובה פאר דיין עין טובה...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איז דא א מאקרו צו מאכן פון אלע סוגריים'ס א קלענערע פאנט?
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

יידישע קהילות האט געשריבן:איז דא א מאקרו צו מאכן פון אלע סוגריים'ס א קלענערע פאנט?

viewtopic.php?p=1107284#p1107284
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

טייטל האט געשריבן:אגוטן טייערע ידידים
איך האב געשיקט פאר איינעם א פייל פון וורד 2010 און יענער האט געמאכט טשענזשעס און צוריק געשיקט, און איך זעה אסאך ספעיסעס זענען נעלם געווארן, זאגט מיר איינער איז דאס איז ווייל ער האט עס געפענט אין 2007.
האט איינער א עצה דערצו?
א מאקראו (לפי עניות נסיוני שיש לי) קען מען נישט מאכן ווייל עס איז אן קיין קביעותדיגע סדר נאר איינס צוויי אין א פעידזש.

איך האב דאס שוין אויך אפאר מאל געהאט, און יעצט אליינס האב איך דאס אויך, אז ווען מען עפנט א ווארד פייל אין א פריערדיגע ווערסיע פון ווארד, אין די צייט וואס מען האט שוין אויף די פייל געארבעט אין א שפעטערע ווערסיע פון ווארד, וועלן אסאך מאל פארשוואונדן ווערן ספעיסעס. איך האב נישט קיין השגה פארוואס דאס איז.

אפאר מינוט צוריק האב איך געהאט איינער האט מיר געברענגט א פייל, איך מאך עס אויף אויף ווארד 2007, און עס פעלט "כמעט אלע" ספעיסעס, עס האט אויסגעזעהן ווי איין לאנגע ווארט. איך האב נישט געסעיווט, נאר ארויסגענומען דעם USB און אריינגעשטעקט אין א צווייטע קאמפיוטער, וואו איך האב עס געעפנט מיט ווארד 2010, און ויחיו כל ה'ספעיסעס, אלע ספעיסעס זענען שיין ערשינען צוריק אין זייער פלאץ, והי' לפלא...

און נאך אפאר מינוט פריער, האב איך געהאט א אנדערע פייל, מיין אייגענע פייל, וואס איך האב אמאל געארבעט דערויף אין ווארד 2013 שפעטער האב איך געארבעט דערויף אויף ווארד 2007, און אצינד ווען איך האב עס געעפנט אויף אן אנדערע קאמפיוטער מיט ווארד 2010 האט געפעלט א שיינע סכום ספעיסעס. מי יודע יקום ויאמר

ווער קען דאס ערקלערן?
1. פארוואס פאסירט דאס?
2. וויאזוי קען מען מאכן דאס זאל נישט פאסירן?
3. און וואס טוט מען אויב מען האט אזא פייל, און מען האט נישט די שפעטערע ווערסיע פון ווארד?
טייטל
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

אומאפיציעל האט געשריבן:

פאר דו עפענסט עס מיט א פריערדיגע ווערסיע פראביר צו סעוון דעם פייל אויף יענעם פארמאט, דהיינו מאך סעוו עס, און אינטן ביים save as type זוך אויף וורד 2003 אדער 2007 וכדומה.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

1) ווייל א ווארד פייל וואס איז געמאכט אין א שפעטערע ווערסיע פון ווארד קען מען נישט עפענען אין א פריערדיגע ווערסיע.
2) אז עס זאל נישט פאסירן, דארף מען סעיוון די פייל אין "קאמפעטיבל מאוד".

צו סעיוון א פייל אין קאמפעטיבל מאוד, און 2013-16 גיי צו file, דרוק אויף די קליינע ערראו לעבן inspect document און וועל אויס check compatibility.
פון די דראפ דאון, select versions to show וועל אויס וועלכע דו ווילסט. דאס וועט מאכן אז א פייל וואס מ'סעיווט אין דעם ווארד זאל זיין קאמפעטיבל מיט די פאריגע ווערסיעס.
...
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך האב ג'מאכט א 'סוירטש ענד ריפלעיס' מיט א געוויסע ווארט וואס האט " צוויי אויבערשטרעכלעך. דאס האט גורם געווען אז אלע " זענען געווארן אין לאטיינישע פאנט, מער נישט דעיוויד און די יידישע פאנט ווי עס איז געווען פאר דעם.
איך קען דאס נישט 'אנ-דאוען' ווייל דער פייל איז שוין געסעיווד.
וואס איז די עצה? (און פארואס געשעהט דאס?)
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

פרוביר ביי פיינד צו סעלעקטען "ענגליש" ביי "לענגוויטש" (איינער פון די אפשען'ס אונטער "FORMAT" ביי די לינקע זייט אונטן פון די פיינד באקס), און ביי ריפלעיס סעלעקט "היברו". אמאל קען דאס ארבעטן.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אומאפיציעל האט געשריבן:פרוביר ביי פיינד צו סעלעקטען "ענגליש" ביי "לענגוויטש" (איינער פון די אפשען'ס אונטער "FORMAT" ביי די לינקע זייט אונטן פון די פיינד באקס), און ביי ריפלעיס סעלעקט "היברו". אמאל קען דאס ארבעטן.

פרובירט.
ארבעט נישט.
קען מיך איינער העלפן ביטע?
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מומחה עצום האט געשריבן:שווער מסביר צו זיין אן ווייזן, אבער בערך אזוי: שטעל אן אז עס זאל ריפלעיסן די שטרעכלעך, מיט די clipboard contents אדער ^c

דאן שטעל אן איין שטרעכל ריכטיג און קאפי עס, דאן קליק ריפלעיס אלל.

וויאזוי מאכט מען אז עס זאל דעטאקטען נאר די פראבלעמאטישע שטרעכלעך?
(א.א.וו. דעם ריפלעיסמענט האב איך לכאורה גוט געטוהן, אבער איך וויל נישט רעפלעיסן אלע שטרעכלעך פון דעם גאנצן פייל, בלויז די נישט גוטע.)
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

איך האב דאס געשריבן אין אישי צו יידישע קהילות, לתועלת הרבים קאפי איך עס אהער.

דאס איז א זאך וואס הייסט 'סמארט קוואטס' ווי ער מאכט די אנהייב קוואט אנדערש ווי די פארמאכונגס קוואוט.
ביי ענגליש איז עס זייער נוצבאר אבער ביי אידיש ווי אונז נוצן שטרעכלעך אינמיטן ווערטער איז עס פראבלעמאטיש.
ספעציעל אז נישט אלע פאנטס פארשטייען די סמארט קוואטס.

פאר די עתיד דארפסטו פארלעשן די סמארט קוואטס. צו פארלעשן די סמארט קוואטס גיי צו
פייל > אפשענס > פראפינג > אוטא קארעקט > אוטא פארמאט
און נעם אראפ די טשעק באקס נעבן די סמארט קוואטס אפציע.

פאר דיין יעצטיגע פייל, קאפי איינע פון די נישט גוטע קוואטס און מאך א פיינד ענד ריפלעיס.
...
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

ביטע קום צוריק אויב איינע פון די עצות האבן געארבעט פאר דיר, איך האב אפט דעם פראבלעם
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

עין טובה האט געשריבן:איך האב דאס געשריבן אין אישי צו יידישע קהילות, לתועלת הרבים קאפי איך עס אהער.

דאס איז א זאך וואס הייסט 'סמארט קוואטס' ווי ער מאכט די אנהייב קוואט אנדערש ווי די פארמאכונגס קוואוט.
ביי ענגליש איז עס זייער נוצבאר אבער ביי אידיש ווי אונז נוצן שטרעכלעך אינמיטן ווערטער איז עס פראבלעמאטיש.
ספעציעל אז נישט אלע פאנטס פארשטייען די סמארט קוואטס.

פאר די עתיד דארפסטו פארלעשן די סמארט קוואטס. צו פארלעשן די סמארט קוואטס גיי צו
פייל > אפשענס > פראפינג > אוטא קארעקט > אוטא פארמאט
און נעם אראפ די טשעק באקס נעבן די סמארט קוואטס אפציע.

פאר דיין יעצטיגע פייל, קאפי איינע פון די נישט גוטע קוואטס און מאך א פיינד ענד ריפלעיס.

געארבעט א מחיה - א ריזיגן יישר כח!!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

פון איין טאג אויפ'ן צווייטן, מיינס א פייל פון העכער 700 בלעטער, האט אנגעהויבן צו ארבעטן עפעס געפערליך שטייט (בדרך אגב, ס'האט 1.7 מ"ב, איז דאס א נערמאלער נומבער פאר אזא פייל? קיין בילדער).
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

ולא מיין האט געשריבן:פון איין טאג אויפ'ן צווייטן, מיינס א פייל פון העכער 700 בלעטער, האט אנגעהויבן צו ארבעטן עפעס געפערליך שטייט (בדרך אגב, ס'האט 1.7 מ"ב, איז דאס א נערמאלער נומבער פאר אזא פייל? קיין בילדער).

כ'זע ס'זינקט טיפער און טיפער. עני סאלושען?

קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31244
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ולא מיין האט געשריבן:
ולא מיין האט געשריבן:פון איין טאג אויפ'ן צווייטן, מיינס א פייל פון העכער 700 בלעטער, האט אנגעהויבן צו ארבעטן עפעס געפערליך שטייט (בדרך אגב, ס'האט 1.7 מ"ב, איז דאס א נערמאלער נומבער פאר אזא פייל? קיין בילדער).

כ'זע ס'זינקט טיפער און טיפער. עני סאלושען?

איבער די סייז ווענדט זיך אסאך אין פארמעטינג, טעקסט באקסעס, וכדו', אבער עס איז נישט זייער מאדנע.

וואס מיינט "עס זינקט טיפער"? וואו זינקט וואס?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

קנאפער ידען האט געשריבן:
ולא מיין האט געשריבן:
ולא מיין האט געשריבן:פון איין טאג אויפ'ן צווייטן, מיינס א פייל פון העכער 700 בלעטער, האט אנגעהויבן צו ארבעטן עפעס געפערליך שטייט (בדרך אגב, ס'האט 1.7 מ"ב, איז דאס א נערמאלער נומבער פאר אזא פייל? קיין בילדער).

כ'זע ס'זינקט טיפער און טיפער. עני סאלושען?

איבער די סייז ווענדט זיך אסאך אין פארמעטינג, טעקסט באקסעס, וכדו', אבער עס איז נישט זייער מאדנע.

וואס מיינט "עס זינקט טיפער"? וואו זינקט וואס?

די תגובה זינקט טיפער. כ'האב אראפגענומען אלע פארמעטינג, און ס'האט נאך אלס געוויזן בערך אזויפיל מ"ב. ס'איז געשען פון איין טאג אויפ'ן צווייטן. עני סאלושן?
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
שרייב תגובה

צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”