ארויף ברענגען פיילס וואס מעו האט נישט געסעיווט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

ארויף ברענגען פיילס וואס מעו האט נישט געסעיווט

תגובהדורך שמן זית » מיטוואך ינואר 13, 2010 12:05 pm

א חבר פרעגט מיר ער האט געמאכט א ווארד פייל און ווען עס איז געקומען צו סעיווען האט ער בטעות געדריקט NO , איז דא א וועג עס ארויפצוברענגען און סעיווען?

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » מיטוואך ינואר 13, 2010 3:57 pm

די דיפאלט פון ווארד איז אז ער מאכט א אוטומאטישע סעיווינג איעדער 10 מינוט. (מ'קען דאס טוישן)
ולכן אויב איז עס געווען מער ווי 10 מינוט איז דא אן עצה צו אפירזיכן די אוטומאטישע געסעיווט פייל.
אוואו געפינט מען די פייל?
גיי צו:
"C:\ Documents and Settings\<username>\Application Data\Microsoft\Word".
אדער
"C:\ Documents and Settings\<username>\Local Settings\Temp"

נאטיץ! אנטשטאט username זיך אפיר דיין נאמען ווי למשל Aministrator אדער דיין אנדערע נאמען....

יעצט זיך אפיר די פיילס וואס קוקן אויס אזוי wrdxxxx.tmp~

- ס'פאלט מיר יעצט איין אז די קענסט סירטשן ביי דעיט.
הצלחה,
יודל
לעצט פאראכטן דורך reb yid אום דאנארשטאג ינואר 14, 2010 3:57 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 13, 2010 4:38 pm

נאכן צימאכן די פייל ווערן דעליטעד די TMP פיילס, איז די עצה נישט רעלעוואנט אימער

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » דאנארשטאג ינואר 14, 2010 3:58 am

איך בין נישט אינגאנצן איינשטימיג מיט דיר!
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דאנארשטאג ינואר 14, 2010 6:16 am

רעב איד פארוואס ביזטו נישט איינשטימיג? איך האב עס יעצט סתם פאר אינטערעסאנטקייט אויספראבירט און איינמאל איך האב צוגעמאכט די פייל איז עס מער נישט דא.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דאנארשטאג ינואר 28, 2010 9:41 am

אין ווארד 2010 איז דא עפעס א נייער פיעטשער וואס האלט נייע פיילס אפילו נאכ'ן פארמאכן אן סעיוון. כ'קען עס נישט פונקליך, אבער ס'כדאי נאכצוזוכן. (אויב ס'איז דיר אינטרעסאנט בכלל, מסתם האסטו נאכנישט 2010.)
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג יוני 01, 2010 8:28 pm

reb yid האט געשריבן:די דיפאלט פון ווארד איז אז ער מאכט א אוטומאטישע סעיווינג איעדער 10 מינוט. (מ'קען דאס טוישן)
ולכן אויב איז עס געווען מער ווי 10 מינוט איז דא אן עצה צו אפירזיכן די אוטומאטישע געסעיווט פייל.
אוואו געפינט מען די פייל?
גיי צו:
"C:\ Documents and Settings\<username>\Application Data\Microsoft\Word".
אדער
"C:\ Documents and Settings\<username>\Local Settings\Temp"

נאטיץ! אנטשטאט username זיך אפיר דיין נאמען ווי למשל Aministrator אדער דיין אנדערע נאמען....

יעצט זיך אפיר די פיילס וואס קוקן אויס אזוי wrdxxxx.tmp~

- ס'פאלט מיר יעצט איין אז די קענסט סירטשן ביי דעיט.
הצלחה,
יודל


רעב יוד! איך ווייס נישט וויאזוי אייך צו באדאנקען! איך האב נעכטן געארבעט אויף א פייל א גוטע פאר שעה, און צו מיין מזל האב איך עס נישט געסעיווט... מיין פנים האט אנגעהויבן אויסצוזען בערך אזוי :x ... אבער איך האב מיך נישט פארלוירן און שעפשנדיג א תפילה צום אדון כל האב איך שטילערהייט אריינגעקלאפט אין די טויערן פון אייוועלט, עס דויערט נישט לאנג און איך האב ברוך ה' געטראפן וואס איך האב געזוכט. רעב יוד! האסט מיר געראטעוועט א שיינע פאר שעה ארבעט! יישר כח דיר! די זכות זאל דיר ביישטיין!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » מיטוואך יוני 02, 2010 5:41 am

א דאנק! האבעך הנאה צו הערן.
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מיטוואך יוני 02, 2010 8:34 am

איז דא א וועג צוריק צו באקומען א פאטאשאפ פייל אויב די קאמפיוטער איז געגאנגען קראכען אונמיטען ארבעט?
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך יוני 02, 2010 8:51 am

פרעג שמערי, ער פלעגט עס אלס האבן..

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך יוני 02, 2010 9:31 am

נו, ער פרעגט טאקע שמערי...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג יוני 03, 2010 1:26 pm

און אך ענטפער: פארגעס דערפון
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג יוני 03, 2010 1:31 pm

תרנגול; וויאזוי דיין פנים האט אויסגעקוקט ווען ס'האט זיך דיר געדאכט אז דו האסט פארלוירן דיין פייל, האסטו מיטגעטיילט מיט אונז און אונז געוויזן [בערך-כלשונך] וויאזוי, אבער דיין אויפגעראכטענעם געזיכט נאכדעם וואס 'רבי יוד'ס' עצה האט אייך געלעזט, פארגינסטו אונז נישט צו זעהן?
לחיים ולברכה!

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך יוני 16, 2010 1:25 pm

reb yid האט געשריבן:די דיפאלט פון ווארד איז אז ער מאכט א אוטומאטישע סעיווינג איעדער 10 מינוט. (מ'קען דאס טוישן)
ולכן אויב איז עס געווען מער ווי 10 מינוט איז דא אן עצה צו אפירזיכן די אוטומאטישע געסעיווט פייל.
אוואו געפינט מען די פייל?
גיי צו:
"C:\ Documents and Settings\<username>\Application Data\Microsoft\Word".
אדער
"C:\ Documents and Settings\<username>\Local Settings\Temp"

נאטיץ! אנטשטאט username זיך אפיר דיין נאמען ווי למשל Aministrator אדער דיין אנדערע נאמען....

יעצט זיך אפיר די פיילס וואס קוקן אויס אזוי wrdxxxx.tmp~

- ס'פאלט מיר יעצט איין אז די קענסט סירטשן ביי דעיט.
הצלחה,
יודל

כ'האב זיך געפריידט אז ענדליך איז שוין דא א לעזונג;
כ'האב זיך גערעגט אז עס ארבעט נישט נאכ'ן צומאכן די פייל;
כ'האב זיך מיטגעפריידט אז עס האט יא געארבעט
אצינדער האב איך עס געוואלט טאן, אבער הילד איננו, כ'קען נישט געפינען דעם ארט:
:\ Documents and Settings\<username>\Application Data\Microsoft\Word"
זיי אזוי גוט צייג מיר אן וואו דאס איז.
יישר כח

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » זונטאג יוני 20, 2010 12:05 pm

קאטאקט מיר אויף גוגעל טאלק rabbiyid@gmail.com
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך אוקטובער 27, 2010 10:27 am

רבי איד איך האב אצינד ווידער דעם פראבלעם, איך קען דיך יעצט קאנטאקטן?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך אוקטובער 27, 2010 11:00 am

יעצט זאגט מיר איינער אז אויף וויסטע איז עס ערגעץ אנדערש, ווער עס ווייסט וואו מען קען דאס געפינען אויף וויסטע זאל ביטע מעלדן וואס שנעלער.
עס איז קריטיש וויכטיג!!!!


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט