בלאט 1 פון 1

פאנט סימבאל א-ל

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 28, 2009 10:57 am
דורך יהיה כן
ווייסט אייינער א פאנט וואס האט א קערעקטער פון א אל"ף למ"ד משולב, ווי דער שם א-ל, עס איז דא אין די אלטע סידורים אזא אלף, מיט א למד קאפ.
כ'געדענק אז סידא א פאנט וואס האט דאס אבער כ'ווייס נישט וועלכע, ווער עס ווייסט זאל ביטע מיר מעלדן, כ'דארף עס איצטער וויכטיג
יישר כח אלע חשובע חברים

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 11:38 am
דורך למעלה משבעים
איך זע אז די פאנט R-Hebrew Bold באשאפט דאס. קען זיין עס איז דא נאך.
ביי מיר ארבעט דאס מיט א שארטקאט אזוי, קאפי די נאמען צו די פאנט באקסל אין ווארד, דערנאך מאך קעפס לאק, טייפ אריין 00EA (עס וועט אויסקוקן אזוי כאילו עס שטייט 00בו) און דאן דריק alt x.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 1:34 pm
דורך יהיה כן
קענט איר אפשר מעלה זיין דעם פאנט אהער, פארשטייט זיך נאר אויב סאיז נישט גניבה, כ'קען עס באשטיין צי קויפן אויך, אין אזא פאל לייגט א לינק ווי מען קען דאס באקומען?, ולמצוה גדולה יחשב

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 2:52 pm
דורך יהיה כן
שכוח חשובע מנהלים וועלכע האבן אפגעשוינט מיין כבוד זאל נישט נתבזה ווערן ברבים, און געמאכט סדר דא

למודעה, כ'האב געפונען נאך א פאפולערע פאנט וואס האט דעם שם א-ל משולב
Guttman Droglin

ביים נוצן דעם פאנט אין ווארד, קנאקט אויף insert, symbol און זוכט עס אויף דארט