בלאט 1 פון 1

Gold Wave

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 30, 2009 11:33 pm
דורך גרוש
איך האב א פראגראם צו עפענען אודיא פיילס וואס רופט זיך גאלד וועיוות איך האב עטליכע שאלותץ קען זיך איינער אויס דערמיט?

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 01, 2009 7:20 pm
דורך יוםטובערליך
BS"D

I use it for more than five years. Gevaldig.

I dont use too much "features" so maybe i will not know all your question. I use it for basic audio productions, clipping, adjustments, taking out good pieces from 90 minute big files etc. etc. For Free! What can be better?


*

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 01, 2009 7:59 pm
דורך גרוש
וויאזוי קאט מען שטיקלעך אנפאנג און אינמיטן? וויאזוי קאט איך ארויס 10 מינוט און איך מאך דערפון א פרישע MP3?

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 02, 2009 11:14 pm
דורך יוםטובערליך
BS"D

Look at the "time" where you want to start and end. Then select only the 10 minutes that you like. When only this 10 minutes is "highlighted" make "copy" (CTRL-C) (or "cut") and then PASTE (as new file/selection). Simple.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 8:27 am
דורך סתם_אזוי
איז דאס טאקע פאר פרי? וואו קען מען עס באקומען?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 9:47 pm
דורך יוםטובערליך
search on google.

געשריבן: מוצ"ש דעצמבער 12, 2009 10:58 pm
דורך נחמן נתן
סתם_אזוי האט געשריבן:איז דאס טאקע פאר פרי? וואו קען מען עס באקומען?

ס'איז פאר free אויף א קורצע וויילע, נאכדעם בעטן זיי שוין געלט. איך האב עס אסאך גענוצט ביז ס'האט אנגעהויבן צו קאסטן געלט, ס'איז זייער גוט און גרינג. כ'טוה עס ריקאמענדן פאר איינער וואס טוט אין דעם, צו קויפן goldwave.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 4:12 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד

מ'דארף נישט באצאלן. ווען די טרייעל פעריאד גייט אדורך קומט ארויף יעדע שטיק צייט א באפעל צו באצאלן, אבער מקען נאך אלץ גיין ווייטער עד ביאת הגואל.

*

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 8:29 pm
דורך נחמן נתן
יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד

מ'דארף נישט באצאלן. ווען די טרייעל פעריאד גייט אדורך קומט ארויף יעדע שטיק צייט א באפעל צו באצאלן, אבער מקען נאך אלץ גיין ווייטער עד ביאת הגואל.

*

שעפעלע טייערער, ווארט נאר צו וועסטו אלעס געוואויר ווערן. דער קונץ פון קליקן אויף 'קאנטיניו', ענדיגט זיך אויך אמאל. מיר זענען שוין אמאל געבליבן שטעקן צוליב דעם.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 8:47 pm
דורך פאכמאן
יוםטובערליך האט געשריבן:Look at the "time" where you want to start and end. Then select only the 10 minutes that you like. When only this 10 minutes is "highlighted" make "copy" (CTRL-C) (or "cut") and then PASTE


ס'פעלט נישט אויס צו קאפיען און פעיסטן. מאך א סעלעקציע, און דערנאך גיי צו "file" און וועהל אויס "save selection as" און שוין.

----------------------------------------------
בדרך אגב: צו מאכן א סעלעקשן, דארפסטו נישט רוקן די סעלעקשן מיט די הענט פון די אנהייב ביז דעם פלאץ וואו דו ווילסט אנהייבן (און אזוי פון די סוף צו דיין ענדע ציל) וואס דאס איז זייער שווער ביי גרויסע פיילס. מאך א רייט קליק דארט ווי דו ווילסט אנהייבן די סעלעקשן, און דרוק אויף "set start marker" און דערנאך גיי צום פלאץ וואו דו ווילסט ענדיגן, און מאך א רייט קליק און דרוק "set finish marker" והנה און אט. דער סעלעקשן איז דאן. (א גמרא קאפ!).

הצלחה וברכה

אויסקלארן א קול

געשריבן: דינסטאג פאברואר 16, 2016 12:14 pm
דורך ערנסט גערעדט
איך ביי מיר אלטע טעיפ'ס פון זקני משפחתי ז''ל וואס כ'האב קאנווערטעד צו דיג'יטל [טאקע דורך גאלד וועיוו הנ''ל]. די פראבלעם איז אז ס'קומט מיט א שווערע זייטיגע קול [hiss]. די גאלדוועיוו אליין האט אן אפציע ''היס רימאוועל'', אבער דאן ווערט עפעס א מאדנע קול אנשטאט דעם. האט אפשר איינער עקספיריענס בנושא?

איך ווייס אז ס'דא אזעלכע וואס טוען דאס פאר געלט [אזוי מ'האט געטוהן מיט די טעיפ'ס פון הרה''ק מסאטמאר זצ''ל וכדומה]. אבער היות איך האב דאך שוין דעם פראגרעם, און בין גרייט אוועקצוגעבן צייט דערויף, וואלט איך געוואלט וויסן די בעסיקס וויאזוי אליין צו ארבעטן דערמיט.

א ש'כח פון פאראויס.

תיקון; געמאכט אלס א באזונדער אשכול, ביטע ענפערן דארט
viewtopic.php?f=47&t=29483