בלאט 1 פון 3

windows media player

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2009 11:51 am
דורך פרנסה
א קליינע פראבלעם דאסמאהל נישט בנוגע פרנסה

פון צייט צו צייט באנוץ איך זיך מיט windows media player צו הערן א סי די, אבער איך לייד פון אן אנשיקעניש אז די טרעקס שפרינגען שלא על הסדר, וו.צ.ב. 11 3 7 1 9 2 6 וכדו', און אויב הער איך א דרשה דארף איך כסדר האלטען קאפ ווי איך האלט און עס ארויף רוקען אויף די ריכטיגע טרעקץ איז אפשר דא א וועג ווי אזוי עס צו פארעכטען?
ישר כח

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2009 12:02 pm
דורך סתם_אזוי
מן הסתם איז די SHUFFLE אנגעצינדן.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2009 1:31 pm
דורך פרנסה
סתם_אזוי האט געשריבן:מן הסתם איז די SHUFFLE אנגעצינדן.


1) געזעהן דיין עצה

2)פאראכטען
3) און איך הער די דרשה א מחיה.
ישר כח ;l;p- יהא חלקך ממזכי הרבים
נ.ב. וואס איז טאקע די shuffle??

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 23, 2010 11:54 pm
דורך געלעגער
פארוואס ווען איך פראביר צו עפענען א .MP4 פייל מיט ווינדאוס מידיע פלעיער קומט ארויף א עראר אז ער קען עס נישט עפענען און ביי מיין חבר'ס קאמפיוטער קען מען עס יא עפענען? איז דאס א סעטינג? אויב יא, וואס?

געשריבן: זונטאג יאנואר 24, 2010 12:32 am
דורך ווער בין איך?
Do u have quicktime player installed on your computer?

געשריבן: זונטאג יאנואר 24, 2010 6:10 am
דורך געלעגער
YES

געשריבן: זונטאג יאנואר 24, 2010 6:29 am
דורך ווער בין איך?
Maybe installing VLC Media Player or Media Player Classic can help.

געשריבן: זונטאג יאנואר 24, 2010 6:40 am
דורך ווער בין איך?
מיט Quicktime מאכט זיך עס יא אויף?

געשריבן: זונטאג יאנואר 24, 2010 5:55 pm
דורך געלעגער
יא קוויק טיים עפענט עס.
מיין שאלה איז פשוט, צו ס'איז דא א סעטינג אז איך זאל קענען אנשטעלן אז .MP4 פיילס זאלן זיך עפענען דורך ווינדאוס מידיע פלעיר?

איך זעה אז ביי מיין חבר ארבעט ער פיין.

געשריבן: זונטאג יאנואר 24, 2010 6:03 pm
דורך leiby
קודם ווענד זיך אויב ס'איז די זעלבע version אויב יא קען זיין אז עס פעלט א געוויסע codec וואס פאר דעם דארפסטו דאונלאודען א codec pack ווי למשל k light ס'איז אומזיסט אבער געווענליך ביי די לעצטיגע versions קימט עס שוין מיט

געשריבן: זונטאג יאנואר 24, 2010 8:18 pm
דורך געלעגער
וואו זעה איך די VERSION?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 4:44 am
דורך פויער
גיי צו HELP און דרוק אויף ABOUT

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 6:49 am
דורך געלעגער
מיר האבן די זעלבע VERSION

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 6:58 am
דורך געלעגער
איין זאך זעה איך יא א חילוק,
מיין חבר האט סערוויס פעק 3.0 און איך האב סערוויס פעק 2.0,
מאכט דאס אויס?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 8:29 am
דורך leiby
קודם כל וואס קומט ארויף ווען די ווילסט פלעיען א MP4 פייל

Windows media player ארבעט נישט

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:44 pm
דורך סלאטפינע
מיין מידיא פלעיער ארבעט נישט! מען קען עס נאר זען אין פריוויו, אבער ווען איך וויל עפענען ווייזט ער מיר דעם גראבן פינגער. איינער קען מיך העלפן?

געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2014 9:16 pm
דורך קנאפער ידען
סלאטפינע האט געשריבן:מיין מידיא פלעיער ארבעט נישט! מען קען עס נאר זען אין פריוויו, אבער ווען איך וויל עפענען ווייזט ער מיר דעם גראבן פינגער. איינער קען מיך העלפן?

וואס מיינסטו מיטן 'גראבן פינגער'? וואספארא ערראר גיבט ער דיר?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:00 pm
דורך סלאטפינע
server execution failed
אויב דו קענסט, ענטפער מיך אויף אימעיל, ווייל איך גיי ווערן אויסגעשלאסן פון אייוועלט דורך מיין נייע פילטער. א דאנק.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2014 1:24 pm
דורך תרנגול
סלאטפינע האט געשריבן:server execution failed
אויב דו קענסט, ענטפער מיך אויף אימעיל, ווייל איך גיי ווערן אויסגעשלאסן פון אייוועלט דורך מיין נייע פילטער. א דאנק.

איך באקום לעצטנס דעם זעלבן ערראר, וואס איז פשט?

windows media player

געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2014 5:31 pm
דורך פאלעצע
וואס טוט מען אז ווען מ'לייגט אריין א AUDIO CD און מ'טרעפט עס נישט אין ערגעץ... נישט אין MEDIA PLAYER נישט אין MY COMPUTERS???

געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2014 6:27 pm
דורך מצב כללי
איך האב א DVD סידי וואס איך קען נאר הערן אוידיא נישט זעהן מיט ווינדאוס מידיא פלעיר נאר מיט VLC וואס איז פשט?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:44 am
דורך פאלעצע
דו הערסט ווי די סידי דרייט זיך?
ניין

געשריבן: פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:07 am
דורך פאלעצע
דאן איז דיין סידי דרייוו (די מעכאנישע זאך) צובראכן, אדער איז עס נישט קאנעקטעד
די וואונדער איז אז ס'האט געארבעט ביז ממש לעצטנ'ס
סאו לכאורה איז עס יא א סאפטווער פךאבלעם.

געשריבן: מוצ"ש פעברואר 22, 2014 9:05 pm
דורך משנה מקום

געשריבן: מאנטאג פעברואר 24, 2014 2:13 pm
דורך פאלעצע
משנה מקום האט געשריבן:אפשר דאס?
viewtopic.php?p=726992#p726992

איך זעה נישט וואס די מיינסט..