קאפיען פין א CD צי א IPOD

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

סטיוו שמידט
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 4:58 pm

קאפיען פין א CD צי א IPOD

תגובהדורך סטיוו שמידט » דינסטאג נובעמבער 25, 2008 2:53 pm

ווי אזוי לייגט מען ארויף CD'S אויף א IPOD

דא איז דא פארקערטע אינפערמאציע ווי אזוי מען לייגט פין א IPOD צי א סי די

איך וויל וויסען די פלענע אלף-בית, ווי אזוי לייג איך ארויף מיינע סי די אויף איי פאד
איך בין א גרויסע ע"ה אין אלעס וואס עס איז נוגע מוזיק /אוידיא, ממילא וועל איך שטארק דאנקבאר זיין
אויב איינער וועט מיר קענענן געבן ברחל-בתך-הקטנה אינפערמאציע און דעם ענין, ולמצוה גדולה יחשב

וזאת למודעי: איך דארף עס נאר פאר אייגן געקויפטע טעפיס, ווי באלד איך האב יעצט א בילד-אין טעיפ סיסטעם וואס ארבייט נאר מיט איי-פאד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 12:33 am

איך בין נישט זיכער אבער צו אן אייפאד קען מען נאר ארויפשטעלן דורך אייטונס (עפל'ס פראגראס פאר סאנגס, דירעקט אויסגעשטעלט צו ליפערן פון און צו דעם אייפאד).

ארויפצולייגן דיין סידי אויפן אייפאד, דארפסטו קודם עס אריינשטעלן צו דיין אייטונס פאלדער, און דערנאך ווען דו וועסט אריינשטען דיין אייפאד וועט ער דיך פרעגן צי דו ווילסט ריפלעיסן דיינע סאנגס אויפן אייפאד מיט די יעצטיגע סאנגס פון אייטונס.
דאן דרוק יא וועט אלעס זיך אריבערשיקן צו אייפאד.

! אבער זיי געווארנט !
אויב האסטו נאך זאכן אויפן אייפאד וועט זיך אלעס אויסמעקן ביים ריפלעיסן און נאר די נייע פון אייטונס וועלן בלייבן. דעריבער מאך זיכער אז אויך די אלטע סאנגס ליגן אין אייטונס אזוי וועט זיך אלעס פונדאסניי איבערקאפירן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » מיטוואך ינואר 26, 2011 3:26 pm

דערווייל זעה איך אז קיינער האט נאכנישט געענטפערט די שאלה,
לכאורה איזעס זייער א פשוטע זאך, וויל איך מיך צושטעלן צום שואל, קען איינער געבן ברחל בתך הקטנה, פונקליכע אנווייזונגען ווי אזוי מען לייגט אריבער אזא זאך???

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך ינואר 26, 2011 4:54 pm

מ'קאפיט עס אריין צום קאמפיוטער דורך אייטונס, אדער דורך א צווייטער וועג אין מ'ברענגט עס אריין אין אייטונס,
נאכדעם מאכט מען "דרעג ענד דראפ" פשוט מ'סעלעקט וואס מ'וויל אריינלייגן מ'כאפט עס אן אין מ'טראגט עס העכער די ווערטער פונעם אייפאד אויף די לינקע זייט אין מ'ווארט ווילאנג ס'קאפיט זיך.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.


צוריק צו “אוידיא און ווידעאו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט