בלאט 1 פון 2

VLC Player

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 3:15 pm
דורך קאמפיוטערנייעס
איך ניץ שוין זייער לאנג VLC וויל עס האט כמעט אלע פלאג איןס אבער איין פראבלעם האב איך ווען איך עפען א פייל עפענט זיך אויף 3 עקסטערע ווינדאוס איינס א שווארצע איינס א קליינע ווי איך קען ריקען פאראויס און אויף צוריק און די דריטע די ווידיא וואס איך זעה ווי אזוי קען איך אנשטעלן אז עס זאל זיך נאר עפענען איין ווינדאו?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 4:08 pm
דורך thefact
זוך אויף א פייל אין דיין קאמפיוטער וואס הייסט vlcrc און דיליט עס (וועסט אבער פארלירן אלע פרעפרענצן דיינע)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 8:48 pm
דורך קאמפיוטערנייעס
אפשר זאגסטו מיר וואו איך זאל עס זיכן? איך האב שוין געטרייט ביי REGEDIT און סתם SEARCH ביי די פראגרעם פיילס נישטא אזא פייל און מיין קאמפיוטער

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:46 pm
דורך ווארד2007
דא איז געווען א אשכול א וועג ווי אזוי מען קען דאונלאדען א ווידיא פון יו טוב, למעשה טרעף איך עס יעצט נישט
איין קשיא
צווייטע קשיא, די וועג איז געווען דורך VLC למעשה האב איך געדאונלאד וואס כ'האב געדארפט אבער איך קען נאר זען אבער נישט הערן, איז דא עצה דערפאר?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:55 pm
דורך נאטורליך
http://keepvid.com/
איז די בעסט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 4:24 pm
דורך ווארד2007
יישר כח

די בעסט פארוואס, צו נעמען פון יו טוב אדער צו הערן וואס מען נעמט אראפ פון דארט?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 6:29 pm
דורך thefact
די סיבה פארוואס די שאלה און תשובה בנוגע דאונלאודן פון יו-טוב פעלט איז וועגן די תקנה וואס די חשובע אחריות'דיגע מנהלים האבן געמאכט אז: "מ'טאר נישט לייגן קיין יו-טוב לינק'ס אין איי-וועלט" ווייל יו-טוב איז א מעורב טוב ורע און JNET לאזט עס נישט דורך.

די אשכול ביים מאכן די תקנה: ר"ח תמוז תשס"ח: תקנה גדולה שנו כאן

א שמועס אין גוגעל טאלק
יענער: וואו איז די יוטוב אשכול נעלם געווארן? עפעס ראנג דערמיט?
די פאקט: וואס איז געשטאנען
יענער: א שמועס וועגן דאונלאודען יו טוב קליפס.. עפעס אזוי...
די פאקט: אפשר האט עס צוטון מיט די תקנה
יענער: אז? אפשר קוקסטו נאך? איך גלייב נישט אז ס'געשטאנען עפעס קעגן די תקנות..
ס'געליגן ביי אודיאו און ווידיאו אפטיילונג
די פאקט: איך האבעס נישט געזען
יענער: דו ביסט דאך אחראי... קענסט נישט מעיין זיין? ס'געווען מיט א קנאפע שעה צוריק בערך
די פאקט: ניין נאכן דיליטן זעה איך עס אויך נישט
יענער: דאן פרעג ביטע איינעם אנדערש וואס קען האבן א האנט דערינען דו האסט קאנטאקטן ... איך נישט איך וויל פשוט וויסן וואס ס'געווען ראנג דערמיט, פרעג ביטע אן ביי די העכערע ווינדאוס... קיינער דא איז נישט גוט מיט מיר
די פאקט: ווער האט מייסד געווען יענעם אשכול?
יענער: כ'דענק נישט... ס'געווען א אשכול מיט א 2 בלעטער אדער מער, איך בין פשוט פלעין נייגעריג.. און אויך האבעך נאכנישט עספיעט צו ליינען דעם גאנצן אשכול און נוצבארע אינפארמאציע דערפון..
די פאקט: קודם כל ס'איז דא א תקנה וועגן יו טוב מטאר נישט לייגן קיין לינק אין אייוועלט פון יו טוב נישט צו מאכן א נסיון פאר אידן וואס האבן JNET דאס קען זיין די סיבה
יענער: אהא... פשט איז - אז וויבאלד יענער האט געלינקט צו יו טוב.. און ס'שוין געווארן אפילו אגאנצע שמועס דערוועגן וויזוי צו דאונלאודען אהער און אהין.. דעריבער האט מען עס געדארפט אראפנעמען פון די מאפע... יא?
די פאקט: קען זיין
יענער: אקעי.. גערעכט זענען זיי
די פאקט: איך האב הנאה די פארשטייסט
יענער: כ'פארשטיי שוין איינמאל... און ווען כ'וואלט געוויסט פון די תקנה אז יוטוב איז פארבאטן וועלטעך דיר אפיו נישט אנגעפרעגט יעצט... א שיינעם דאנק פאר די העלפ


געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 7:34 pm
דורך נאטורליך
keepvid לאזט אראפלאודען אין פארשידענע פארמאטען, עס איז אומזיסט, מען דארף נישט קיין פראגראם דערפאר עס ארבייט דורכן אינטערנעט.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 07, 2011 10:51 am
דורך האניג

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 03, 2011 1:38 pm
דורך קליקו
ווי קען מען אפלאדען upload ווידאוס וואס זאל קענען געזעהן ווערן דא אין אייוועלט דורך jnet באנוצער?

געשריבן: מאנטאג מאי 16, 2011 9:32 pm
דורך שאלת_חכם
קליקו האט געשריבן:ווי קען מען אפלאדען upload ווידאוס וואס זאל קענען געזעהן ווערן דא אין אייוועלט דורך jnet באנוצער?


עס איז דא א נייע סייט zingmit.net וואס איז אפן

דארטן קעמען ארויפלייגן מען דארף זיך נאר אויפשרייבן

KeepVid

געשריבן: דינסטאג פעברואר 14, 2012 1:11 pm
דורך חייקל
נאטורליך האט געשריבן:http://keepvid.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
איז די בעסט


Jnet בלאקירט דעם סייט פון קיפוויד.
און ביי cnet גיבט ער דאס נישט נאר שיקט דירעקט צו זייער סייט
וואזשע קען איך זיך אן עצה געבן.

ווייסט איינער צו דאס ארבייט אויך אויך yideotube.
און ווי איך קען קריגן דעם דאונלאוד אויף א סייט וואס איז נישט בלאקירט
אדער איז שוין דא עפעס בעסערס אראפצולאדענען ווידיוס וואס זענען אויפ'ן אינטערנעץ.

א דאנק פון פאראויס.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 14, 2012 1:42 pm
דורך leiby
די EXE פייל קאסט געלט, די מעלה איז אז מקען אריינלייגן די לינק און דאונלאודן אן אינסטאלן עני פראגראם.
וואס איז נישט גוט מיט ריל פלעיער?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 14, 2012 3:57 pm
דורך חייקל
אבער כ'קען דאך נישט עפענען דעם סייט, איז דא עפעס דומה לזה.
ריעל פלעיער מאכט אויך דעם דזשאב?
ואנכי לא ידעתי.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 14, 2012 5:54 pm
דורך leiby
די בעסטע נאך, קוקט אויס האסטוך נישט געדרייט דא לעיטלי..

געשריבן: דינסטאג פעברואר 14, 2012 6:05 pm
דורך חייקל
leiby האט געשריבן:די בעסטע נאך, קוקט אויס האסטוך נישט געדרייט דא לעיטלי..

:oops: ניין ליידער...
א שיינעם דאנק

געשריבן: מיטוואך פעברואר 15, 2012 3:50 pm
דורך חייקל
א דאנק פאר ביז אהער, אצינד האב איך נאך א פראגע, מעג מען פרעגן?

איך מיין עס איז שוין געווען דא, אבער איך האב נישט געקענט טרעפן ווי ס'איז געפארקט דער אשכול

וויאזוי שרייב איך א סידי אדער די ווי די פון א ווידיו פייל אויפ'ן קאמפיוטער, אז מען זאל דאס קענען זעהן מיט א דוד'ל פלעיער.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 15, 2012 4:00 pm
דורך leiby
ראקסיאו קומט געווענליך מיטן קאמפיוטער,
ווינדאוס 7 האט א אייגענע פראגראם דערפאר.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 15, 2012 4:45 pm
דורך חייקל
leiby האט געשריבן:ראקסיאו קומט געווענליך מיטן קאמפיוטער,
ווינדאוס 7 האט א אייגענע פראגראם דערפאר.


כ'פארמאג ביידע נישט. :roll:

געשריבן: מיטוואך פעברואר 15, 2012 6:41 pm
דורך leiby
דיין סידי רייטער קען בכלל שרייבן די ווי די'ס?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 15, 2012 7:44 pm
דורך חייקל
יא

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 1:32 pm
דורך משנה מקום

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 2:01 pm
דורך חייקל
א דאנק - און הצלחה רבה פאר אייער הילף

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:07 pm
דורך האניג
ס'נאך דא צייט עטליכע טעג.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:17 pm
דורך derech eretz
?? ??