צוריקשטעלן אידישע אינפארמאציע אין MP3 וואס איז פארדרייט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

צוריקשטעלן אידישע אינפארמאציע אין MP3 וואס איז פארדרייט

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג יולי 27, 2008 8:10 pm

איך האב לעצטענס באקומען פון איינעם פארשידענע מוזיק פיילס MP3 און עטליכע פיילס האבן זעהט אויס געהאט די אינפארמאציע פון די אלבום און ארטיסט אדער ניגון טיטל אויף אידיש און עס האט זיך פארדרייט (אזוי האב איך עס באקומען) אזוי ווי אין די בילד, איז דא עפעס א וועג וויאזוי דאס איבערצודרייען צוריק אויף אידיש? עס וואלט מיר געווען א גרויסע הילף ווייל צומאהל איז די פייל נאמען אויך די פאני אותיות.
צוגעלייגטע
mp3 (2).jpg
mp3 (2).jpg (80.88 KiB) געזעהן 1570 מאל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יולי 27, 2008 8:42 pm

ביי צופר ווען עס קומט מיר אזוי אויס, מאך איך א רייט קליק און דרוק ENCODING. דארט איז נישטא אזא אפציע?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג יולי 27, 2008 11:16 pm

לכאורה דארפסטו גיין צו קאנטראל פענעל, רידזשענעל סעטינגס, לענגווידזשעס, עדווענסד, (כ'שרייב פון זכרון, אבער עפעס אזוי) און דארט איז דא אן אפשען וועלכע שפראך צו ניצן פאר פראגראמען אין פאל אז ענגליש איז נישט דער שפראך דארט. טויש יענץ אויף היברו און ריסטארט דעם קאמפיוטער.

נכתב מזכרון ואין לסמוך עליו למעשה.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג יולי 28, 2008 1:25 am

מאשקע, עס איז נישט אין קיין פראגרעם די בילד וואס איך האב געלייגט איז פון ווינדאוס עקספלארער און איך האב אנגעשטעלט מען זאל זעהן ביי די דיטעילס פון די פיילס אויך די TITLE פון די ניגונים כדי צו קענען מאכן א בילד דערפון פאר די קרעטשמע, און ווינדאוס דארף דאך קענען ליינען געהעריג אידיש.

אפשר איז דא עפעס א וועג צו ענקאודען פון די סארט אותיות צו נארמאל אידיש

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » מאנטאג יולי 28, 2008 9:36 am

http://hebrew.manual.co.il/tool/

איך ווייס נישט אויב דאס וועט דיר העלפן,
אבער "די סארט אותיות" ווערט אנגערופן "ג'יבריש",
דא קען מען קאנווערטן איינס ביי איינס.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יולי 28, 2008 10:40 am

בעני, אפילו ווינדאוס קען געהעריג ליינען אידיש, קען זיך אבער מאכן אז אויב די סעטינג וואס איך האב דיר געזאגט איז נישט אנגעשטעלט אויף היברו, וועט אויף אסאך פלעצער נישט ארויסקומען געהעריג די אידישע אותיות.

יעצט האב איך נאכגעקוקט פונקטליך וואו די סעטינג איז:
Control Panel, Regional and Language Options, Adcanced, און טויש Language for non-unicode programs צו היברו.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג יולי 28, 2008 7:56 pm

א גרויסן שכח באנקיר פאר די לינק עס ארבעט א מחי', מען קען דארט טאקע אריינלייגן די פארדרייטע אותיות און זיי טוישן עס צו די ריכטיגע אידישע ווערטער, (יעצט ווייס איך שוין כאטשיג וואס ג'יבריש איז), אגב נאכן זוכן אין גוגעל האב געטראפן נאך עטליכע אזעלכע סייטס, איך האב נאר געזוכט א פלאץ וואס איך זאל קענען אראפנעמען אזא קאנווערטער איך זאל עס אויך קענען מאכן ווען איך בין נישט ביי א קאמפיוטער וואס איז קאנעקטעד און איך האב נישט געטראפן קיין געהעריגע זאך וועל איך דאס מוזן דערווייל נוצן נאר אנליין.

מאשקע, א שכח פארן פרובירן צו העלפן, אבער האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט צו זאגן, איך ווייס אז פאר פארשידענע פראגראמען דארף מען אנשטעלן די אפשען וואס די האסט געשריבן כדי עס זאל ארבעטן אידיש אינעווייניג אין יענע פראגרעם (ביי מיר איז עס טאקע אנגעשטעלט אזוי), אבער דער פראבלעם וואס איך האב איז נישט אין א פראגרעם נאר אין ווינדאוס אליין וואס די עקפלארער אליין פארשטייט אויך נישט די ווערטער און קומט אזוי ארויס, די ניגונים האב איך שוין אזוי באקומען מיט די גיברישע אותיות, עס קען זיין אז איינער פאר מיר האט עס געעפנט אדער אראפגענומען פון אן איי פאד וכדו' אויף א קאמפיוטער וואס איז נישט געווען גוט אנגעשטעלט די אפשען ממילא איז געווארן פארדרייט און עס איז אזוי געבליבן, וועגן דעם האב איך געזוכט און געגוגעלט צו טרעפן עפעס א לעזונג און נישט געטראפן ווייל איך האב נאך נישט געהאט געוואוסט אז דאס איז גיבריש, יעצט מיט די הילף פונעם באנקיר קען איך זיך שוין אנייצע געבן.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יולי 28, 2008 8:07 pm

ערלעדיגט. נעקסט-טיים.
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “אוידיא און ווידעאו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט