די בעסטע ווידיאו פלעיער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

די בעסטע ווידיאו פלעיער

תגובהדורך פיקח » דינסטאג פאברואר 19, 2008 10:17 am

לתועלת הציבור החשוב על איך מיט טיילן דא א פיינע זאך,
איך ווייס אז יעדער איינער האט ליעב אן אנדערע פלעיער יעדעס איינס האט זיך זיינע פיעטשערס און זיינע מעלות ומדות טובות, אבער עס איז דא איין פלעיר וואס לפי עניית דעתי המוגבל איז דאס לכאורה די בעסטע גרינגסטע און פיינסטע פלעיר וואס איז דא אויפ'ן מארקעט, און איך וועל דא אויסרעכענען אפאר פון זיינע מעלות,

ראשית ויצאה חינם אין כסף, עס איז אינגאנצען פריי,
עס איז א פייל לעצמו וואס דארף נישט קיין אינסטאלאציע, און עס קומט נישט מיט טויזענט אנדערע פיילס, עס גייט אפילו נישט אריין אין די פראגרעפיילס פאלדער,
עס פארמאגט אין זיך אלע קאודעקס מען דארף עס נישט אינסטאלן עקסטרע,
מען קען זאמען צו אפאר מיני הגדלות,
מען קען שפילן אויף דעם אויך DVD,

והעולה על כולם !!!! עס האט אין זיך א רעזאם פאנקשען, דאס הייסט אז ווען מען מאכט צו די ווידיאו, וועט ער צוריק גיין צו די פלאץ ווי די האסט אים פארמאכט דאס נעקסטע מאל ווען די שפיעלסט אים.

דא איז די פיעטשערס וואס זיי ברענגען אראפ
# media player for video and audio files
# supports every DirectShow codec out there like xvid, divx, avi, mpg, mpeg, mkv, wmv, mp3...
# dvd support (3rd party DirectShow dvd player has to be installed!)
# free zoom and fullscreen
# customizeable interface
# screenshot function
# import extra audiotrack
# easy internet-update (click help -> update)
# loop and partial loop
# multi language support (deutsch, english, espanol, francais, galego, italiano, magyar, nederlands, polski, russian, slovak and many more)
# no installation requiered
# easy to use# 100% freeware


דא איז די לינק

http://koolplaya.de
צוגעלייגטע
Untitled-1.jpg
Untitled-1.jpg (39.19 KiB) געזעהן 2649 מאל

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג פאברואר 19, 2008 12:21 pm

טחף האב געדאונלאוד די פלעיער אבער יעצט קען איך עס נישט טרעפען. ווי אזוי קען איך אויסגעפונען ווי עס ליגט?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג פאברואר 19, 2008 12:28 pm

פיקח

וועלכע ווערסיע זאל איך דאונלאודען?
די בעטא?
לעצט פאראכטן דורך thefact אום דינסטאג פאברואר 19, 2008 1:34 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 19, 2008 12:46 pm

פארוואס קומט דאס ארויף אויף היברא און אזוי ]אני איך האב סעלעקטעט ענגלית
צוגעלייגטע
Untitled picture (Small).JPG
Untitled picture (Small).JPG (45.1 KiB) געזעהן 2530 מאל

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » דינסטאג פאברואר 19, 2008 1:26 pm

זיידעניו, פראביר אריינצוגיין אן סעטינגס און סעלעקט נאכאמהל ענגליש,
צוגעלייגטע
Untitled-1.jpg
Untitled-1.jpg (42.42 KiB) געזעהן 2608 מאל
לעצט פאראכטן דורך פיקח אום דינסטאג פאברואר 19, 2008 1:31 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » דינסטאג פאברואר 19, 2008 1:28 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:טחף האב געדאונלאוד די פלעיער אבער יעצט קען איך עס נישט טרעפען. ווי אזוי קען איך אויסגעפונען ווי עס ליגט?

עס ליגט נישט אין ערגעץ, עס איז א סינגל פייל, דארט ווי די דאונלאודס עס דארט איז עס, עס איז נישט אזוי ווי אנדערע פראראמן וואס גייען אריין און אינסטאלן זיך אין אנדערע פלעצער.
אויב עס גייט נישט דאונלאוד עס נאכאמאל.

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » דינסטאג פאברואר 19, 2008 1:33 pm

thefact האט געשריבן:פיקח

וועלכע ווערסיע זאל איך דאונלאודען?
די בעטא?

לפי ידועתי איז נאר דא איין ווערסיע. און אויב נישט, ביזט דאך א אידיש קינד, איז פארוואס באצאלן געלט ווען עס איז דא בחינם, ווען איך בין דיר דאונלאוד איך עס צוויי מאהל, אזוי ווי די מימרא גייט, בחינם נעמט מען צוויי.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג פאברואר 19, 2008 1:34 pm

פיקח

איך האב געדאונלאוד די קאאל פלעיא די בעטא ווערסיע
איין קליינע פייל... (360 KB) מורא'דיג
שכח
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 19, 2008 5:12 pm

שערקויך פיקח.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 19, 2008 6:44 pm

איך האב די זעלבע שאלה ווי אנדי.

איך האב עס דאונלאדירט אבער איך זעה עס נישט.

ס'איז נישט קיין פיייל - ווי פיקח זאגט - ואס ווערט ערגעץ געסעיווט ווי איך שטעל עס אן, ווייל איך קען נישט אנשטעלן גארנישט, עס קומט ארויף דאונלאוד, דערנאך OPEN דערנאך RUN איין אפשען איז נאר דא וועלכע שפראך איך ברויך עס וזהו. ס'איז נישטא בכלל אזא באקסעל און קנעפל ווי SAVE AS.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג פאברואר 19, 2008 7:47 pm

פיקח, פאר יור אינפארמעישען. ווינדאויס מידיא 11 האט אויך די רעזאם פאנקשען. עכ"פ ביי א dvd

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » דינסטאג פאברואר 19, 2008 8:20 pm

צייטליך האט געשריבן: ס'איז נישט קיין פיייל - ווי פיקח זאגט - ואס ווערט ערגעץ געסעיווט ווי איך שטעל עס אן, ווייל איך קען נישט אנשטעלן גארנישט, עס קומט ארויף דאונלאוד, דערנאך OPEN דערנאך RUN איין אפשען איז נאר דא וועלכע שפראך איך ברויך עס וזהו. ס'איז נישטא בכלל אזא באקסעל און קנעפל ווי SAVE AS.

הערט מיך אויס טייערע אידן איך האנדל שוין מיט דעם פראגרעם לכל הפחות 5 יאר און איך זאג ענק עס איז אזוי ווי מען דאונלאדט א רעגיולער פי.די.עף. פייל אדער א פיקטשער א געהעריגע פשוטע און פראסטע פייל. אויב מען טרעפט עס נישט דארף מען גיין צו די דיפאלט פלאץ ווי אלע דאונלאדס גייען אראפ, (גיי אריין אין דיין בראוזערס סעטונגס און געפין אויס ווי דאס איז) וועסט עס דארט טרעפן.

איך קלער אז די פראבלעם איז ווייל עטס נוצט RUN, איך מיין אז מען זאל פשוט מאכן סעיוו און נישט ראן וועט ער אראפגיין געהעריג.

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » דינסטאג פאברואר 19, 2008 8:32 pm

נאטורליך האט געשריבן:פיקח, פאר יור אינפארמעישען. ווינדאויס מידיא 11 האט אויך די רעזאם פאנקשען. עכ"פ ביי א dvd

רוב אויב נישט אלע DVD פראגראמען האבן די ריזאם פאנקשען, אבער נארמאלע AVI פיילס וכדו' איז נישט שייך כמעט ביי קיין איין פלעיער.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך פאברואר 20, 2008 9:40 am

מיט דעם איז פקח גערעכט: מ'דארף מאכן SAVE, באקומסטו דעם פייל, און דעם פייל וועסטו דריקן ווען דו ווילסט עס עפענען.

פקח; א גרויסן יש"כ איך טריי עס אויס, ס'זעהט אויס זייער גוט.

איין גראבע חסרון (עכ"פ ביז ווילאנג איך האב נישט קיין לעזונג), איך קען אים נאר הייסן שפילן "פייל'ס". ביי WINDOWS MEDIA PLAYER האב איך געקענט אים שיקן א ריזיגן פאלדער מיט סוב-פאלדער'ס פון ניגונים און ער האט עס געשפילט.

פונקטליכער - זאלסט כאפן וואס איך מיין - ביי EXPLORER ווען דו רייט-קליקסט אויף א פאלדער, אויב איז דאס א "ניגונים פאלדער" קומט ארויף איינע פון די אפשען'ס PLAY WITH MEDIA PLAYER. ביי דעם פראגראם נעמט ער נישט אן קיין גאנצערטע פאלדער'ס.

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » מיטוואך פאברואר 20, 2008 10:30 am

יגרסהדותא האט געשריבן:איין גראבע חסרון (עכ"פ ביז ווילאנג איך האב נישט קיין לעזונג), איך קען אים נאר הייסן שפילן "פייל'ס". ביי WINDOWS MEDIA PLAYER האב איך געקענט אים שיקן א ריזיגן פאלדער מיט סוב-פאלדער'ס פון ניגונים און ער האט עס געשפילט.

יא יא איך ווייס דערפון, אבער דעי פראגרעם איז בעיקר געמאכט פאר ווידיאס ממילא פעלט עס נישט באמת אויס.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך פאברואר 20, 2008 10:42 am

וואס איז דאס בעסער פון VLC.?

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » מיטוואך פאברואר 20, 2008 10:53 am

זיידעניו האט געשריבן:וואס איז דאס בעסער פון VLC.?

עס איז נישט קיין אינסטאלעישן,
עס האב די resume פאנקשען,
עס איז זייער גרינג און באקוועם צו נוצען,
VLC נעמט א לאנגע צייט ביז מען געוויינט זיך צו דערצו,
און ווי איך האב שוין געשריבן ערגעץ ווי דא אין קרעטשמע אז די VLC מאכט א מאל קונצען מיט די קאודעקס, אז מען זעהט נישט קלאר די ערשטע פאר סעקונדעס ווען מען מאכט אויף א פייל, ספעציעל ווען מען מאכט אויף פלעש פיילס און FLV פיילס.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך פאברואר 20, 2008 2:03 pm

מ'וועט עס טרייען, יישר כח.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 05, 2008 10:42 pm

וויאזוי מאך איך אז דאס זאל ווערן מיין דיפאולט פלעיע?

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » מיטוואך מארטש 05, 2008 10:47 pm

קרעמער האט געשריבן:וויאזוי מאך איך אז דאס זאל ווערן מיין דיפאולט פלעיע?

כאפ אהן עני פייל ווידיאו פייל רייט קליק,
open with,,,,
chose program,,,,,
און נאכדעם סעלעקט קאלפלעיר און מאך א טשעק ביי די
Always use the selected program
בלע בלע בלע
וכן יהיה אי"ה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 05, 2008 11:03 pm

יישר כח.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מארטש 05, 2008 11:49 pm

יישר כח הרב פיקח

עס איז מוירעידיג

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 09, 2008 1:22 am

קען דער פלעיער שפילן FLV פיילס ?

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » זונטאג מארטש 09, 2008 10:19 am

זיידעניו האט געשריבן:קען דער פלעיער שפילן FLV פיילס ?

יא, עס שפיעלט כמעט אלעס.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 09, 2008 3:17 pm

פיקח האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:קען דער פלעיער שפילן FLV פיילס ?

יא, עס שפיעלט כמעט אלעס.
ביי מיר ארבעט עס נישט אויף טרי גי פי און אויך נישט עף על ווי
ווא טיטמען ?


צוריק צו “אוידיא און ווידעאו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט