בלאט 1 פון 1

פאברעצירן א AUDIO סידי; נישט אפגעהאקט צווישן די טרעקס

געשריבן: דינסטאג פעברואר 12, 2008 7:21 pm
דורך צייטליך
איך זיך א פראגראם ווי איך קען ארויפלייגן AUDIO פייל'ס אויף א סידי און עס זאל נישט ווערן אפגעהאקט צווישן אייין טרעק אונעם צווייטן, דאס הייסט אזוי ווי עס קימען ארויס די סידי'ס ווי די ניגונים גייען איינע נאך די צווייטע משולב אריין איינער אונעם צווייטן אנע דעם וואס עס האקט זיך אפ צווישן איין טרעק אונעם צווייטן ווי א געווענליכע מוזיק סידי.

לויט וויאיך זעה קען מען עס נישט מאכן ביי ווינדאוס מידיאו פלעיר, אויב איינער ווייסט אז יא און וויאזוי, וואלט עס געווען א גרויסע טובה.

דערצו האב איך נאך צוויי פראגראמען Audacity און Acoustica אבער מיט די צוייי פראגראמען ווייס איך נישט וויאזוי מ'פאברעצירט בכלל א סידי.


יישר כח למפרע פאר די קימענדיגע הילף.

Re: פאברעצירן א AUDIO סידי; נישט אפגעהאקט צווישן די טרעקס

געשריבן: דינסטאג פעברואר 12, 2008 10:28 pm
דורך פיקח
עס איז דא פראגרעם וואס איז זייער באנוצט ביי די מומחים, עס רופט זיך NERO עס איז דא אסאך פעקדזעס פאר דעם.
עס האט דארט אן אפשען ווען די מאכסט א אוידיא סידי, צו מאכן no pause between tracks, דאס וועט סאלבען דיין פראבלעם. איך פערזענליך האב עס שוין גענוצט אסאך מאל.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 12, 2008 11:29 pm
דורך שוועמל
מיט AUDOCITY קען מען עפענען די אלע טרעקט און דאס צוזאמשמעלצן אין א נייע פייל, דאן סעיוו און לייג ארויף אויפן סידי און סעיוו אלס אודיא. כ'אב עס געטון אמאל.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 13, 2008 12:38 am
דורך מאשקע
ער דארף דאך אבער קענען מישן פון איין טרעק צום צווייטן, אויב וויל ער.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 13, 2008 12:51 am
דורך שוועמל
אהה שוין אנאנדער געשעפט

געשריבן: מיטוואך פעברואר 13, 2008 9:23 am
דורך פיקח
א יעדעס מאל ווען די מאכסט א אודיא סידי וועט ער אטאמאטיש אהנשטעלן אז עס זאל זיין א PAUSE צווישען איין טרעק און די צווייטע, חוץ אויב די זאגסט אים ער זאל נישט מאכן א פאוז. ממילא דארפסט בעיקר קוקען אויף די פראגרעמס וואס זענען געמאכט צו שרייבען סידיס, און דארט וועסט מסתם טרעפן די אפשען, אבער נישט ביי די אלע פראגרעמ'ס וואס זענען געמאכט צו עדיטען מוזיק.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 13, 2008 9:25 am
דורך פיקח
אויב איינער וויל די אויבן דערמאנטן פראגרעם קען איך עס צושטעלן אומזינסט.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 13, 2008 9:57 am
דורך צייטליך
אדרבא ואדרבא, דאס אידאך וואס איך זיך.

א גרויסן יישר כח רב פיקח פאר די אינפארמאציע און פאר די ווייטערדיגע הילף.

נו, ווי קען מען עס האבן פאר אימזינסט ?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 13, 2008 10:19 am
דורך פיקח
דאונלאוד א טרייעל פון דא און נאכדעם וועל איך דיר צושטעלן דאס איבריגע, די טרייעל וועט נאר ארבעטן פאר 15 טעג,
http://www.nero.com/enu/downloads-nero8-trial.php

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 2:11 pm
דורך צייטליך
א גרויסן יישר כח רב פיקח נאכאמאל, איך האב עס דאונלעדירט און עס ארבייט ב"ה פיין - דערווייל אויף טרייעל..

איין קלייניגקייט נאר, איך ברויך נישט "NERO" אלץ מיין "דיפאלט" מידיאו פלעיער, איך וויל צירוק גיין צו "מידיאו פלעיער קלעסיק" אלץ מיין דיפאלט.

ווי אזוי טוט מען דאס? (ס'איז א פשוטער זאך, איך האב נאר יעצט פארגעסן)

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 4:32 pm
דורך פיקח
גיי אויף עני פייל וואס די ווילסט טוישען, רייט קליק מיטן עכבר, מאך open with נאכדעם מאך choose program און סעלעקט די פרגרעם וואס די ווילסט.
מאך זיכער אז עס איז דא א טשעק ביי דעם "always use the selected program" און נאכדעם וועט ער זיך טוישען.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 5:37 pm
דורך צייטליך
א גרויסן יישר כח רב פיקח, אלעס ארבייט ב"ה, און אלעס איז שוין מסודר אויפן בעסטן ארדענונג. כה לחי!

אן עקסטערן יישר כח פאר "טריאו" וואס ער האט מיר פראבירט היינט היפש לאנג צו העלפן דערמיט.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 08, 2010 12:23 pm
דורך מאנאגרעמס
בעסער שפעטער ווי איידער קיינמאל...

אייטונס איז די בעסטע פאר אזוינע פראבלעמען.