איינער מאכט טעגליכע ווידעאס פון סעשענס אויף א קעמערע און ער וויל עס אוועק לייגן למען יעמדו ימים רבים, און אויך כדי צו קענען איבער קוקן וואס מען האט געלערנט, פראגרעס וכו'. די ווידעאס זענען בדרך כלל א האלבע שעה לאנג און גרויס א גיג. איז דא צוויי אפציעס, אנליין און אפליין.
איך וויל אז יענער זאל האבן ביידע. די פראבלעם פון אפליין איז אז יענער האט ביזדערווייל נישט קיין סערווער וועל איך מוזן קויפן א עקסטערנעל הארד-דרייוו, די שאלה איז וואו אזוי מאך איך די שנעלסטע אז ס'זאל ווערן געטראנספערט פונ'ם עס-די צום הארד-דרייוו.
די שאלה מיט אנליין איז אז יענער טענה'ט אז ס'נעמט אים צו לאנג צו אפלוידן יעדער מאל א גאנצע גיג, וואס וואלט געווען די בעסטע עצה פאר אנליין. יענער האט אפיס365 און וואן-דרייוו האט א טעראבייט סטארעזש וואס איז גאנץ גוט. וואו אויך האבן זיי א סייט פאר ווידעאס גערופן 'סטריעם' אבער כ'האב מיך נאך קיינמאל נישט באנוצט מיט דעם ממילא ווייב איך נישט וויאזוי עס ארבעט.
אדער זאל איך נוצן פאר אנליין א פשוטע בעקאפ?
אפשר זאל יענער נוצן א קעמערע וואס אפלויד גלייך אנליין?
אפשר קאמפרעסן?
עני העלפ אפרישיעטעד.
אוועקלייגן ווידעאס אנליין / אפליין
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
אוועקלייגן ווידעאס אנליין / אפליין
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2190
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am