קאנווערטן קאסעטעס צו מוזיק פיילס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

קאנווערטן קאסעטעס צו מוזיק פיילס

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג מארטש 25, 2007 1:45 pm

איך האב זייער אסאך אלטע ניגונים טעיפס, און כ'וויל זיי האבן אין קאמפיוטער, וויאזוי טוט מען דאס, וואס דארף מען האבן דערצו, וואס קאסט דאס?
ווער עס האט אן השגה אין דעם ענין זאל מיר ביטע ארויסהעלפן.

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג מארטש 25, 2007 7:03 pm

ס'איז פאראן אזוייפיל צו שרייבן דערוועגן. מאך נאר א "סוירטש" אויף גוגל (Cassette to MP3) וכדו', וועסטו שוין זעהן וויפיל קאמפאניס שטעלן דיר צו פון גאר ביליג ביז גאר טייער פאר מער אפציעס.

די פשוט'סטע וועג איז דאונצולאודן דעם פראגראם AUDACITY, עס איז אומזיסט, טויזענטער מענטשן נוצן דאס ווייל עס איז די בעסטע פאר אומזיסט (מאך א סוירטש ארויף דעם אויך, וועסט עס תיכף טרעפן), און נעם א קלארן טעיפ-שפילער, און נעם א קעיבל וואס מ'לייגט אריין אין א העדפאונס דזשעק (איך מיין עס רופט זיך 2.5mm קעיבל) (אדער 3.5mm), פון ביידע זייטן די זעלבע, שטעק אריין איינס אין דעם העדפאונס פלאג פון דיין טעיפ-שפילער, און די צווייטע צו "ליין-אין" אין דעם סאונד קארד פון דיין קאמפיוטער, און עפן דעם א.ד. פראגראם און דרוק "רעקארד". קענסט לאזן לויפן ווילאנג דו ווילסט. דו קענסט שפעטער צוטיילן טרעקס, אויסמעקן געוויסע חלקים וואס דו ווילסט נישט מען זאל הערן, שטילער/העכער מאכן, וכדו'. דו קענסט עס דערנאך סעיוון פאר א WAV פייל, וואס איז זייער קלאר (CD Quality) אבער פארנעמט גאר אסאך פלאץ אין קאמפיוטער, אדער סעיוון פאר אן MP3. ס'איז כדאי צו וויסן אז MP3 האט אויך געוויסע מדריגות אין קלארקייט, ווענדט זיך ווי שטארק עס איז קאמפרעססד (צוקוועטשט). AUDACITY מאכט דאס נאר אויף דעם קלענסטן מדריגה, פון 128 KBPS. פאר רוב מענטשן איז דאס איבער גענוג.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
גאליציאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2007 1:05 pm
לאקאציע: אין גאליציא

תגובהדורך גאליציאנער » זונטאג מארטש 25, 2007 10:45 pm

בס"ד

כ'האב געניצט AUDACITY
נישט ציפרידען געווען
יא אין ניין ס'ווענד זיך

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג מארטש 25, 2007 10:56 pm

ווידעראום איך נוץ עס אסאך, איך בין זייער צופרידן. וואס איז דיין פראבלעם? אפשר קען איך דיר העלפן? לפי ידיעתי איז עס זייער גרינג און יוזער-פריינדליך.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג מארטש 26, 2007 12:03 pm

שקויעך טאביק פאר דיין הילף. זאלסטו זיין געבענטשט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 26, 2007 12:24 pm

א גרויסען שכויעך שמעק טאביק,

איך דארף עס פאר א צווייטע סיבה, כ'זיך שוין לאנג צו דאונלאודן פאר פרייי אן אפצאל א פראגרעם וואס מען קען זיך אליינס רעקארדן, מ'קען ארויפלייגן איין טרעק אויפן צווייטען אד"ג, הגם ס'איז נישט די פראפעשענעל פראגרעם, אבער פאר אימזיסט איז עס זיכער גוט, כ'האב עס אקורשט געדאונלאד, אבער כ'גלייב אז עס האט צענדליגע אפשענס זיך צו שפילן דערמיט,

נאכאמאל א גרויסן שכויעך, און איך נעם אן דיין אנבאט איבער די פרייע הילף אויך....
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג מאי 10, 2007 12:52 am

שמעק טאביק, געוואלדיג.
דיין ארטיקל איז זייער באלערנד און וויפיל איך קען AUDICITY איז עס ריכטיג.

ביי די וועי, עס איז פאראן א קליינע מאשינקע וואס מ'קען דערין אריינלייגן א טעיפ, און מ'פלאגט עס אריין אינעם USB און עס קאפירט דעם גאנצן טעיפ אויף אן MP3
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2007 2:40 pm

אלץ ווייסער, האסט אפשר א לינק אדער א נאמען פון די מאשינקע?

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2007 8:23 pm

הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג דעצמבער 18, 2007 12:11 pm

יישר כח!!!!
די פאקט

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאפיגיי » פרייטאג דעצמבער 21, 2007 1:19 pm

איך זוך זייער שטארק א גוטע פראגראם צו אריבערצולייגען טעיפ'ס צום קאמפיוטער, איך האב געדאונלאודט די "אודעסיטי" פראגראם וואס די קרעטשמעריסטען האבן רעקאמענדירט, און איך האב עס אויספרובירט, און עס איז אינגאנצען נישט אוועקצומאכען, עס איז גאנץ גוט, אבער אין קאמפיוטער איז דא א פראגראם וואס הייסט סאונד-רעקארדער, וואס דאס רעקארד עפעס אויסטערליש געוואלדיג!!! עס ריקארדעט טאקע אויף וועיוו פארמאט, וואס נעמט אויף זייער אסאך פלאץ אינעם קאמפיוטער, אבער מען עס שפעטער קאנווערטן צו אן אנדערע פארמאט, א שטייגער ווי מפ3, און די קלארקייט בלייבט! עס איז אזוי קלאר, אז טייל מאל איז עס נאך קלארער ווי די מקור אליינס אויפן טעיפ!
וואס איז אבער די חסרון? אז איך קען נישט רעקארדען מער ווי א מינוט אין א צו, נאך א מינוט שטעלט עס זיך אפ, און אויב וויל איך ממשיך זיין דארף איך זיין גרייט אויפן פלאץ, און געבן גלייך בליץ שנעל א דרוק אויפן קנעפל עס זאל ווייטער גיין, און אזוי יעדע 60 סעקונדעס, וואס איז קיין תכלית נישט ווי פארשטענדליך. ווייסט איינער אן עצה דערפאר ווי אזוי מען קען אנשטעלן אז עס זאל רעקארדען פאר לענגער וויילעס???
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » פרייטאג דעצמבער 21, 2007 1:30 pm

הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאפיגיי » פרייטאג דעצמבער 21, 2007 1:33 pm

וועלכע זאל איך דאונלאודען, די 1טע אדער די 2טע?
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » פרייטאג דעצמבער 21, 2007 1:34 pm

די זעלבע זאך (MIRROR)
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאפיגיי » פרייטאג דעצמבער 21, 2007 1:36 pm

וואס איז די חילוק? און וואס מיינסטו מיט ()?MIRROR
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » פרייטאג דעצמבער 21, 2007 1:40 pm

די זעלבע זאך נאר פון צוויי דאונלאוד לאקעשנ'ס
איינס שפיגל'ט דאס צווייטע און דאס ווערט אנגערופן אין technical terms מירראר... א שפיגל...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאפיגיי » פרייטאג דעצמבער 21, 2007 1:44 pm

שכוח
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מוצ"ש דעצמבער 22, 2007 5:57 pm


אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » מיטוואך ינואר 02, 2008 9:38 am

רבותי הערט מיר אויס,
עס איז דא א אפראגרעם פון ADOBE עס ווערט גערופן עדאבי AUDITION מען קען דאונלאדן א טרייעל פון עדאבי פאר דעם, עס איז זייער זייער גוט פאר רעקארדען סאונד עס איז נישט קיין שווערע פראגרעם, און עס האט זייער אסאך באקוועמליכקייטן. טשעט עס אויס ביי
http://www.adobe.com/products/audition/
מען קען דארט באקומען א טרייעל, מען דארף נאר זיין א מעמבער ביי זי וואס דאס איז בחינם און גרינג. אויב איינער איז אינטרעסירט וועל איך פאוסטן די קאוד פאר דעם מען זאל נישט דארפן סאפלייען די קאמפעני מיט $$$$$.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך ינואר 02, 2008 11:20 pm

וואס פונקטליך טוט די מאשינקע? עס ריקארד עס שנעלער? ווי עס קוקט אויס קען מען מיט אביסל ווייכגעצייג (סאפטווער) עס אויך טון טא וואס פעלט אויס צו קויפן דעם פופציג טאלערדיגע מאשין?

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג ינואר 03, 2008 12:20 am

פיקח האט געשריבן:רבותי הערט מיר אויס,
עס איז דא א אפראגרעם פון ADOBE עס ווערט גערופן עדאבי AUDITION מען קען דאונלאדן א טרייעל פון עדאבי פאר דעם, עס איז זייער זייער גוט פאר רעקארדען סאונד עס איז נישט קיין שווערע פראגרעם, און עס האט זייער אסאך באקוועמליכקייטן. טשעט עס אויס ביי
http://www.adobe.com/products/audition/
מען קען דארט באקומען א טרייעל, מען דארף נאר זיין א מעמבער ביי זי וואס דאס איז בחינם און גרינג. אויב איינער איז אינטרעסירט וועל איך פאוסטן די קאוד פאר דעם מען זאל נישט דארפן סאפלייען די קאמפעני מיט $$$$$.


יאפס כ'בין אינטערעסירט

שקויעך

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » דאנארשטאג ינואר 03, 2008 11:24 am

לאקשען ברעט האט געשריבן:
פיקח האט געשריבן:רבותי הערט מיר אויס,
עס איז דא א אפראגרעם פון ADOBE עס ווערט גערופן עדאבי AUDITION מען קען דאונלאדן א טרייעל פון עדאבי פאר דעם, עס איז זייער זייער גוט פאר רעקארדען סאונד עס איז נישט קיין שווערע פראגרעם, און עס האט זייער אסאך באקוועמליכקייטן. טשעט עס אויס ביי
http://www.adobe.com/products/audition/
מען קען דארט באקומען א טרייעל, מען דארף נאר זיין א מעמבער ביי זי וואס דאס איז בחינם און גרינג. אויב איינער איז אינטרעסירט וועל איך פאוסטן די קאוד פאר דעם מען זאל נישט דארפן סאפלייען די קאמפעני מיט $$$$$.


יאפס כ'בין אינטערעסירט

שקויעך

האסט שוין די אינסטאלעישען פיילס??
אויב יא אינסטאל עס און טשעק אויב מען קען אריינלייגן א קויד, אויב יא לייג אריין דעם קאוד 1137-1166-2623-3193-0397-7006. הצלחה רבה

יואלי
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2007 4:56 pm

תגובהדורך יואלי » זונטאג ינואר 06, 2008 1:58 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:וואס פונקטליך טוט די מאשינקע? עס ריקארד עס שנעלער? ווי עס קוקט אויס קען מען מיט אביסל ווייכגעצייג (סאפטווער) עס אויך טון טא וואס פעלט אויס צו קויפן דעם פופציג טאלערדיגע מאשין?

גם אני מצטרף איך בעט זייער ווער עס קען זיך נעמען די מי אין אראפשרייבן בקיצור נמרץ וואס דא גייט פאר וואס טוט די מאשין וואס טוט מען מיט די סאפטווער וכדו'
און צו מען קען בכלל קאפיען שנעלער ווי די נארמאלע ספיד פון א טעיפ.
וזכוס הרבים טלוי בו. יישר כח

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » מאנטאג יוני 30, 2008 9:20 pm

איך ווארט נאך אלץ צו הערן פון איינער וואס האט שוין עפעס אויספרובירט

איך האב אפאר לעדלעך מיט טעיפס און אסאך פון זיי וויל איך ארויפלייגן אויפ'ן אייפאד

איך זוך א גרינגע איינפאכע וועג מיט א פשוט'ע ווייער וואס איך האב שוין אפילו צוויי דערפון.....

יגדיל
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2007 7:03 pm

תגובהדורך יגדיל » זונטאג מארטש 01, 2009 1:13 pm

איך כהאב געקופט דעם ווייער
אבער סוף כל סוף ווייס איך נישט וואסארא פראגראם אראפ צולאדענען איך וויל וויסען ווער עס האט עפעס אויספראבירט ?
אין עס איז כדאי אראפ צונעמען
אין עס איז קלאר
ווער עס ווייסט ביטע העלפען ייש"כ


צוריק צו “אוידיא און ווידעאו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט