בלאט 1 פון 5

Itunes הילף

געשריבן: זונטאג מארטש 06, 2011 12:09 pm
דורך יארצייטן
ביטע ווער עס ווייסט זאל ארויסהעלפן

איך האב מוזיק פיילס אויף אן עקסטערנעל הארד דרייוו מחמת איך האב אין קאמפיוטער נישט קיין פלאץ.

איך דרעג-דראפ זיי אריין אין אייטונס לייברערי, די מעשה איז אבער אז די קומענדיגע מאל איך וויל שפילן די מוזיק, געט עס מיר אן ערראר, און עס זאגט אז זיי קענען נישט לאקעיטן די פיילס פאר די מוזיק.

אלזא וואס טוה איך דא?

קען מען טאקע נאר נוצן אייטונס פאר מוזיק וואס איז אין קאמפיוטער'ס הארד דרייוו?

געשריבן: זונטאג מארטש 06, 2011 1:53 pm
דורך elmonsey
דאס געשעהט אויב די פלאגסט ארויס די הארד דרייו

געשריבן: זונטאג מארטש 06, 2011 2:11 pm
דורך יארצייטן
יא, אבער נאכדעם אפילו איך פלאג עס צוריק איין, וויל זיך עס נאך אלץ נישט לאזן לאקעיטן פון זעך אליין.

געשריבן: זונטאג מארטש 06, 2011 10:12 pm
דורך oko
בפשטות איז דאס ווייל א יעדע דרייוו וואס ווערט מחובר אין קאמפיוטער קומט ארויס מיט א לעטער -דרייוו C דרייו E וכו' = ממיילא די ערשטער מאל וואס די הארדרייוו איז געוועזן מחובר איז עס געווע למשל E און שפעטר ביים צווייטן מאל איז עס מחובר ביי לעטער F וכדומ' = ממילא וועט דער אייטונס זאגן האלט איך קען עס נישט לאקעיטן ס'איז א צווייטע פלאץ

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2011 10:54 pm
דורך יארצייטן
איז וואס איז די עצה?

איך טראכט א פלאן, ארויפצולייגן אייטונס אויפן עקסטערנעל דרייוו גופא, און אנשטעלן אז אלע מוזיק זאל ווערן אריינקאפירט אין אייטונס, נישט בלויז זאלן זיי זיין שארטקאטס.

שטימט??

געשריבן: מאנטאג מארטש 07, 2011 11:08 pm
דורך לאטצי
דעס איז נישט די עצה
קודם מאך זיכער צו דעס איז די פראבלעם. קוק ביי מיי קוימפיוטער וועלעכע דרייוו עס איז און נאכדעם טשעק. אין אייטאנס אין די לייבערי ווי איז עס פלאצירט די סאנג

געשריבן: דינסטאג מארטש 08, 2011 11:10 am
דורך ליינער
איינער האט א פראומו קאוד פאר itunes?

געשריבן: דינסטאג מארטש 08, 2011 3:32 pm
דורך leiby
זיי האבן אידישע ניגונים?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:05 am
דורך הערשי קניהויז
די Maccabeats האבן זיי..

געשריבן: מיטוואך אפריל 27, 2011 2:31 pm
דורך תרנגול
א קלאץ קשיא

וואס איז די נפקא מינה פון add file to library און import?

געשריבן: פרייטאג יולי 01, 2011 11:07 am
דורך הערשי קניהויז
א יעדעס מאל וואס איך עפען אויף אייטונס ווערט ער אוטאמאטיש מיין דיפאולט פלעיאר. ווייסט איינער וואס איך ברויך צוטוהן עס זאל נישט געשעהן?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 4:23 pm
דורך ליינער
פארוואס קען איך נישט צולייגן א פאלדער צו אייטונס?
איך האב די פאלדער מיט א סי די אויף מיין קאמפוטער און עס שרייבט אז עס קאפיעט זיך צו אייטונס אבער איך קען עס נישט טרעפען

איך זיך שנעלע הילף אין itons

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 10:44 pm
דורך נאר נייעס
לעטצטנס ווען איך sync מיין אייפד מיט itons לאזט ער מיר נישט
ער זאגט מיר אז ער האט עפעס א bug
וויסט איינער וואס עס מיינט
האט עס שוין איינער געהאט אמאל ???

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 8:51 am
דורך נאר נייעס
וויאזוי קען איך כאפן א בילד פון די קאמפויטער ??

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 2:38 pm
דורך נאר נייעס
ער ארבעט נישט
איך קען גארנישט טוהן ווען די מעסיטש איז אפען

דעס איז די מעסיטש
a problem caused the program to stop working correctly.windows will close the program and notify if a solution is available
Debug Close progrem

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 4:23 pm
דורך נאר נייעס
where can i find it ?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 7:00 pm
דורך oko
ס'קען זיין א עצה - צו ארויסווארפן און unistall די גאנצע איי-טונס און פון פריש אריינלייגן די איי-טונס - אזוי וועט זיך אלעס צוריק סעטן ווי ס'דארף צו זיין

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 9:36 pm
דורך נאר נייעס
I do that also & it didn't work
Is there any other way to fix it
Or somebady know what it can be ??

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2011 6:34 pm
דורך נאר נייעס
קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע וואס האבן פרובירט ארויס צי העלפן

מיין פראבלעם איז געווען
איך האב געמאכט אפאר פאלדערס פאר די פוקטשרס איך האב אבער עס נישט גוט געמאכט
באט ב"ה די אייבערשטער האט געהאלפן
נאך אביסל גוגלען איז מיר בייגעפאלען אז דאס קען זיין די פראבלעם
און וכך הוה....

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 9:35 am
דורך נאר נייעס
וועלעכע חלק האסטו נישט פארשטאנען ?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2012 10:13 pm
דורך ים רויבער
וויאזוי unistall איך אייטונס?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2012 10:16 pm
דורך leiby
זיי ביטע מסביר דיין קשיא.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2012 11:06 pm
דורך ים רויבער
אייטונס מאכט מיר פראבלעמען איך וויל עס אן איסטאלען וויאזוי טוט מען עס (איך בין א עם הארץ אין די ענינים אין איך דארף סימפעל דירעקשענס)

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2012 12:10 am
דורך leiby
מיינסט אנאינסטאלן די אלטע און פריש אינסטאלן א נייע?

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2012 12:43 am
דורך ים רויבער
יא