בלאט 1 פון 1

הילף נויטיג - ווינדוס מידיע פלעיער עפנט זיך נישט?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 11, 2010 9:06 am
דורך פעטריטשקע
די לעצטע וואך צייט האב איך זיך אנגעשטויסן אין א מאדנע פראבלעם,
ווינדאוס מידיע פלעיער עפנט זיך פשוט נישט אויף, איך דריק אויפן אייקאן און ער מאכט זיך פשוט נישט צו טוהן, כ'האב פרובירט עס צו עפענען דורך א מוזיק פייל ולא עלתה לי.
כ'האב פרובירט אפדעיטן די ווערזשאן, זאגט ער מיר כ'האב די לעיטעסט ווערשזאן נאו אפדעיטס אוועיליבל.
קען איינער מיר העלפן??????
א דאנק!

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 11, 2010 12:03 pm
דורך leiby
איך האב געהאט די זעלבע פראבלעם ביי ריל פלעיער, מיין עצה איז געווען, איך בין אריין צו טעסק מענעדזשער, אין געסטאפט פין דארט (end process) , אין ס'האט געהאלפן,
פרוביר עס אויס ביי דעם,
אולי.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 11, 2010 12:38 pm
דורך ליסקא
עמו אנכי בצרה........ ווי אזוי קןמסטו אן צו טעסק מענעדזשער ?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 11, 2010 12:51 pm
דורך מאנאגרעמס
ctrl+alt+delete

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 11, 2010 12:52 pm
דורך leiby
ctrl - alt - delete צוזאמען,
אדער רייט קליק אינטן אויפן טאלבאר העסטו זעהן איינע פין די אפשען'ס

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 11, 2010 3:20 pm
דורך leiby
גיי צו די צווייטע אויבן "processes" קוק אויב די זעהסט wmplayer.exe אויב יא קליק אויף דעם אין קליק end process רעכטס אינטן.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 11, 2010 6:57 pm
דורך פעטריטשקע
דעם פראבלעם קאן איך שוין.
וואס טוט מען אבער אז אין פראסעסעס ווערט נישט דערמאנט קיין זכר פון מידיע פלעיער?
ס'הייסט ס'האט קיינמאל נישט אנגעהויבן צו ארבייטן, ער מאכט זיך פשוט נישט וויסענדיג!

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 11, 2010 10:34 pm
דורך leiby
האסט שוין פרובירט צו ריסטארן דיין קאמפיוטער?

געשריבן: פרייטאג מארטש 12, 2010 6:40 am
דורך פעטריטשקע
וואס מיינט ריסטארן? ריסטארטן?
אדער עפעס וואס כ'ווייס נאכנישט?

געשריבן: פרייטאג מארטש 12, 2010 9:56 am
דורך קרעמער
system restore

start>all programs< accessories<system tools<system restore

געשריבן: פרייטאג מארטש 12, 2010 11:38 am
דורך leiby
כ'האב נישט דעס געמיינט כ'האב געמיינט "ריסטארט",
אבער אז די שרייבסט שוין יא, איז אזוי סיסטעם ריסטאר איז געמאכט אויב מ'אינסטאלט א נייע פראגראם אדער א נייע סעטינג, איז נאכן ריסטאר גייט ער צוריק צום פריערדיגען שטאפל, פין פארן אינסטאלן,
קען טאקע זיין אז דעס איז דיין סיבה צום פראבלעם,

ווען די מאכסט סיסטעם ריסטאר זאגן זיי וועלכע פראגראם זיי גייען ארויסנעמען, מילא מאך זיכער אז די מעקסט גארנישט אויס, עפעס וויכטיג.

געשריבן: פרייטאג מארטש 12, 2010 11:39 am
דורך leiby
כ'האב דיר געשריבן אין אישית וואס נאך ס'קען זיין