בלאט 1 פון 1

די צעפארענע אימעילס פון "ווינדאוס מעיל" אין וויסטע

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 03, 2009 10:09 am
דורך שוועמל
באקאנט אין וויסטע האט מייקראסאפט געטוישט די נאמען פון "אוטלוק עקספרעס" צו "ווינדאוס מעיל".

צווישן די נאכווייען וואס וויסטע האט איבערגלאזט אונטער זיך איז טאקע דער ווינדאוס מעיל.
ווען מען טייפט דארט א מעסעזש קוקט אלעס אויס גוט, אבער דער רעסיפיענט וואס קריגט דעם מעסעזש זעהט עס אזוי מין צופארן אז נאר (בקמץ).

א חלק טעקסט איז סייז 10, די אנדערע חלק איז סייז 12, דערנאך ווערט עס צוריק סייז 10, און טיילמאל טוישט זיך די פאנט סטייל פון עריעל צו טיימס. בקיצור א מין צעמישעניש וואס נאר מייקראסאפט קען צושטעלן.

און ווי געזאגט, דער הויפט פראבלעם איז דער וואס שרייבט דעם מעסעזש פון וויסטע זעהט נישטאמאל די אלע חסרונות אבער דער רעסיפיענט וואס עפענט דעם מעסעזש זעהט עס.

איך באקום אסך אזוינע אימעילס פון וויסטע באנוצער, ס'יז טיילמאל צום לאכן.


איז דא סאלושען דערפאר?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2009 8:57 pm
דורך ברוך_שמו
שוועמל, כ'דענק נישט אויב ס'האט היינט גערעגנט אז דו זאלסט מיר דא ארויסוואקסן מיט דיינע פראבלעמען...
אבער הער מיר גוט צו, הונדערטער אידן - און טויזנטער מיליאנען גוים - באנוצן היינט צוטאג דעם "ווינדאוס מעיל", און וואס זאל איך דיר זאגן? ביי קיינעם וואקסט נישט קיינע שוועמל!...
יעדנ'ס אימעילס קומען אן צום זאך - אפשר אחוץ דיינע.
איז זאל איך דערפאר באמיען ביל געיט'ס אליין צו פאררעכטן דיין מאשין?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2010 1:39 pm
דורך מוטשע נישט
דאונלאוד די נייע "ווינדאס מעיל לייוו" אפשר וועט דאס פותר זיין דיינע פראבלעמען. בכלל איז דאס בעסער אויסגעשטעלט

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:37 am
דורך למעלה משבעים
איך פראביר צו אינסטאלן די ווינדאס מעיל לייוו, און עס קומט מיר ארויף די עראר,
עני העלפ?
בילד

געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2010 7:07 pm
דורך נחמן נתן
ביזט פארלוירן?? נישט געזארגט שיק א טעקסט צו 718-438-8398 און איר זעט א געהאלפענער............

געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2010 7:20 pm
דורך למעלה משבעים
דארט איז אויך צוריק אן עראר...
דערווייל מיין איך אז עס איז מיין פראבלעם, אז ער פראבירט זיך צו קאנעקטאן ערגעץ צו ווי איך בין געבלאקט, ממילא קען ער זיך נישט אינסטאלן.