בלאט 1 פון 4

קאמפיוטער וויירוס

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 11:28 am
דורך אונגארישער
סאיז מסתם שוין דא אזא אשכול אבער כהאב עס נישט געטראפען

כהאב באקימען היינט אפאר אי מעילס אין מיין אינבאקס אין ווען איך האב געקליקט דערויף זאגט מיר מיין קאמפיוטער אז איך האב א טרעט קעגן מיין קאמפיטער סקען זיין אז מיין קאמפיוטער איז עט ריסק אינטער אטאקע אין כזאל קויפן אנטי ווירוס פרא

אויכעט קען איך איך נישט עפענען אינטערנעט עקספלארער

עני העלפ ?

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 11:34 am
דורך משה קארנפעלד
זיי אביסל מער מסביר, ווער איז דער זאגער? דיין ווירוס פראטעקטער? קען זיין ער וויל בלויז מאכן געלט אויף דיר.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 11:42 am
דורך אונגארישער
יישר כח משה פארן ענטפערן

יא מיין פראטקטער אבער די מעשה איז אז איך קען נישט עפענען אינטערנעט עקספלארער ווייל עס זאגט אז מיין קאמפיוטער איז אינטער אן אטאקע :cry:

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 11:55 am
דורך אונגארישער
האב איך געמאכט א סקען מיט ספייווער זאגט ער איך האב 34 טרעטס

ווינדאואס עקס שרייט אז מיין קאמפיוטער איז INFECTED

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 11:58 am
דורך לאז געמאכט
די גרעסטע חורבן איז ווען עס שטייט אז ווינדאס זאגט אז די קאמפיוטער איז אינפעקטעט! מען האט שוין עטליכע מאל גערעדט דערפון.

ווינדאס האט נישט קיין וויירוס סקענער, ווען עס שטייט אז יא איז עס א וויירוס וואס האט זיך א נאמען געגעבן ווינדאוס.

אבער ס'איז נישט געפערליך עס איז דא גוטע טאל'ס וואס קענען אים ארויס טראגן פון דארטן אין נאו טיים

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 12:10 pm
דורך אונגארישער
טענקס לאז געמאכט

זאגסט אז עס איז א וויירוס וואס ריפט זיך ווינדאוס סמאכט סענס ווייל איך האב A V G סקענער אין זיי האבן עס נישט געכאפט

יעצט זע איך זיי שרייבן אז עס איז ספיי ווער וויירוס

הכלל ווי האט מען גערעדט דערפין אין וואס טיט מען דא

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 12:20 pm
דורך סתם_אזוי
גיי צו קאמפיוער און פראגרעמינג>מייקראסאופט ווינדאוס און זיך אויף א אשכול וואס מען רעדט דערפון. (איך האב נישט יעצט קיין צייט און געדולד צו אויפזוכן, סארי)

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 12:34 pm
דורך אונגארישער
שכוח סתם אזוי שוין געווען דארט נישט דא קיין עצה דארט

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 12:36 pm
דורך צייטליך
אוי, רעד נישט פון קיין אנגעווייטאגטע נושאים...

כ'האב הערשט יעצט גענדיגט מיט מיין קאמפיוטער... דאס איז געווען עפעס מער ווי איך קען מיר פארשטעלן, מיין קאמפיוטער האט זיך אנגעצינדן און זיך גלייך צוריק אויסגעלאשן.

מיין מעכאניקער האט מיר אינסטאלירט א נייער אנטי-וויירוס סקענער און פראטעקטער. נישט AVG נאר אנשטאט האט ער געלייגט עפעס מיטן נאמען NORTON, עס דארף צו הייסן שטערקער און בעסער פון AVG, לדעת מיין מעכאניקער.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 12:45 pm
דורך אונגארישער
צייטי
מיין קאמפיוטער האט זיך ברוך השם נישט פארלאשען אבער צרות מאכט ער געניג כקען זיך נישט רירן אידע פאלדער וואס איך עפן ריקט זיך אן דער רשע אין מאכט מיר ציידרייט

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 1:15 pm
דורך לאז געמאכט
צייטליך רעדט נישט פון נארטאן איך האב עס פיינט.

וועגן א טאל דעס צו קלינען איינמעניט איך שיק שוין בעזהשי"ת.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 1:29 pm
דורך אונגארישער
לאזי שוין א דרייפערטעל שעה :cry:

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 1:37 pm
דורך לאז געמאכט
סארי פאר די דילעי, שיק אונז א אימעיל lozgemachet gmail.com אדער א אינוויטעשאן אויף טאלק.

יישר כח

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 1:39 pm
דורך לאז געמאכט
רוב מאל גיב איך די לינק פאר אידן וואס האבן ענדליכע פראבלעמ'ן און עס ארבעט ווינדערלעך.

אבער ס'קען זיין אז ער האט א אנדערע זאך דער אונגארישער האט נישט געגעבן גענוג פרטים...

http://download.bleepingcomputer.com/ma ... -setup.exe

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 1:51 pm
דורך סתם_אזוי
וואס איז דאס? עס קען עפעס געשען אויב איך דאונלאוד עס צו מיין קאמפיוטער? פון וואו קומט דאס?

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 2:00 pm
דורך לאז געמאכט
דאס איז א פראגראם צו קלינען מאלווער.

קענסט עס דאנלאדן רואיג.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 2:50 pm
דורך קרעמער
יישר כח לאז געמאכט, איך האב עס אראפגעלאדנט און געלאזט רייניגן דעם מאשין, ער האט טאקע געפונען היבש אסאך סחורה און פארניכטעט.

לאמיר האפן אז עס האט עפעס אויפגעטאן.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 3:15 pm
דורך פאטאקי08
FREE AVG
אפ טו דעיט
איז רעקאמענדירט פאר א האום ענד אפיס קאמפיוטער

פינטל.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 3:17 pm
דורך סתם_אזוי
פאטאקי08 האט געשריבן:FREE AVG
אפ טו דעיט
איז רעקאמענדירט פאר א האום ענד אפיס קאמפיוטער

פינטל.

מיר האט עס נישט געהאלפן

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 3:22 pm
דורך פאטאקי08
משא"כ
די זיבעציגער וואס די האסט געצאלט פאר נארטאן האט דיר יא געהאלפן?

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 3:23 pm
דורך סתם_אזוי
כהאב נישט געצאלט. איך זיך נאך עפעס פאר פרי.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 7:09 pm
דורך סאכדעס
עי ווי דזשי די פרייע, העלפט נישט פאר קיין ספייווער. א טעקנישן האט מיר געזאגט, אז ער האלט אז יעדער זאל זיך איינהאנדלן אן עי ווי דזשי פאר 45 דאלער.

געשריבן: פרייטאג יוני 26, 2009 4:24 pm
דורך אונגארישער
איך וויל מיר דא אויסדריקען א הארציגען יישר כח פאר ר לאז געמאכט פארן מיר פיקסן מיין פראבלעם

איך העל עס מאכן מיט א מעשה וואס איך האב געהערט בשם ר פישל שעכטר

איך וויל מקדים זיין לא איש דברים אנכי לא שרייבער אנכי אלא "אנגי"

פארציילט ער אז ער דרייוט א 1984 סטעישאן וואגן (פארן אינגן ציבור דא דאס איז אזא וואגן ציפירן מענטשן , אין האדא נאנאש האט מען עס געריפו א "פיאקער" ) אין פארשטייט זיך פין צייט צי צייט געמאכט פראבלעמען

איינמאל איז ער געווען בי די מעקעניק אין ער זאגט פארן מעקעניק אז ער מיינט אז ער דארף א נייע "רעדיעטער"
זאגט עם די מעקעניק איך מיין דיין רעדיעטאר דארף א ניי קאר

איימאל קאלט ער אן די מעקעניק אז זיין קאר האט מער נישט קיין "פעדל" נא אן קיין פעדל קען מען נישט געבן קיין געז אין די קאר פארט נישט וואס טיט מען
זאגט עם די מעקעניק לייג דיין קאר אין דרייו אין ראל אריין צי מיר אין שאפ

פיין מען הייבט אן צי ראלן אין די בארא פארקער גאסן פארשטייט זיך געפארן אויף צוויי מייל א שעה אין יו יארק סיטי פארן צוויי מייל א שעה מיינט פייפעראציעס מיט בלאזעראציעס
נעמט ער זיין פעדל אין די הענט שטעקט עס ארויס פין די פענטסטער אין פאכעט דערמיט ווי ציזאגן סהעט ענק גארנישט העלפן שנעלער קען איך נישט פארן
פארשטייט זיך מהאט עם געפעסט

קימט ער אבער אן צי א שמאלע וואן וועי גאס ואס איז אביסעלע "בארג ארויף" :oops: ואס טיט מען דא בארג ארויף קען מען נישט "ראלען"

סהאט זיך אנגעהויבן א פייפעריי מיט קלללות פין די ערלים אז עס איז געגאנגען א רויך

ענדליך קימען אן אינטער עם אפאר אינגעלייט קימען ארויס פין די קאר
ר פישל וואטס גאינג אן וויט יו ? ווייזט ער זיי זיין פעדל  

אין געגאנגען אפאר אינגעלייט גייען אינטער זיין קאר אין שטיפען עס ארויף די בארג

ער קימט אן צי די מעקעניק די מעקניק האט עם עס געפיקס , אין געט עם א ביל פין 46 דאלער

אין ר פישל "וויינט"
די מעקעניק פרעגט עם ר פישל די קאר איז טאקע נישט מער ווערט ווי 46 דאלער אבער מה כל הרעש ?

זאגט ר פישל סאיז מיר ביי געפאאלן אז ווען מוועט נאכן הינדערט אין צוואנציג ארויף קימען אויף יענע וועלט צים בית גין של מעלה וועט מען אונז פרעגן ווען די ביסט אדארעך געפארן א קאר פין א איד וואס זיצט סטאק
ביסטו געווען פין די וואס האבן "געפיפן"
אדער ביסטו געווען פין די וואס האבן געהאלפן שטיפן די קאר

לענינו ווען מוועט ארויף קימען אויף יענע וועלט מען אונז פרעגן ווען די האסט געהערט אז א איד האט א פראבלעם זיין קאמפיוטער האט א ווירוס ער קען נישט ארבייטן ער האט שאדן א טאג ארבייט א טאג פרנסה ביסטו געווען פין דיי וואס האבן געהאלפן אגער פין די אנדערע (קיינער האט דאך נישט געפיפן דא)

לאזי וועט קענען זאגן יא איך האב עם געהאלפן אפילו איך האב נישט געהאט קיין צייט :roll:

געשריבן: מוצ"ש יוני 27, 2009 9:55 pm
דורך פאטאקי08
סאכדעס

מעג איך וויסן וועלכע טעקנישען?
די איינציגסטע זאך וואס די האסט מער פון עי ווי דזשי ווען די צאלסט געלט איז קאסטעמער סערוויס אז די קענסט זיי קאלען די אנטי וויירוס איז די זעלבע פאר א האום ענד אפיס

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 9:09 am
דורך לאז געמאכט
אזא שיינע מעשה...

יישר...