בלאט 1 פון 1

פראגראמער'ס: נייע אפטיילונג אויף אלט באקאנטער סייט...

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2009 10:11 am
דורך היימישער איד
מסתם האט איר שוין געהערט/גענוצט דעם אידיש טעק סייט וואס שטעלט צו פארשידענע סירוועס'ס פאר אחינו בני ישראל אן קיין אפצאל,

נעכטן האב איך באמערקט (בשעתן אפיר זוכן א נאמבער) א שפאגעל נייע אפטיילונג!

נעמליך א ספעציעלע אפטיילונג פאר פראגראמער'ס, און בפרט און אינטערנעט פראגראמינג און טעכנעלאגיע.

דער אדמיניסטראטער שרייבט דארט אין איינע פון די פארומ'ס אז ער וועט ענטפערן ווען מען פרעגט דארט, אדער א אנדערע עקספערט, דאס איז גאר גוטע נייעס פאר מיר, זינט איך באנוץ מיך מיט גוי'שע זייטלעך פאר מיינע פראגראמינג פראבלעמ'ן, (עקספערט'ס עקסטענש).

איך האפ אז מיטן דערעפענן דעם אפטיילונג וועליך קענען געניסן בעזהשי"ת פון היימישע עדווייז אין הילפ וואס איז כידוע טויזענט מאל קראנטער אין בעסער ווי להבדיל די אומות העולם.

און אי"ה ווען איך וועל שוין האבן אביסל עקספערטיז וועל איך אויך פרובירן צו העלפן אידן.

עס דארף אנגעוויזן ווערן אז די סארט אינאך נישט דא ביינאונז און שטעטל, דהיינו און אונזער פראגראמינג אפטיילונג איז די טיפסטע וואס מען רעדט איז מייקראספט עקסעס, הגם דאס איז אויך ווערט צו באגריסן, איז אבער יענע פארום'ס ספעציעל אויף אלע פראגראמינג זאכן.

אויך קלער איך אז יענץ וועט אפשר ציען מער ערענסטע עקספערט'ס וואס קומען נישט אהער ווייל זיי מיינען אז דא איז נאר א פלאץ זיך צו לופטער'ן. (הגם ס'איז נישט אזוי, למשל אני הקטן כ'מיין אז כ'האב נאך נישט געשריבן קיין איין ארטיקל אויסער די ראמען פון די אונטערשטע פיר פארומ'ס... חוץ די ארטיקל האב איך אהער געשטעלט ווייל כ'ווייס נישט ווי ס'געהערט)

שוין דא איז דער אדרעססע: http://www.yiddishtech.com/forum.aspx

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2009 11:40 am
דורך צייטליך
יישר כח היימישער איד פאר די ניצליכע אינפארמאציע.

געשריבן: פרייטאג מארטש 20, 2009 10:42 am
דורך היימישער איד
אויש דער עולם האט זיך נישט צוגעכאפט...

זעהט אויס אז כ'האב עס נישט געלייגט אויפן ריכטיגן פלאץ,

וויזוי ריק איך עס אריין און די פראגראמינג חלק? און אין וועלכע אפטיילונג דארט?

פליז העלפ...

געשריבן: פרייטאג מארטש 20, 2009 11:11 am
דורך פויער
בעט די מנהלים ואחראים העוסקים בצרכי ציבור באמונה זיי וועלן עס טון פאר דיר

איך פארשטיי אבער נישט וואס פונטליך די ווילסט אז עולם זאל טוהן, טאנצן פאר פרייד? דאס קען זיין אז זיי טוהען אבער די זעהסט עס נישט...

געשריבן: פרייטאג מארטש 20, 2009 1:11 pm
דורך קרעמער
איך האב עס אריבערגעריקט אהער. אויב עס באלאנגט ערגעץ אנדערש ביטע מעלדט מיר.

געשריבן: פרייטאג מארטש 20, 2009 2:19 pm
דורך thefact
יישר כח היימישער
יענע פארום'ס זענען פאר די טיפערע קאוד און פראגראמיננג שפראכע וואס כידוע איז עס באורינג און מאנאטאן פאר די וואס זענען פרעמד אין די נושאים אבער מיר פראגראמער'ס וועלמיר גאר אסאך פון דעם קענען הנאה האבן

איך האב בעיקר הנאה פון די וויבי דאט נעט פארום

און לאמיר נישט פארגעסן אז דער בעל האידיש טעק איז אליינס א מומחה וואס פון אים וועלן מיר גאר שטארק הנאה האבן

געשריבן: פרייטאג מארטש 20, 2009 2:55 pm
דורך מאיר
שכוח היימישער איד!

געשריבן: פרייטאג מארטש 20, 2009 4:58 pm
דורך פאטאקי08
איך זעה נישט ווי מען קען שרייבען אויף יענע פארום